בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 07, 2012 1:58 am
דורך פליגל
כ'ווייס נישט וועמענס שכל איז געבליבן אין טראנק, לייגט מען דאס ארויס אזוי אפען לעיני כל? וואס האט מען געטראכט עס איז נאך תשכ"ג?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 5:27 pm
דורך לכתחילה אריבער
עס איז היינט דורך אין ניו יארק קונסיל א רעפארם אויף די מוני מיטער'ס, פארגעשלאגען דורך דוד גרינפעלד (נד"ד, יא כ'ווייס ער האייסט נישט דוד, הו קעיר'ס).
די נייע געזעץ זאגט דריי זאכן.
מען וועט קענען צאלן - פאר שפעטער אין טאג - איין שעה פריער. דאס הייסט אז טאמער די מיטער רעגולעשאנ'ס איז אין אפעקט פון 8:00, וועט מען שוין קענען צאלן 7:00 אז עס זאל ניצן פאר נאך 8:00.
די מיטער ווועט נישט נעמען קיין געלט, אויב איז יעצט נישט די צייט וואס מען דארף צאלן, און די מענטש ווייסט נישט און קויפט אומזינסט א טיקעט.
און די מיטער וועט נשיט נעמען קיין געלט, אויב עס איז אויסגעלאפן פון פאפיר.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 5:31 pm
דורך מאנ-יימער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:און די מיטער וועט נשיט נעמען קיין געלט, אויב עס איז אויסגעלאפן פון פאפיר.
און א טיקעט וועט מען נאך אלס באקומען?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 5:41 pm
דורך לכתחילה אריבער
מאנ-יימער האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:און די מיטער וועט נשיט נעמען קיין געלט, אויב עס איז אויסגעלאפן פון פאפיר.
און א טיקעט וועט מען נאך אלס באקומען?
איר קענט אלס גיין צו א צווייטע מיטער, אדער צי די לאמבער יארד.... אופס
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 8:17 pm
דורך גוגל
איך האב באקומען א טיקעט, אבער איך האב שנעל געקויפט א מאני מיטער עס איז 3 מינוט שפעטער ווי די טיקעט, וואס קען איך יעצט טוהן?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 9:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
גוגל האט געשריבן:איך האב באקומען א טיקעט, אבער איך האב שנעל געקויפט א מאני מיטער עס איז 3 מינוט שפעטער ווי די טיקעט, וואס קען איך יעצט טוהן?
ביסט פריי!! עס קען זיין ביז פינעף מינוט.
כ'מיין וואס זאל טאן איינער וואס איז שוין 90 און עס נעמט אים ווילאנג ער גייט קויפן? אדער אז עס איז דא א ליין.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 9:48 pm
דורך משזר
אויב אזוי קען זיך יעדער באפרייען פון א טיקעט מיט'ן שנעל קויפן א מיטער טיקעט? כ'מיין, דעס האט נישט קיין רולס?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 12, 2013 9:55 pm
דורך לכתחילה אריבער
משזר האט געשריבן:אויב אזוי קען זיך יעדער באפרייען פון א טיקעט מיט'ן שנעל קויפן א מיטער טיקעט? כ'מיין, דעס האט נישט קיין רולס?
וכן עושין בע"ה בקרוב ובניקל ודו"ק .....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 8:03 am
דורך מאנ-יימער
משזר האט געשריבן:אויב אזוי קען זיך יעדער באפרייען פון א טיקעט מיט'ן שנעל קויפן א מיטער טיקעט? כ'מיין, דעס האט נישט קיין רולס?
נאר ביז פינעף מינוט.
איינער האט לעצטענס געטוויט אז ער האט באקומען א טיקעט פאר א עקספייערד מיטער איז ער געגאנגען צום נעקסטן קאר און געכאפט א בילד פון יענעמס מיטער רעסיט און אריינגעשיקט נאט גילטי און ס'האט געארבעט,
גיי גלייב....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:52 pm
דורך משיח
מאנ-יימער האט געשריבן:משזר האט געשריבן:אויב אזוי קען זיך יעדער באפרייען פון א טיקעט מיט'ן שנעל קויפן א מיטער טיקעט? כ'מיין, דעס האט נישט קיין רולס?
נאר ביז פינעף מינוט.
בדדי הוה עובדא, איל בין אריין געלאפן קויפן א קאווע, ביים ארויס קומען איז זי געשטאנען ביים קאר און אראפגעלייגט א טיקעט, איך האב באלד געקויםט א 25 סענטיגע פאפיר, אבער ביים קומען צו מיין קאר האב איך געזען זי האט געשריבן "noone at the machine"....,יעצט גיי פארענפער דיך אז האסט געקויפט א טיקעט.
מאנ-יימער האט געשריבן:איינער האט לעצטענס געטוויט אז ער האט באקומען א טיקעט פאר א עקספייערד מיטער איז ער געגאנגען צום נעקסטן קאר און געכאפט א בילד פון יענעמס מיטער רעסיט און אריינגעשיקט נאט גילטי און ס'האט געארבעט,
גיי גלייב....
ווען מ'האט ביי די פענסטער אן עקספייערד טיקעט שרייבן זיי ווען ס'האט עקספייערד, און דעמאלטס העלפט נישט צו קויפן א טיקעט אפאר מינוט שפעטער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 12:59 pm
דורך הערליך
בדידי הוה עובדא געשטאנען ביים מיטער און געכאפט א טיקעט אינדערמיט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 13, 2013 1:10 pm
דורך יוראפ
בדידי הוה עובדא געהאט רשות צו זיצן דארט א האלבע שעה, נאך 3 שעה האבעך מיך דערמאנט פונעם אויטא, בינעך שנעל געלאפן אויפזוכן די טיקעט, וב"ה ואיננו
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 14, 2014 10:56 am
דורך פליגל
דוב הייקינד איז היינט ערשינען מיט א מורא'דיגע פראבלעם פון די שטאט, נעמליך; די מיוני מיטער רעסיטס...
מענטשן האבן זיך אפגערעדט אז די זייער דינע רעסיטס קענען ווערן גרינג אוועקגעבלאזן און די טראפיק אגענטן זעען'ס נישט שרייבן זיי טיקעטס, אבער עכט האט יענער יא געהאט נאר ס'יז אראפגעבלאזן געווארן..
ער פארלאנגט פון די שטאט צי טוישן די רעסיטס אויף דיקערע פאפיר.
איז'ר געווארן א צילברעט פאר ציניקער אויף טוויטער, ווי קומט אריין א ווינט אין א פארמאכטע קאר? אויב פאלט דאס אראפ ווען מ'מאכט אויף/צי די טיר דאן קען'ס יעדער פארעעכטן, מ'מאכט צוריק אויף די טיר און מ'פארעכט'ס, וואץ די ביג דיעל? און ווי דיק זאלן די פאפירן זיין אז קיין ווינט זאל'ס נישט בלאזן?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 14, 2014 11:07 am
דורך Alien
ס'דארף זיין אזוי שווער ווי דוב הייקינד, וואס די ווינט בלאזט נישט אראפ פון די נייעס.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2014 1:51 pm
דורך קאפעלוטש מאכער
סך הכל מעלות פון די מאני מיטער וואס קומען מיך צוניץ טאג טעגליך:
1. טאמער גייט מען אריין ממש פאר אפאר מינוט ערגעץ מוז מען נישט קויפן קיין טיקעט בכלל, מ'האט דאך פינף מינוט, און דער טיקעט קומט דאך נישט צופליען תיכף ומיד.
2. מ'קען נוצן דעם זעלבן טיקעט איבעראל, כ'מוז נישט האלטן און איין קויפן טיקעטס.
נאכן באקומען א טיקעט האט מען עטליכע עצות. קודם כל אין די פינף מינוט קען מען דאך קויפן א רעסיט. (אויסער אויב די טיקעט איז פאר עקספייערד און נישט פעליאר טו דיספלעי. וואס פארדעם אני נהוג מאז ומקדם צו האלטן דעם צעטל אין טאש און נישט אויפן ווינשילד, אזוי פארדין איך עקסטערע פינף מינוט אויף יעדע רעסיט)
אין פאל ס'איז אדורך מער פון פינף מינוט האט מען צוויי עצות. אדער קען מען ווארטן ביז א דרייווער פון א דערנעבדיגן קאר קומט צו גיין און שיינערהייט בעטן פון אים זיין רעסיט.
וממש בלית ברירה קען מען ארויספראקן דעם טעלעפאן, און כאפן א שיינע קלארע בילד פונעם שכן'ס קאר רעסיט און אריינשיקן. עס ארבעט יעדע מאל בדוק ומנוסה.
אוי שיעור נישט פארגעסן דער בעסטע עצה פון אלעם. לייגט אויס אייער ווינדשילד מיט עטליכע הונדערט רעסיטס, און שטייטס אין א זייט און קוקטס אייך צו מיט פארגעניגן ווי דער נעבעך קעיס מוטשעט זיך נעבעך צו טרעפן דער איינע פעליגע צעטל.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 23, 2014 5:08 am
דורך green
די עיקר נישט פארגעסן
בלומבערג איז אלעס שולדיג
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 9:12 pm
דורך קאפעלוטש מאכער
מאנ-יימער האט געשריבן:משזר האט געשריבן:אויב אזוי קען זיך יעדער באפרייען פון א טיקעט מיט'ן שנעל קויפן א מיטער טיקעט? כ'מיין, דעס האט נישט קיין רולס?
נאר ביז פינעף מינוט.
איינער האט לעצטענס געטוויט אז ער האט באקומען א טיקעט פאר א עקספייערד מיטער איז ער געגאנגען צום נעקסטן קאר און געכאפט א בילד פון יענעמס מיטער רעסיט און אריינגעשיקט נאט גילטי און ס'האט געארבעט,
גיי גלייב....
וועט דאס ארבעטן אויב דער פאליציאנט האט למשל געשריבן אז דער מאני מיטער האט עקספייערד 2:45, און איך שיק אריין א בילד פון א צעטל וואס איז גילטיג פון 2:00 ביז 3:00? עפ"י חשבון דארף עס נישט צו העלפן ווייל דער פאליציי האט דאך געזען א צעטל וואס לויפט אויס 2:45, ווי קומט צו מיר א צעטל וואס ענדיגט זיך שפעטער?
האט איינער פערזענליכע עקספעריענס מיט דעם?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 11:29 pm
דורך ווישוואש
כהאב נישט קיין עקפיריענס אבער אז דו האסט א צעטל וואס איז גילטיג פון 2 ביז 3 קענסטו נישט טענה'ן אז די אנדערע איז געווען פון א אנדערע טאג?
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 28, 2014 1:02 am
דורך קאפעלוטש מאכער
ווישוואש האט געשריבן:כהאב נישט קיין עקפיריענס אבער אז דו האסט א צעטל וואס איז גילטיג פון 2 ביז 3 קענסטו נישט טענה'ן אז די אנדערע איז געווען פון א אנדערע טאג?
א גוטע איינפאל, העמי'ר דעיס פרובירן.
איין שאלה, צו מוז איך בכלל עפעס טענה'ן ווען איך פייט עס, אדער אפשר שיק איך אריין דעם בילד פונעם צעטל און פארטיג?
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 29, 2014 7:08 pm
דורך קאפעלוטש מאכער
ווייסט איינער צו איך מוז שרייבן א טענה ווען איך פייט דעם טיקעט אנליין? צוצאיז גענוג אז איך שיק אריין א צעטל מיט דער גוטע צייט דערויף און פארטיג?
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 29, 2014 8:21 pm
דורך ניק ניק
קאפעלוטש מאכער האט געשריבן:ווייסט איינער צו איך מוז שרייבן א טענה ווען איך פייט דעם טיקעט אנליין? צוצאיז גענוג אז איך שיק אריין א צעטל מיט דער גוטע צייט דערויף און פארטיג?
איך האב אריינגעשיקט אמאל א עווידענס צעטל (א שטארקע) און איך האב נישט געשריבן מיין טענה, און דער זשאזש האט דיסמיסד די טיקעט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 9:06 am
דורך מאנ-יימער
קאפעלוטש מאכער האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:משזר האט געשריבן:אויב אזוי קען זיך יעדער באפרייען פון א טיקעט מיט'ן שנעל קויפן א מיטער טיקעט? כ'מיין, דעס האט נישט קיין רולס?
נאר ביז פינעף מינוט.
איינער האט לעצטענס געטוויט אז ער האט באקומען א טיקעט פאר א עקספייערד מיטער איז ער געגאנגען צום נעקסטן קאר און געכאפט א בילד פון יענעמס מיטער רעסיט און אריינגעשיקט נאט גילטי און ס'האט געארבעט,
גיי גלייב....
וועט דאס ארבעטן אויב דער פאליציאנט האט למשל געשריבן אז דער מאני מיטער האט עקספייערד 2:45, און איך שיק אריין א בילד פון א צעטל וואס איז גילטיג פון 2:00 ביז 3:00? עפ"י חשבון דארף עס נישט צו העלפן ווייל דער פאליציי האט דאך געזען א צעטל וואס לויפט אויס 2:45, ווי קומט צו מיר א צעטל וואס ענדיגט זיך שפעטער?
האט איינער פערזענליכע עקספעריענס מיט דעם?
דאכצעך אז אויפן טיקעט שטייט סתם "עקספייערט מיטער" און נישט די צייט ווען ס'האט עקספייערט.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 30, 2014 9:47 am
דורך קאפעלוטש מאכער
מאנ-יימער האט געשריבן:קאפעלוטש מאכער האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:משזר האט געשריבן:אויב אזוי קען זיך יעדער באפרייען פון א טיקעט מיט'ן שנעל קויפן א מיטער טיקעט? כ'מיין, דעס האט נישט קיין רולס?
נאר ביז פינעף מינוט.
איינער האט לעצטענס געטוויט אז ער האט באקומען א טיקעט פאר א עקספייערד מיטער איז ער געגאנגען צום נעקסטן קאר און געכאפט א בילד פון יענעמס מיטער רעסיט און אריינגעשיקט נאט גילטי און ס'האט געארבעט,
גיי גלייב....
וועט דאס ארבעטן אויב דער פאליציאנט האט למשל געשריבן אז דער מאני מיטער האט עקספייערד 2:45, און איך שיק אריין א בילד פון א צעטל וואס איז גילטיג פון 2:00 ביז 3:00? עפ"י חשבון דארף עס נישט צו העלפן ווייל דער פאליציי האט דאך געזען א צעטל וואס לויפט אויס 2:45, ווי קומט צו מיר א צעטל וואס ענדיגט זיך שפעטער?
האט איינער פערזענליכע עקספעריענס מיט דעם?
דאכצעך אז אויפן טיקעט שטייט סתם "עקספייערט מיטער" און נישט די צייט ווען ס'האט עקספייערט.
אויף מיין טיקעט האט ער יא געשריבן ווען עס עקספייערט.