בלאט 1 פון 1

CarLrent

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 3:15 pm
דורך בעל העגלה
האט איינער שוין אמאל געהערט פון די קאמפעני CarLrent?
וואס פארא מינע קאמפעני איז עס?
וואסערע סערוויסעס גיבן זיי אלס?
איז עס א בכלל א אידישע קאפעני?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 3:20 pm
דורך דער תהילים איד
בעל העגלה האט געשריבן:איז עס א בכלל א אידישע קאפעני?


קאר "ל"רענט?

א גויאישע קאמפאני זיכער נישט..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 3:29 pm
דורך קרעמער
געווען דא אמאל א ניק "טאגליכט", ער דארף צו וויסן מער דערוועגן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 3:36 pm
דורך בעל העגלה
קרעמער האט געשריבן:געווען דא אמאל א ניק "טאגליכט", ער דארף צו וויסן מער דערוועגן


קענסטו אים הער ברעגן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 3:37 pm
דורך קרעמער
ער פארמאגט א פריוואטע הודעות קעסטל, קענסט דיך פארבינדן מיט אים פונקט ווי איך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 3:38 pm
דורך ניק ניק
ס'איז איד אין קר"י, ער איז אזוי ווי א בראוקער ער מאכט טיך רעזערוועישנ'ס ביי איינע פון די גרויסע קאמפעניס און ער טשארטשט עפעס פאר זיך.
איך האב שוין גגעדינגן ביי איהם מער פון 5 מאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 3:39 pm
דורך ניק ניק
בכלל קומט עס לכאורה אין די קאר אשכול נישט אין ביזנעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 10, 2011 7:08 pm
דורך שמן זית
איך האב שוין עטליכע מאל געדינגען ביי אים, זיינע רעיטס זענען ביליגער ווי ווען איך מאך די רעוועזעישאנס אליינס פלאס וואס איך דארף נישט ספענדן קיין צייט פאר סירטש

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 11, 2011 11:04 am
דורך הערליך
איך נוץ אים כסדר, אלעמאל ביליגער ווי דער מארקעט פרייז,

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 11, 2011 12:37 pm
דורך NiesNow
I also used him last year!
I highly recommend him

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 11, 2011 1:30 pm
דורך אךשמח
אזויפיל ניקס האט ער דא??

:shock: :P

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 11, 2011 1:35 pm
דורך ניק ניק
יא זאלן אלע קאמפעניס וויסן אז היינט שפילט מען זיך נישט מיט קיין קאסטומערס. יעדער האט א שטענדער צו זאגן פאר טויזענטער מענטשן אויב ער איז צופרידען געווען פון זיין סערוויס אדער נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 2:35 pm
דורך לאטצי
ווייסט איינער זיין נומבער?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 4:43 pm
דורך ניק ניק
ברשות די גבאים לייג איך ארויף
914-533-3311
אימעיל איז RES@CARLRENT.COM

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 4:57 pm
דורך farshlufen
ניק ניק האט געשריבן:ס'איז איד אין קר"י, ער איז אזוי ווי א בראוקער ער מאכט טיך רעזערוועישנ'ס ביי איינע פון די גרויסע קאמפעניס און ער טשארטשט עפעס פאר זיך.
איך האב שוין גגעדינגן ביי איהם מער פון 5 מאל.

וואס?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 5:13 pm
דורך שנאפס
אזויווי לאנדא פון ווילי, ער האט א דיעל מיט איינע פון די גרויסע קאמפאניס, ער מאכט די רעזערוועישן, און ער נעמט שכר טירחה

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 5:21 pm
דורך ניק ניק
farshlufen האט געשריבן:
ניק ניק האט געשריבן:ס'איז איד אין קר"י, ער איז אזוי ווי א בראוקער ער מאכט טיך רעזערוועישנ'ס ביי איינע פון די גרויסע קאמפעניס און ער טשארטשט עפעס פאר זיך.
איך האב שוין גגעדינגן ביי איהם מער פון 5 מאל.

וואס?

דאס!

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 5:37 pm
דורך farshlufen
פשוט, איך פארשטיי נישט די שפראך, איר שרייבט אויף אידיש?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 6:16 pm
דורך ניק ניק
איך וועל עס איבערזעצן לכבודך.
דאס איז איין איד אין קרית יואל, ער איז איין מעקלער ער טוט מאכן פאר אייך רעזערוואציעס ביי איינס פון די גרויסע געשעפטן און ער רעכנט עפעס פאר זיך אויך.
איך האב שוין געדינגען דורך איהם מערער פון פינף מאל.
קלאר?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 14, 2011 6:20 pm
דורך שמן למאור
ניק ניק, ס'גארנישט ער איז אביסל פארשלאפן

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 12:32 pm
דורך טאגליכט
די נייע וועבסייט פון קארלרענט האט היינט אנגעהויבן צו ארבייטן, בוקטס און האט הנאה.

www.carlrent.com

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 12:47 pm
דורך farshlufen
ניק ניק, וואס איז דער וועטער אין אונגארן?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 12:53 pm
דורך ניק ניק
farshlufen האט געשריבן:ניק ניק, וואס איז דער וועטער אין אונגארן?

הסבר?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 06, 2011 2:58 pm
דורך שמן למאור
ניק ניק האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:ניק ניק, וואס איז דער וועטער אין אונגארן?

הסבר?


שמן למאור האט געשריבן:ניק ניק, ס'גארנישט ער איז אביסל פארשלאפן

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 29, 2013 4:06 pm
דורך NiesNow
I used CarLrent Again and he saved me a LOT of money !!