בלאט 1 פון 2
גיוואלד!!! א רוצח פארט ארום אויף בעדפארד עוו.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 9:57 am
דורך pianist
כ'ווייס נישט צו איך שרייב אין די ריכטיגע פלאץ, אבער איך מיז אויסשרייען מיין וויי געשריי.
פארענדיג אויף בעדפארד עוו. היינט צופרי צו די ארבעט, האט א חדר באס זיך אפגעשטעלט הארט פאר מיר, אויפצונעמען די טייערע קינדערלעך אין חדר אריין,
און ווי די געזעץ פאלאנגט אין אזא פאל, האב איך זיך אפגעשטעלט און געווארט ביז ווי לאנג אלע קינדער גייען ארויף, און דער באס דרייווער פארמאכט די סטאפ סיין, און מען קען ווייטער פארען,
אבער אינטער מיר איז געשטאנען א יונגערמאן וואס האט זיך שרעקליך געיאגט, (איי שטיי אויף פריער מיט אפאר מינוט.... שוין, העמער נישט אריין גיין אין דעם איצט..) און ער הייבט אן צו פייפען כמנהג וויליאמסבורג, איך האב אים 'איגנארט', אבער מיטאמאל במערק איך אין שפיגעל, נישט מער און נישט ווייניגער ער פאר אראפ אויפען בייק לען און ער פעסט דעם באס.... איך האב געפילט ווי מיין נשמה גייט מיר ארויס פליען, "גיוואלד!!!" -האב איך געוואלט שרייען- "די רוצח וואס די ביסט, די קענסט דאך דא אימגליקלעך מאכען אין איין מינוט א אימשילדיג קינד א טאטע א מאמע..."
ווען איך זאל ווען האבען די מעגליכקייט, וואלט איך אים צוגענומען די לייסענס..
אבער איין מינוט, די מעשה איז נאך נישט פערטיג, ווען איך האב באמערקס וואס דער "רוצח" יא "רוצח" פלאנט צו טאן, האב איך אים געוויזען מיט די הענט אז דא שטייט א באס מיט אנגעצינדענע לעמפלעך, גיט ער מיר אזא ווייז אווי איינער זאגט "מ'העמער רעדען שפעטער.."
איך קען מער נישט שרייבען...
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 9:58 am
דורך שאלת_חכם
טויש דעם קעפל: אסאך רוצחים פארן ארום אויף בעדפארד עוו.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 9:59 am
דורך פריילאך
איין רוצח? עס איז א גאנצע באנדע רוצחים! מעשים בכל יום.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 10:01 am
דורך מגיני ארץ
די באס האט אויפגענומען קינדער אויף די זייט וואס ער איז געפארן אדער די אנדערע זייט?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 10:04 am
דורך והוא פלאי
קיין נפ"מ
שמעתי בשם כמה אנשים גדולים, אז די דרייווינג סעיפטי געזעצען זענען מחייב מדינא דשו"ע
הן אלס חמירא סכנתא
הן אלס תקנות בני העיר
הן אלס דינא דמלכותא
ועוד
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 10:08 am
דורך pianist
והוא פלאי האט געשריבן:קיין נפ"מ
שמעתי בשם כמה אנשים גדולים, אז די דרייווינג סעיפטי געזעצען זענען מחייב מדינא דשו"ע
הן אלס חמירא סכנתא
הן אלס תקנות בני העיר
הן אלס דינא דמלכותא
ועוד
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 10:10 am
דורך מגיני ארץ
עס איז קיין נפק"מ לגבי דינא דמלכותא אין מ'מוז עס איינהאלטן אבער קיין רוצח איז מען נישט מיטן פאר'ן אויף די אנדערע זייט
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 10:23 am
דורך טאבאקא
אויב נישט רציחה ממש איז עס אבק רציחה
ווייל אז מ'געוואוינט זיך צו אריבערצופארן א באס ווען עס לייגט אראפ קינדער, קוקט מען שוין נישט אייביג אויף וועלכע זייט ס'איז!
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 10:26 am
דורך מגיני ארץ
מ'קען מדינא נישט מאכן אייגענע גזירות די זייט אטו די זייט דאס איז אין די הענט פון חז"ל. אודאי טאר מען נישט דארטן פארן מדינא דמלכותא אבער מדין תורה הייסט ער נישט קיין רוצח אדער אבק רציחה מיטן פארן אין קוקן אויב עס זענען נישטא קיין קינדער. איך וואלט עס נישט געטון פשוט אויס מורא פון א טיקעט און דינא דמלכותא.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 10:32 am
דורך פריילאך
לפי זה גם הנהגים המדברים על הטעלעפאן בשעת נהיגה הנם רוצחים.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 10:48 am
דורך farshlufen
פריילאך האט געשריבן:לפי זה גם הנהגים המדברים על הטעלעפאן בשעת נהיגה הנם רוצחים.
א"כ, זענען אויך די וואס קראסן מיטן טעלפאן ביים אויער.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 10:49 am
דורך שאלת_חכם
זיי זענען רוצחים אויף זיך
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 11:23 am
דורך שנאפס
ווען איינער וואקט ארום אויפן גאס מיט א גאן און שיסט איז ער נישט קיין רוצח? איי קען ער זאגן איך שיס סתם אין די לופט אבער וויבאלד יעדער פארשטייט אז עס קען אנטרעפן איינעם הייסט ער א רוצח זעלבע זאך דא, ער קען ח"ו אנטרעפן א לעכטיג אינגעלע און אומגליקליך מאכן א משפחה לעולם ועד
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 11:26 am
דורך SPUSMN
פריילאך האט געשריבן:לפי זה גם הנהגים המדברים על הטעלעפאן בשעת נהיגה הנם רוצחים.
נישט די זעלבע זאך, זיי זענען כרחוק מזרח ממערב
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 11:33 am
דורך SPUSMN
עס איז אן עולה שאין כמוהו וואס דער אינגערמאן האט געטוהן, אבער שילדיג זענען אויך א טייל פון די באס דרייווערס, וואס רעכענען זיך נישט מיט יענעם און מאכען מערערע סטאפס אויף איין גאס אן לאזען פריער די קארס אדורך פארען. איך זאג א טייל, ווייל א סאך באס דרייווערס זענען יא מענטשען אבער די מעוטי זענען א באדייטענדע צאל
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 11:44 am
דורך מר. פאטאשאפ
ס׳קען זיין אז דער באס דרייווער איז א ׳אוממענטש׳ אבער קיין ׳רוצח׳ איז ער נאכאלץ נישט
משא"כ דער פאריאגטער יונגערמאן אין ביידע...
די באסדרייווערס דארפן זיך כאפן ס׳זייעריגע (זיי געבן אלס די פיהלינג פאר די קאר דרייווערס ווי כאילו איינער זאגט ׳דו קליינער צוציק׳)
אבער פון דעסטוועגן איז פעסן דעם באס אוודאי נישט די וועג, עניוועי - השם ישמור צאתנו ובואנו מעתה ועד עולם
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 11:48 am
דורך SPUSMN
איך בין מסכים מיט דיר, איך האב נאר געוואלט אז דער מעסעדז זאל אנקומען צו די באס דרייווערס, זייט נישט גורם אז עס זאל זיך מערען רוצחים אויפען ראוד
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 11:49 am
דורך קונצען
דע וואסזאגן אז סאיז א חילוק אויב די קינדער גייען אויף יענע זייט זענען נישט גערעכט די קענסט קיינמאל נישט וויסן אויב א קינד קימט נישט צי לויפן פון די אנדערע זייט מזעט עס כסדר ווי א קינד קימט צי לופן מיט די נשמה און די הענט פון די אנדערע זייט
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 12:15 pm
דורך aperlscript
נעקסט טיים די זעסט דאס , קאל פאליס...איי קען בעט אז דער יונגערמאן וואלט זיך געפרייט אויב איינער רופט פאליס ווען א קאר שמייסט אדורך אין צייט ווען זיין יונגל גייט אויפן באס
אויב יענער איז נישט קיין רוצח וועסטו נישט קיין מסור

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 12:17 pm
דורך משה פאלאפל
aperlscript האט געשריבן:נעקסט טיים די זעסט דאס , קאל פאליס...איי קען בעט אז דער יונגערמאן וואלט זיך געפרייט אויב איינער רופט פאליס ווען א קאר שמייסט אדורך אין צייט ווען זיין יונגל גייט אויפן באס
אויב יענער איז נישט קיין רוצח וועסטו נישט קיין מסור

איך בין מיט דיר הונדערט פראצענט
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 12:36 pm
דורך בן בוזי
מגיני ארץ האט געשריבן:מ'קען מדינא נישט מאכן אייגענע גזירות די זייט אטו די זייט דאס איז אין די הענט פון חז"ל. אודאי טאר מען נישט דארטן פארן מדינא דמלכותא אבער מדין תורה הייסט ער נישט קיין רוצח אדער אבק רציחה מיטן פארן אין קוקן אויב עס זענען נישטא קיין קינדער. איך וואלט עס נישט געטון פשוט אויס מורא פון א טיקעט און דינא דמלכותא.
אויב מדין תורה, קען דאס מעגליך ווערן די ריכטיגסטע אנגערופען "רוצח" דערפאר וואס עס איז דא א ווארענונג לעמפל, הגם די התראה איז נישט ווי דער תורה פארלאנגט אבער דאך אן התראה.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 12:42 pm
דורך קענטעלאופ
איך ויל דא מאכען א מודעה רבא לאורייתא
א מורי הוראה האט מיר געפאסקענט אויב איך זע א באס דרייווער רעדען אדער טעקסטן בשעתן פירען א באס קינדער מעג איך אים רעפארטען צי די פאליס (אויב ער האט א דין פון א רוצח לזא איך ענק זיך אויסטענהען)
וכן אני נוהג
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 1:50 pm
דורך SPUSMN
פארוואס נאר א באס דרייווער און נישט א קאר דרייווער? די סכנה איז אויף די מענטשן און גאס, נישט אויף די אויף די באס. א קאר אן א דרייווער איז ווי א פליענדיגע אנגיידעד מיסעל
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 2:04 pm
דורך קענטעלאופ
כעל דיר ענפערען
ביסט גערעכט א קאר דרייווער איז אויך א רוצח אבער שטיין און רופען די פאליס א גאנצען טאג צי הונדערטער מענטשען וואס טעקסטען איז דעך אין לדבר סוף אבער אויב א באס דרייווער מיט אידישע קינדער טעקסט אדער רעט אפען טעלעפאן דער איז דעך א מאסן מערדער דעס איז שוין א אנדערע מעשה
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 2:06 pm
דורך SPUSMN
מען מוז נישט שטיין, מען קען נעמען א בענקל און זיך ארויס זעצען און גאס און איין זעצען און איין טאג אלע מערדערערס