בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 2:15 pm
דורך pianist
ווען איך האב היינט אינדערפרי מיטגעהאלטען די עפיזאד, האב איך געטראכט ביי מיר, אפשר נעם איך ארויס א פערמיד צו קענען טיילען טיקעטס, פארשטייט זיך פאר וועם ס'קומט זיך..(נישט קיין פארקינג....)

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 2:18 pm
דורך SPUSMN
די וואס שרייבען טיקעטס האבען דען יא א פערמיט? זיי טוהען וואס זיי ווילען און ביזט גילטי איווען איף פרובד אינאסענט
אזוי גייט די סיסטעם דא

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 2:40 pm
דורך חיים'קע
פארוואס כאפ איך נישט וואו די קאר איז געפארן? ס'איז דא א בייק לעין אויף בעדפארד?

אבער סיי וויאזוי איז דער קאר נישט גערעכט, אויב איז ער אין א שטארקע געיעג, זאל ער ענדערש אראפ פארן לי עוועניו דעם פארקערן ריכטונג.

ווייטער די מערערע סטאפס וואס דער דרייווער מאכט, דאס ווענדט זיך אין די יארגאנג פון די קינדער.
אמת, זיי פארדינען זיך ס'זייעריגע מיטן טוהן אנדערע עולה'ס וואס איז קעגן די מענטשן-רעכט.

און די רוצחים וואס שפרייזן געמיטלעך אדורך די ראוד מיטן פאון אין האנט, א_ווי ביים טאטען אין וויין גארטן, זיי זענען טאקע רוצחים פאר זיך. אבער געסערע רוצחים זענען די מאמעס וואס שטיפן ארויס די קערידש מיט זייער קליינעם דערונען פון צווישן צוויי קארס, אזוי ביז זיי קענען זיך שוין ארויסשטעקן צו זעהן אויב א קאר קומט, וואס איז די קליינער שולדיג? פארוואס זאל ער ענדיגן זיין זיס יונג לעבן בלויז ווייל ער קען נישט צוריק שטיפן דעם קערידש?!

עכ"פ, אויב ווילט איר באשרייען די רוצחים וואס דרייען זיך אויפן גאס, איז דא איבער גענוג.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 3:15 pm
דורך השתדלות
דער רוצח איז אפאר וואכן ציריק געפארן אויף לי עוועניאץ אין ווען איך האב אים געגעבן א פסק האט ער מיר מסבר געווען אז ער יאגט זיך.......
אין זייט דעמאלס ווארפט ער אויף מיר אזאלעכע שרעקעדיגעע בליקן וואס פאר זיינע אויגן אליין וואלט איך אים געגעבן 20 יאר תפיסה.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 3:16 pm
דורך פרעגער
SPUSMN האט געשריבן:פארוואס נאר א באס דרייווער און נישט א קאר דרייווער? די סכנה איז אויף די מענטשן און גאס, נישט אויף די אויף די באס. א קאר אן א דרייווער איז ווי א פליענדיגע אנגיידעד מיסעל


דארפסט פארשטיין, א באס דרייווער - חוץ דעם וואס ער דרייווט, האט ער 50+ קינדער אויפ'ן באס וואס קוויטשענען ווי הינער, טאנצן אויף די זיצן, שטעקן ארויס די הענט אא"וו... דער באס דרייווער האט מיליאנע זאכן וואס ער דארף קאנטראלירען, און אויב איז ער נאך פארנומען מיט זיין סעלפא"ן איז א כ'ווייסנישוואס.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 3:51 pm
דורך צום זאך
לוי אראן איז ארויס אויף בעיל?

(די קעפל האט מיך דערשראקן...)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 8:56 am
דורך קונצען
אבער די באס דרייווער וואלט געמעגט גיין אין די זייט פאר א מינוט ארורך צולאזן אלע קארס אינטער עם מקען אמאל זיין א גיטע 10-15 מינוט אינטער א באס נישט אז דעמאלטץ מעג מען אריבער פארן א רויטע לייט אבער די דרייווער מעג ארויס ווייזן געדילד אין אריבער לאזן די קארס אנטער עם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 3:36 pm
דורך שוטה
חיים'קע האט געשריבן:אבער געסערע רוצחים זענען די מאמעס וואס שטיפן ארויס די קערידש מיט זייער קליינעם דערונען פון צווישן צוויי קארס, אזוי ביז זיי קענען זיך שוין ארויסשטעקן צו זעהן אויב א קאר קומט, וואס איז די קליינער שולדיג? פארוואס זאל ער ענדיגן זיין זיס יונג לעבן בלויז ווייל ער קען נישט צוריק שטיפן דעם קערידש?!

דו ווייסט גארנישט ווי גוט דו זאגסט, ס'איז א אומדערהערטע לייכטזיניגקייט פון זייער דעתן קלות, אני הקטן האט שוין כמה פעמים כמעט אראפ געהאקט אזעלכע קערידשעס וואס שפראצן ארויס from nowhere.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 22, 2011 2:05 pm
דורך ווינקל
קונצען האט געשריבן:אבער די באס דרייווער וואלט געמעגט גיין אין די זייט פאר א מינוט ארורך צולאזן אלע קארס אינטער עם מקען אמאל זיין א גיטע 10-15 מינוט אינטער א באס נישט אז דעמאלטץ מעג מען אריבער פארן א רויטע לייט אבער די דרייווער מעג ארויס ווייזן געדילד אין אריבער לאזן די קארס אנטער עם

עס איז נישט אזוי פשוט, פרעג א באס דרייווער.

אין קרית יואל און אין מאנסי טוען רוב אנשטענדיגע באס דרייווערס אזוי יעדע שטיק צייט, אין די סיטי איז דאס אנדערש.