פראבלעם מיט האנדא. דארף הילף ע.ס.ע.פ.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 11:29 am
די מעשה איז אזוי:
איך האב מיין האנדא אדיסי בערך איינס אהאלב יאר. אפאר חדשים צוריק האב איך גענומען מיין קאר פאר א אויל טשעינדזש און די גנבים דארט האבן ארויסגענומען מיין עיר קאנדישען פילטער און מיר געזאגט אז איך האב נישט קיין פילטער און זיי קענען עס אריינלייגן פאר אפאר דאללער (ווער האט זיי געבעטן אויפצומאכן מיין גלאוו קאמפארטמענט צו קוקן אויב איך האב א פילטער בכלל?).
איך האב נישט געכאפט קודם אז זיי האבן עס ארויסגענומען און איך האב נישט געוואוסט פונקטליך וואס דאס איז. האב איך זיי געזאגט נישט אריינצולייגן א נייע.
בערך צוויי חדשים צוריק האט אנגעהויבן אריינצוליעקן וואסער אין מיין קאר פון אונטער די גלאוו קאמפארטמענט און ס'האט געמאכט זייער פאני נויזעס. איך האב גענומען מיין קאר צו מיין מעקעניק און ער זאגט מיר איך זאל עס נעמען צו האנדא אליינס צו פאררעכטן ווייל דער פראבלעם איז מסתמא אונטער די ווארענטי.
איך בין געגאנגען צו פלאזא האנדא אין פלעטבוש צו פאררעכטן, זאגן זיי מיר אז ס'איז נישט אונטער די ווארענטי ווייל איך (די פלאץ ווי איך האב געמאכט די אויל טשעינדזש) האב ארויסגענומען די פילטער און ס'גייט מיר קאסטן כמעט צוויי מאות. איך האב עס געדארפט פארראכטן (מיין ווייב ווערט נאס יעדע מאל זי זיצט דארט) האב איך זיי געצאלט און זיי האבן עס פארראכטן.
צוויי וואכן שפעטער, אודך, ווידער צובראכן (זיי האבן שוין אריינגעלייגט א נייע פילטער פאר מיר), האב איך עס צוריקגענומען צו זיי און זיי האבן עס פארראכטן בחנם.
האב איך גערופן אמעריקען האנדא קארפארעישען צו קאמפלעינען זאגט מיר מיין קעיס מענעדזשער אז ער גייט רעדן צו פלאזא האנדא אז זיי זאלן עס גוט פאררעכטן. בינעך צוריקגעגאנגען און זיי האבן עס פארראכטן נאכאמאל (נישט פארגעסן, איך האב געדארפט אראפנעמען צייט פון די ארבעט צו גיין זיצן דארט און ווארטן ביז עס פארראכטן).
אויפ'ן וועג ארויס פון פלאזא האנדא נאכ'ן דריט'ן מאל פיקסן, הער איך ווידער די נויזעס און ס'רינט וואסער!! איך האב שוין נישט געהאט קיין כח צוריקצוגיין צו זיי האב איך גערופן אמעריקען האנדא קארפארעישן און געמאכט אביסל קולות אז ס'שוין די פערטע מאל צובראכן און זיי זאלן מוחל זיין צוריקנעמען מיין ליעס, ווייל זיי קענען עס נישט פאררעכטן.
זאגן זיי We will fix your car, we won’t take back your lease.
איך האב מיר געשלאגן מיט זיי אבער זיי האבן זיך נישט געלאזט. האב איך געזאגט אז איך וועל עס צוריקטראגן נאך איין מאל צו פיקסן און אויב ס'נישט גוט מוז ער עס צוריקנעמען. ער האט גארנישט געזאגט חוץ אז איך זאל עס צוריקטראגן צו זיי צו פיקסן נאכאמאל.
דא האלט איך יעצט, פאר'ן צוריקגיין צו פערטן מאל.
יעצט וואס קען איך און וואס דארף איך צו טוהן? צוריקגיין יעדע פאר וואכן אז זיי זאלן עס פאררעכטן? איז דא עפעס א וועג זיי צו מאכן צוריקנעמען דעם ליעס? קען איך זיי מאכן מיר צוריקגעבן די ערשטע צוויי הונדערט דאללער וואס ס'האט מיר געקאסט? אויב ווילן זיי עס נישט צוריקנעמען, קען איך זיי סטראשען מיט לעגאלע שריט?
איך האף אז מען פארשטייט.
א יישר כח פון פאראויס פאר דער וואס וועט מיר העלפן!