בלאט 1 פון 1

וויאזוי צו פארמיידן טרעפיק צום דזש. וואשינגטאן בריק

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:27 pm
דורך גרויזאמער
פאר ווער עס ווייסט נישט, די GW ברידזש איז אזוי לאנג ווי לי עוו. פון דעוויזשאן ביז פלאשינג, א נישטיגע שטח העכערן וואסער, וואס איז דאס מערסטע פאסיג אדורכצופארן פון ניו יארק קיין ניו דזשערסי און צוריק, צוליב איר "עפארדעבל פרייז" פון 8 דאלער אריין צום סיטי וואס גייט בקרוב ארויפגיין, און בחינם אריין קיין ניו דזשורסי.

דער מיסטער וואשינגטאן איז געווען אזוי גרויס, כאטש זיין קליינע דארטשיגע פיזישע שטרעקע, אז פון אלע גרעסטע הייוועיס וואס כמה פון זיי פארמאגן 4 אדער 5 לעינס, האט מען זיך צוזאמענגעשטיפט אריין אינעם דינעם דריי-ליניע בריקל (עס איז באמת 6 מיט די אויבערשטע שטאק). א שנעלע אויבנאויף חשבון מאכט מיר טראכטן אז מען רעדט פון לפחות 20 פארנומענע לעינס וועלכע קומען זיך צוזאם אין דעם קליינטישגן שטרעקע. (דיגען, קראס בראנקס, הארלעם ריווער, וועסט סייד, און אסאך פון זיי קומט מען פון ביידע זייטן צום בריק, + די לאקאלע גאסן).

ווען מען האט געבעטן די עסקנים אז היות עס איז נתוספו ספסלי ביהמ"ד זאל מען מעגליך אנהייבן צו קלערן פון נאך א בריקל, האבן זיי אפגעווארפן די ביטע, צייגנדיג אז מען קען פארן אויפן לינקאלן טאנעל, וועט דיר עס קאסטן אביסל מער... ווען א בליק פונדערנאנט צייגט אז דארט איז אויך די מצב זייער נישט פויגלדיג.

אזוי נישט מיר נישט דיר, קען זיין טעג וואס לאנגע מיילן ארום דעם בריק זיצן טויזנטער אויטאס אין טראפיק אלעס צוליב דעם קליינעם לי עוו. בריקל.

ווי אומגלויבליך עס הערט זיך, פארנעמט די GW אן אויבנאן ביי יעדעם טרעפיק רעפארט, אויף יעדע ראדיא סטאנציע, וואס אויב מען לאזט דאס אויס הייסט דאס בכלל נישט קיין טרעפיק געמעלדאכץ.

נו שטעלט זיך די פראגע וויאזוי פארמיידט מען די טרעפיק ארויף צום GW?

לאמיר אנהייבן מיטן דיגען, וואס קול מבשר האט דרך אגב'דיג אריינגעווארפן פאריגע וואך, אז ווען עס איז אנגעשטויסן ביים עקזיט 7S, כדרכו בקודש ווי יעדע שטיפט זיך דארט דורך אין א מויזן לאך, זאל מען פארן ווייטער אויפן 87, און ארויספארן ביים נעקסטן עקזיט, מאכן א יו טוירן און קומען צום ברידזש דורך די סאוט באונד.

בילד: די GW ברידזש איז אזוי לאנג ווי לי עוו. פון דעוויזשאן ביז פלאשינג

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 3:44 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איך האב פערצופאל געהערט נעכטן פון איינעם אז ער טרעפט יעדע וואך פרייטיג איינעם און מקוה בערך 4:00 נאכמיטאג אין יענער לאזט זיך ארויס נאכדעם צי די מאונטענס זיין וועג דויערט אים בערך 2 שעה און 15 מינוט, ער פארט דורך די גאסן צום וואשינגטאן בריק,

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 4:02 pm
דורך צום זאך
וועלכע מקוה?

פון אונזער מקוה נעמט עס א קנאפע שעה

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 4:06 pm
דורך מר. קליען
מיינסט צו זאגן די מקוה דארט דיך נאר א שעה

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 4:14 pm
דורך פאטאקי08
שערקויעך גרויזי פאר די טיפ
וואס דו האסט געוואלט מיטן בילד ווייס איך נישט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 4:18 pm
דורך ווינקל
זייט ווען איז גרויזאמער א דעמאקראטישער פען?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 4:45 pm
דורך צים פינטעל
אויב רעדסטו פון די רעמפ ארויף צום בריק, לוינט זיך זיכער צו פארן ווייטער ביז די קומסט אן אינעם טרווועי
עס איז אפשר פופצען מייל לענגער, לייג צו פופצען מינוט צו די רייזע, אבער ארויף צו פארן די רעמפ קען נעמען א שעה צומאל

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 6:06 pm
דורך farshlufen
איין עצה איבער די רעמפ איז צו נעמען דעם בריק בשכינות פון ר' יענקל שטאדיום זז"ג, דערנאך דעם הארלעם.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 30, 2011 10:59 pm
דורך שוועמל
דער ר' יענקל איז א ברודער מיט ר' יושע?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 8:45 am
דורך ohrchodosh
On the way from the mountains, coming from the 4, I always go out the last exit before toll going 2 lights and a left and I'm at the toll booth

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 31, 2011 9:39 am
דורך שאלת_חכם
פאטאקי08 האט געשריבן:שערקויעך גרויזי פאר די טיפ
וואס דו האסט געוואלט מיטן בילד ווייס איך נישט

ער וויל ווייזן די בריק איז פונקט אזוי לאנג ווי אלט וויליאמסבורג

ohrchodosh האט געשריבן:On the way from the mountains, coming from the 4, I always go out the last exit before toll going 2 lights and a left and I'm at the toll booth

דאס איז פון די ערשטע זאכן וואס א איד דארף וויסן ווען ער באקומט לייסענס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 9:40 am
דורך חיים'קע
אויב קומט איר אן אויפן הארלעם און איר זעהט אז פאר א שעה וועט איר נישט זיין אויפן בריק, -א_ווי אן עוורידש זומער'דיגן פרייטאג נאכמיטאג,- די שאסיי קוקט אייך ליבערשט אויס ווי א פארקינג לאט.
דאן איז דא א וועג, ס'איז נישט אזוי באקאנט, און ס'נעמט נישט מער פון צען-פופצן מינוט.

איר קענט ארויספארן ביי 135th סטריט, פארט ארויף ביז .St. Nicholas ave, (דאכצעך אז מ'קען נישט ווייטער פארן גראד דארט) דאן מאכט א רעכטס, און גייט גראד ביז איר וועט זיך טרעפן ממש ביים בריק.

די ראוד צוטיילט זיך דריי מאל אינדערמיט, אבער איר ברויכט זיך אלץ האלטן נאר אויף לינקס, ביים דריטן מאל צוטיילן וועט זיך דאס צוזאמטרעפן מיט בראדוועי, האלט אייך ווייטער לינקס אויף בראדוועי, דאס וועט אייך טראגן ביזן בריק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 10:28 am
דורך צום זאך
חיים'קע האט געשריבן:אויב קומט איר אן אויפן הארלעם און איר זעהט אז פאר א שעה וועט איר נישט זיין אויפן בריק, -א_ווי אן עוורידש זומער'דיגן פרייטאג נאכמיטאג,- די שאסיי קוקט אייך ליבערשט אויס ווי א פארקינג לאט.
דאן איז דא א וועג, ס'איז נישט אזוי באקאנט, און ס'נעמט נישט מער פון צען-פופצן מינוט.

איר קענט ארויספארן ביי 135th סטריט, פארט ארויף ביז .St. Nicholas ave, (דאכצעך אז מ'קען נישט ווייטער פארן גראד דארט) דאן מאכט א רעכטס, און גייט גראד ביז איר וועט זיך טרעפן ממש ביים בריק.

די ראוד צוטיילט זיך דריי מאל אינדערמיט, אבער איר ברויכט זיך אלץ האלטן נאר אויף לינקס, ביים דריטן מאל צוטיילן וועט זיך דאס צוזאמטרעפן מיט בראדוועי, האלט אייך ווייטער לינקס אויף בראדוועי, דאס וועט אייך טראגן ביזן בריק.

וכן אני נוהג זה כמה שנים.

St. Nicholas קען מען נעמען פון 110 סטריט. די מעלות פון די גאס איז: איינס אז ס'שנייד דורך מאנהעטן שיפערהייט פון 5'טע עוו. צו וועסט סייד - GWB. צווייטענס, אז די טרעפיק לויפט געווענליך זייער גוט דארט (ביז לעצטענס איז עס געווען א 2 ליניע גאס, די בייק לעין האט אוועקגענומען איינס).

נאר אנשטאט נעמען צום סוף בראדוועי ביזן ברידזש ווי דו שרייבסט, נעם איך ענדערש Fort Washington וואס איז נענעטער צום ברידזש און עס נעמט פיל שנעלער די לעצטע דריי אריין אין 179 סטריט צום ברידזש. אויף בראדוועי קען די לעצטע דריי אליינס נעמען א גוטע 15-20 מינוט.
Ft.W.jpg

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 12:41 pm
דורך שלמי
מורא'דיג.
מיין נייעם מהלך פון יעצט און ווייטער אי"ה, איך זיץ אלס אפ דארט שעות ווייל איך גיי זיין אנדערש ווי יעדעם און נישט גיין אינעם רעכטן לעין עד כלות. פרינציפען בלע"ז.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 12:42 pm
דורך גרויזאמער
דאס קוקט אויס צו זיין א פיינע טיפ, מיר וועלן עס באלד אויסטשעקן אויף גוגל מאפעס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 1:15 pm
דורך גרויזאמער
למעשה קען מען אנקומען דארט לאו דוקא פון 135 סט. נאר אפילו ביים לעצטן עקזיט בעפארן gw, עקזיט 23, עס איז דאך אלעס סקווער בלאקס. נישט קיין חילוק פון וואו מען הייבט אן צו פארן דורך די גאסן.

אבל מה נעשה אז איך האב אייביג א פחד אריינצופארן אין מאנהעטן, ווייל אויב איז דארט אנגעשטויסן תוצאותיו מי ישירנה... איין מארש אדער פראטעסט אדער גארבידזש טראק קען פאראורזאכן לאנגע שעות פארקריפלערייען, משא"כ אויפן הייוועי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 2:38 pm
דורך bailout
דאכט זיך מיר אז שפעטער איז דא עפעס א בלאקעדזש און מען דארף צוריקפארן א שיינע פאר בלאקס.

אדרבה זאל איינער דא מודיע זיין ביז וועלכע עקזיט דאס ארבעט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 2:40 pm
דורך סאדע_באטל
אפשר שמעלצט מען מיט viewtopic.php?p=244352#p244352 מען רעדט דארט אויך וועגן אלטערנאטיווע וועגן ביים וואשינגטאן ברידזש. מען רעדט דארט אבער פון ניו דזשוירסי אריין אין ניו יארק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 2:48 pm
דורך צום זאך
bailout האט געשריבן:דאכט זיך מיר אז שפעטער איז דא עפעס א בלאקעדזש און מען דארף צוריקפארן א שיינע פאר בלאקס.

אדרבה זאל איינער דא מודיע זיין ביז וועלכע עקזיט דאס ארבעט.


פון 145 ביז 155 איז דא א פארק. 155 איז אפן, פון 155 ביזן ברידזש איז דא נאך א גרויסע פארק וואס בלאקט.

עקזיט 23 דארף מען שוין אביסל צוריקפארן צו 155.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 7:54 pm
דורך חיים'קע
גרויזאמער האט געשריבן:למעשה קען מען אנקומען דארט לאו דוקא פון 135 סט. נאר אפילו ביים לעצטן עקזיט בעפארן gw, עקזיט 23, עס איז דאך אלעס סקווער בלאקס. נישט קיין חילוק פון וואו מען הייבט אן צו פארן דורך די גאסן.
.


יא, אבער ווען מ'האלט שוין ביים לעצטן עקזיט בעפארן בריק, איז שוין נישט קיין פראבלעם, דאן פארט מען אינעם רעכטן לעין ביזן רעמפ, און ס'לוינט זיך שוין נישט די גאנצע ארויספארן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 01, 2011 9:13 pm
דורך וואלוועלע-קרעטשמע
געוואלדיג די עצה פון סטץ ניקאליס, שוין אפר מאל גענומען,

און פון די וועסט סייד הייועי ווען ס'שטייט לוינט זיך אריינצוכאפן און ריוובערסייד עוו, וואס לויפט פאלעראל מיט די וועסט סייד. אבער דאס איז נאר אויב ס'שטייט, ווייל געווענליך ווען עס איז שטייט פארט עס אבער שנעלער וואו די גאסן

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 06, 2011 11:14 pm
דורך leiby
האט איינער א גוטע וועג אויף די פארקערטע וועג אויך?

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 06, 2011 11:20 pm
דורך פאטאקי08
ohrchodosh האט געשריבן:On the way from the mountains, coming from the 4, I always go out the last exit before toll going 2 lights and a left and I'm at the toll booth

איך ווייס נאר פון איין לייט נישט 2

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 07, 2011 10:33 am
דורך שאלת_חכם
דאן ווייסטו נישט גוט, דאס קומענדיגע מאל קוק וויפיל לייטס דו פארסט דורך,

אאפפסס... איך כאפ מיך יעצט אינמיטן שרייבן, אז אפשר נעמסטו נישט די גוטע וועג אריין, עס איז דא נאך א וועג אריין א גאס פריער, די צווייטע וועג אריין קומט מען אבער אן ממש ביים טאל באאט,

די ערשטע בילד איז מן הסתם די וועג וואס דו ניצסט, די עקזיט צו פארט לי איז ווי די שטרעכל פאנגט זיך אן, ביי נומער 73

Capture GWB 1.jpg


די צווייטע בילד איז די שנעלערע וועג, דארט אנצוקומען פארט מען דורך צוויי לייטס

Capture GWB 2.jpg


קליקט אויף די בילדער צו מאכן גרעסער