בלאט 1 פון 1

וואס איז די חילוק צווישן די טרואוועי און אנדערע הייוועיס

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 8:33 am
דורך גרויזאמער
אויפן טרואוועי, און אויך אויפן 17, ווען מען פארט אויף 70-80 שפירט מען ניטאמאל אז מען פליט, אז מען סלאוט אראפ צו 60 (ווי ביי קאנסטראקשן, טרעפיק, א.א.וו.) שפירט מען ווי מען קלאצט.

ווידעראום אויפן בי קיו אי, און אויפן נ.דזש. 17, א.א.וו. שפירט מען שוין ביי 50 אז מען פליט.

עס האט לכאורה נישט מיט די קאר'ן ארום, ווייל די זעלבע זאך איז ווען עס איז נישטא קיין קארס ארום.

איז עס ברייטערע לעינס? אנדערע מאטריאל אויף די ראוד?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 8:36 am
דורך אלף בית
די פשוט'ע סיבה איז ווייל ס'איז נישט אזוי געדרייט. מ'קען זעהן זייער ווייט ווען מ'קוקט גלייך.
אויך זעהט מען נישט קיין בנינים ביי די זייטן, זעהט מען נישט ווי מרוקט זיך.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 8:40 am
דורך צים פינטעל
אויף די טראוועי האסטו ברייטע לעינסט ממש ווי א היסב בעט

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 9:01 am
דורך סמארט
לכאורה האט עס בעיקר צוטוהן מיט דעם וואס מ'זעט די זעלבע וויאו (view) א גאנצע צייט, אלעס ארום איז גרין, משא"כ ביי די נ.דז. 17 וואס איז פיל מיט געשעפטען ביי אלע זייטן, און שטייצעך אויפן בי קיו אי די זעלבע וויבאלד ס'איז ארומגענומען מיט ריזן וואלקען קראצער געביידעס

עניוועי למאי נפקא מינה למעשה..

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 9:38 am
דורך פאטאקי08
סמארט האט געשריבן:עניוועי למאי נפקא מינה למעשה..

שטייסט נישט גרויזי איז אריין אין די W הצלה ממילא איז עס אים נוגע...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 9:50 am
דורך ווינקל
אויסדריקליך מיט די ברייטע ראודס מיט די ווייטע וויזיע.


אויף די 287 אראפ ניי ג'רזי איזעס נאך ברייטער און דער עולם פארט דארט רעגולער 90 מפש.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 10:38 am
דורך farshlufen
ווינקל, דארט איז פארהאן פאליציי אויך מיט א ברייטקייט, בעיקר גיב נאר אכט נישט צו פארן אין די לינקע לעין.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 11:15 am
דורך ווינקל
טאקע מהאי טעמא...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 11:22 am
דורך פעדער
פאטאקי08 האט געשריבן:
סמארט האט געשריבן:עניוועי למאי נפקא מינה למעשה..

שטייסט נישט גרויזי איז אריין אין די W הצלה ממילא איז עס אים נוגע...

מאדנע! כ'האב געמיינט אז ער "טויג נישט צו גארנישט" !!!

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 11:30 am
דורך גרויזאמער
פעדער, איך נעם אן זייער איזי ווען מען זאגט אז איך טויג נישט צו גארנישט (און נישט וועגן דעם בין איך א הצלה מעמבער און א עקזעקיוטיוו ביי גוגל צו צייגן דאס פארקערטע), פארט וויל איך וויסן דיין מקור פארוואס דו מיינסט אזוי.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 11:32 am
דורך פעדער
דאס גרעניצט זיך שוין מיט "גילו" פלעגט מיין רבי אין חדר זאגן.
נאך איין ווארט און כ'רוף די מנהל!
און אגב, בין איך נישט אזוי באקאנט מיט די ריכטיגע אפטייטש, פון עקזעקיוטיוו ביי גוגל. ביטע זייט אזוי גוט, און טוהט מסביר זיין איר באדייט פאר מיר.
און "הצלה" איז לאוו דוקה א באווייז אויף טויגליכקייט, אפשר האסטו בלויז געברויכט די שליסלעך מיט די טשערי לייטס. איבערהויפט ווען איך הער אז צו ווערן א הצלה וואלונטיר ווענדעט זיך מער און פראטעקציע, און קשרים אינערהאלב די דעפארטמענט. יכול להיות, גאר, אז די שליסלעך מיט'ן סקענער האסטו שוין באזיצט פון פריער.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 1:16 pm
דורך רשכבהג
אלף בית האט געשריבן:די פשוט'ע סיבה איז ווייל ס'איז נישט אזוי געדרייט. מ'קען זעהן זייער ווייט ווען מ'קוקט גלייך.
אויך זעהט מען נישט קיין בנינים ביי די זייטן, זעהט מען נישט ווי מרוקט זיך.

נישט מסתבר.
פארוואס אויף 1 גאס אין פילט זיך 40 שנעל און אן אנדערע פילט זיך 50 שנעל?
פארוואס אין קאנטרי פילט זיך 15 ווי מ'פליט אין די ליפטן?
פארוואס א גאס פאראלעל מיט די BQE אדער FDR פילט זיך 50 ווי אן עראפלאן און אין די זייט אין די הייוועי איז 50 ווי מ'שלאפט?
פארוואס אייביג שפירט זיך די ספיד לימיד שטייט, 10 העכער נארמאל, און 20 העכער שנעל? נישט קיין חילוק א דרייוו-וועי צו א פארקוועי, אן אינטערסטעיט צו א סטעיט ראוט.

-----------------------------------------------

אבער איך האב געמיינט ווען כאב געזען די קעפל "וואס איז די חילוק צווישן די טרואוועי און אנדערע הייוועיס" אז ער גיי פרעגן אינעווייניג מיט וואס די טראוועי איז אנדערש פון יעדע ראוד?
דהיינו ווער ס'באקאנט ווייסט אז די טראוועי איז נישט די נאמען פון די ראוד, ס'איז נאר א צונאמען פאר א וועג וואס פארט דורך גאנץ ניו יארק סטעיט פון ניו יארק (איין עק) קיין באפעלא (אנדערע עק) אריינעמענדיג -בעסער געזאגט פארנדיג אויף- די 87 און די 90.
מיט וואס ער איז אנדערש נאכן קריגען דעם טיטל ווייס איך נישט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 1:24 pm
דורך שוועמל
גרויזי, כאב שוין אסך געטראכט פון דיין שאלה, מיין מסקנא איז אז צוליב די אויסרגעווענליכע SMOOTH'קייט פון די אינטערסטעיט ראודס וועסטו כמעט נישט שפירן אז דו פליהסט!
און לאו דוקא צוליב די סינערי אדער ברייטע ליניעס.

זיי לייגן אריין כידוע גרויסע כחות אז די ראודס זאלן זיין 'איוון סטיוון' נישט באמפס ארויף און אראפ און זיכער נישט קיינע לעכער וואס שטערט שטארק די ספיד קאנסיסטענסי.
פרוביר נאר אויס ביי קאנסטראקשען עריעס אויפן טראוועי מיט אומאויסגעפלאסטערטע ראודס וועסטו גלייך אנהויבן שפירן אז דו פארסט שנעל.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 1:31 pm
דורך רשכבהג
שוועמעל דברים של טעם.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 12, 2011 5:35 pm
דורך וויכטיג מאכער
גרויזי, ווען איך פאר אויפן טראוועי אויף 70-80 פילעך ווי איך פאר שטייט... סאו איך פארשטיי נישט דיין שאלה...

ערענסט גערעדט, די סיבה איז א מיקס פון אלעס צוזאמען, די סמאאדנעס, די אנדערע קארס און די וויא... די פוינט איז, אז די מוח איז געסעט אויף יעדע ראוד אויף א געוויסע ספיד, און לויט דעם פיהלטעס שנעל צו שטייט...

און דו קענסטעס זעהן, ווען דו קומסט פונעם טראוועי אריין צום דזשערזי 17, פיהלסטו ווי דו ביסט געבינדן, דו קענסט נישט פארן שנעל, ווידער ווען דו קומסט פונעם GWB צום 4 און דערנאך צום 17 ווי די ספיד ווערט כסדר שנעלער און שנעלער, פיהלסטו ווי אה... ס'פארט שוין...

סאו ווי געזאגט, ס'איז די סמאאדנעס פון די ראוד און די רעסט איז די מוח.