בלאט 1 פון 1

הערץ קאר רענטעל - Hertz On Demand

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 10:43 am
דורך ליינער
זיי האבן לעצטענס אנגעפאנגען צו נאך מאכן זיפ קאר און פארדינגען פאר די שעה קארס
זייער וועסייט איז הערץ אן דימענד
עס האט א מעלה מ,קען עס צוריק צו עני לאקעשען

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 11:09 am
דורך מי יודע
אבער איז עס אזוי ווי זיפ קאר אז מען קען עס אויפפיקן פון די גאס די נענטסטע ווי איך בין, אדער איך דארף אראפפפארן צו זייער לאקעישאן?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 9:43 pm
דורך Sprint
זיי האבען נישט קיין
location local only in Manhattan

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 9:43 am
דורך רשכבהג
איבער גאנץ ברוקלין פארמוגען זיי נאר 3 לאקעשענס אויסער די ערפארטס
פראספערקט פארקוועי - יוניען
קאוני איילענד עוועניו
אטלאנטיק עוועניו
נענסטע אין מאנהעטן איז E40
אויף די שעה זענען זיי טייערער ווי זיפקאר, מ'קען פארן מיט די נייע שיף East River Ferry

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 03, 2011 10:04 am
דורך מי יודע
נו וואס איז די חכמה?
סתם גיין קאמפעטישאן מיט זיפ קאר?
קום אויף מיט עפעס פאר אפסטעיט

איך בין סתם נייגעריג, ווער הייסט א גרעסערע קאמפאני הערץ אדער ענטערפרייז?

hertz on demand

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 3:09 am
דורך און וואס נישט
hertz האט א נייע סערוויס אזוי zip car, מען ווערט א מעמבער ביי זיי "בחינם" אין כסף (נישט אזוי zip car וואס האט א fee charge) און מען מיז האבן כאטשיג איין יאר לייסענ'ס צו ווערען עפראווד, מען פילט אויס א אפליקעשען און ליין (מען קען נאר און ליין) און זיי עפראווען ביז 2 ביזנעס טעג,
ביי מיר איז אנגעקומען א א קיטשען קארטעל אזוי עס איז דא ביי די מקוואות, (קוק אויף זייער לוגו די "on" איז א סימבאל פון אזא קיטשען) איך האב זיי אנגעקאלט און געבעטען אויב זיי קענען מיר שיקען א געהעריגע קארטל, האבן זיי מיר געזאגט אדרבא, און זיי זאגען מיר אז רוב מענטשען בעטען א געהעריגע קארטל, און זיי רעכענען נישט דערפאר,
אזוי אויך קומט און די קאר א קארטל פאר געז, (אריין גערעכענט און די פרייז פון די קאר באקומט מען אויך בחינם געז)
http://www.hertzondemand.com/NewYork/en-US/Home

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 6:00 am
דורך יהושע
ש'כח פארן מיטיילן, קוקט אויס א פיינע זאך, כ'ווארט יעצט אז מיינ'ס זאל אנקומען.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 8:55 am
דורך זייער נייגעריג
צאמגעשטעלט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 9:42 pm
דורך און וואס נישט
איך האב היינט גערעדט צו זיי וועגען אונדער עידזש פי, נו גילו.......... (אינטער 25 יאר) וואס נארמאל ביי הערץ איז דא דיסקאונט'ס אדער קען מען ניצען usaa (איך ניץ טאקע usaa) ביי זיי איז נישט גילטיג די דיסקאונט'ס, ווען מען מאכט רעזיוועישענ'ס זאגט עס שוין מיט די אונדער עידזש פי (אויב מען מאכסטו עס מיט דיין אקאונט, מען מיז ממילא מיט דיין אקאונט אויב די ווילסט אז דיין קארטל זאל עפענען די טיר), געז געבען זיי מיט א קארטל, מען קען עס ניצען 2 מאל א טאג א יעדע מאל פאר $59, מען קען אבער נאר פארען מיט די קאר 180 מייל און א יעדער 24 שעה, יעדע מייל עקסטער קאסט נאך 25 סענט, אינשורענ'ס זאגען זיי איז אריינגערעכעט און די פרייז

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:43 pm
דורך tell.me.something
און וואס נישט האט געשריבן:hertz האט א נייע סערוויס אזוי zip car, מען ווערט א מעמבער ביי זיי "בחינם" אין כסף (נישט אזוי zip car וואס האט א fee charge) און מען מיז האבן כאטשיג איין יאר לייסענ'ס צו ווערען עפראווד, מען פילט אויס א אפליקעשען און ליין (מען קען נאר און ליין) און זיי עפראווען ביז 2 ביזנעס טעג,
ביי מיר איז אנגעקומען א א קיטשען קארטעל אזוי עס איז דא ביי די מקוואות, (קוק אויף זייער לוגו די "on" איז א סימבאל פון אזא קיטשען) איך האב זיי אנגעקאלט און געבעטען אויב זיי קענען מיר שיקען א געהעריגע קארטל, האבן זיי מיר געזאגט אדרבא, און זיי זאגען מיר אז רוב מענטשען בעטען א געהעריגע קארטל, און זיי רעכענען נישט דערפאר,
אזוי אויך קומט און די קאר א קארטל פאר געז, (אריין גערעכענט און די פרייז פון די קאר באקומט מען אויך בחינם געז)
http://www.hertzondemand.com/NewYork/en-US/Home


איך האב זיך אויפגעסיינט פאר בערך 4 חדשים צוריק. געהאט ווייניגער ווי א יאר לייסענס. און געווארן אפראווד אויפן פלאץ (קען זיין יעצט איז אנדערש) זיי האבן נאר געשיקט א געהעריגע קארטל. נישט קיין מקוה קארד (קען זיין אז זיי ווייסן אז אין מיין מקוה דארף מען נישט קיין קארטל...)

איז אזוי. אינמיטן וואך זענען זיי לכאורה ביליגער ווי זיפקאר. איך האב פאריגע וואך גענומען א קאר פון 6:00 פארנאכטס ביז 10:00 די נעקסטע טאג פאר $45. מיט אן אפשען צו נעמען פון 3:00 פאר די זעלבע פרייז
אין די וויקענד שפרינגט די פרייז ארויף צו איבער דאפלט מיט מינימום $110 אווערנייט פאר די ביליגסטע קאר (איך בין אנדער 25)




רשכבהג האט געשריבן:איבער גאנץ ברוקלין פארמוגען זיי נאר 3 לאקעשענס אויסער די ערפארטס
פראספערקט פארקוועי - יוניען
קאוני איילענד עוועניו
אטלאנטיק עוועניו
נענסטע אין מאנהעטן איז E40
אויף די שעה זענען זיי טייערער ווי זיפקאר, מ'קען פארן מיט די נייע שיף East River Ferry

אין דעם ענין האבן זיי זיך פיל פארבעסערט. זיי האבן שוין א היפשע פאר לאקעישנס. און אין מאנהעטן האבן זיי איינס גראד אריבער דעם ווימ"ס ברידזש

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:50 pm
דורך משזר
זיי האבן אויך א לאקעשאן אין ווילי ביי kent & North 5th st.