בלאט 1 פון 1
ווען דארף מען אנהויבן נוצן בעסערע געזאלין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 6:28 pm
דורך שוועמל
נארמאל נעם איך 87.
לעצטענס אבער פיהל איך אז די גאז לויפט שנעלער אויס ווי אמאל, דאס הייסט איך פאר ווייניגער מייל פאר די גאז.
אויך שפיר איך אזא אומבאטעמ'טע ריח ווען איך גיב לאוד צום ענזשין, דאס קען זיין א קאטאליטיק קאנווערטער פראבלעם.
זאגט מיר א מעקעניק אז איך מוז נוצן 89 לכל הפחות, אויך הייסט ער מיר קלינען די קאטאליטיק קאנווערטע, פונקטליך וואס דאס איז ווייס איך נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 10:40 pm
דורך פליגל
פרעג דיין מעכאניק זאל א קוק טאהן אויף די "מעניפאל געסקעט" אדער אפשר ברויכסטו א "טאאן-אפ".
דו שפירסט אויך ווי דער ענדזשין לויפט העכער ווי נארמאל? קען אפשר זיין אז ס'יז די "פיול סענסאר" וואס מאכט דעם ענדזשין שלעפן מער געז פאר גארנישט.
אויך איז ראטזאם צי נעמען געז נאר פון די בעסערע קאמפאניס;
BP
SHELL
EXXON (נישט פארמישן מיט MOBIL)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 11:20 pm
דורך אויפריכטיג
איז נישט מאביל און עקסאן איינס?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 12:48 am
דורך שוטה
מאך א אויל טשעינש.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 2:27 am
דורך שוועמל
אויל טשעינזש האט גארנישט מיט גאז צוטון.
למעשה האב איך טאקע גענוצט אזא קאטאליטיק קלינער און די גערוך איז אוועקגעגאנגען, לאמיר זען צי די גאז וועט זיך האלטן לענגער.
ניין די ענזשין לויפט נישט העכער ווי נארמאל, עכ"פ איך קען דאס נישט זען ווייל יך פארמאג נישט א געיזש דערפאר.
עקסאן און מאביל זענען היינט צעטיילט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 3:20 am
דורך שוטה
בדידי הוי עובדא אז נאכן מאכן א אויל טשעינזש האט די גאז זיך געהאלטן דאפעלט ווי פריער, קען זיין אז פרישע אויל מאכט גלאטער די טראנספער פון איין גיער צום צווייטען.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 9:28 am
דורך פליגל
גראדע אפילו ווען עקסאן און מאביל זענען געווען ציזאמען איז'ס נאר געווען בנוגע בעלות, די סחורה איז געווען צוויי אנדערע מעשיות.
בכלל פרוביר דיך צי האלטן מיט די בעסערע געזאלין קאמפאניס, (איך האב נישט קיין סטאקס אין קיין איינע פון זיי).
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 11:11 am
דורך שאלת_חכם
שוועמל האט געשריבן:
עקסאן און מאביל זענען היינט צעטיילט.
דו מיינסט צוזאגן צוזאמגעשטעלט
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 12:19 pm
דורך פאטאקי08
fuel injector cleaner???
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 12:25 pm
דורך ווינקל
וואלערא גאז איז נישט גוט?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 12:29 pm
דורך SPUSMN
פליגל, דער געז סטעישען קען הייסען
SHELL אדער EXXON
און נעמען געז פון ווי זיי ווילען. אזוי איז דאס געזעץ. אויך איז אייביג דא דער פאסיביליטי אז זיי פארקויפען דיר דער שוואכער געז אלץ דער טייערער
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 1:08 pm
דורך פליגל
איך ווייס אז ביי GETTY ארבייט עס אז ארום 70% איז GETTY און די רעשט פון ווי אימער, ביי די דריי אויסגערעכנטע דענק איך אז זיי מוזן נעמען נאר פון די ברענד נעים.
וואס די רעדסט פארקויפן שוואכערע פאר טייער, דאס איז געזאגט ביי אלע נישט דוקא ביי די פאר.
ביודעי ומכירי קאמינא אז זייט איך נוץ נאר די ברענדס פארט מיין קאר סך בעסער. און אויך מיין ארבייטער וואס כ'אב גארנישט פארציילט האט מיך געפרעגט אויב כ'אב געטוישט געז סטעישאנס ווייל ער שפירט א גרויסע חילוק.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 6:37 pm
דורך י
מאכן א אויל טשענזש העלפט זייער אסאך פאר מייליזש. אויל פאר א מאטאר איז אזוי ווי בלוט פאר א מענטש. די אויל דאר זיין קלאר, ווען מ'פארט אסאך מייל ווערט די אויל שמוציג אין מדארפ מאכן א אויל טשעינזש.
יעצט איז מיין שאלה וועגן מייליזש. ווען האסטו
געמאכט א אויל טשעינזש?
געטוישט עיר פילטער?
געמאכט א טאן-אפ?
איז דיין טשעק-ענזשן לייט אנגעצונדן?