בלאט 1 פון 2

GPS והמסתעף

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 4:15 pm
דורך מי יודע
איך נוץ אסאך GPS ווען איך פאר און קום, לעצטענס איז מיר אויסגעקומען עטליכע מאל צו זיין אין מאנהעטן, און זייענדיג אונטער די ריזיגע וואלקן קראצער'ס ווערט ער צומישט, און הייסט מיר גיין רעכטס לינקס לינקב רעכטס נאר נישט ווי איך ברויך
וויל איך פרעגן דעם ציבור דא אויב איינער ווייס צו דאס איז ביי אלע GPS אזוי, צו נאר ביי שוואכערע קאוויליטי
אין אנדערע ווערטער, איך וויל לעזן דעם פראבלעם, ווייל ווען איך האב נישט דעם GPS נעם איך כאטש דירעקשאנס, און אזוי אז איך קום אן א טראפ ידיעה ווי צו גיין איז דער GPS ווערט א כפרה ונוח לו שלא נברא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 5:00 pm
דורך דארפסמאן
איינער ווייסט אפשר ווי מען קין דאונלאדען די הצלה מעפ פאר GPS

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 5:49 pm
דורך ים רויבער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 5:54 pm
דורך דארפסמאן
ישר כח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 7:54 pm
דורך סמארט
מי יודע, וועלכע קאמפעני/מאדעל gps האסטו?

איך האב אויך דעם פראבעלם מערערע מאהל, כ'האב נאר נישט אויפגעכאפט אז דאס זאל זיין דוקא צווישן די גרויסע געביידעס, כ'על מדייק זיין נעקסט טיים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 10:02 pm
דורך מי יודע
איך האב טאם טאם
יא אמת, ס'האט שוין פאסירט ביי מיר צומאל אויפן 87 ארויף קיין מאנטריאל אז ער ווערט אינמיטן צופארן, אין אינמיטן 87 הייסט ער מיר מאכן א רעכטס, אבער ער כאפט זיך גלייך צוריק, און דארט איז נישט אזא פראבלעם ווייל איך ווייס ביז וועלכע עקזיט איך דארף פארן
אבער אין מאנהעטן ווי איך דארף יעדע דריי גאסן זיך דרייען און ער טאנצט אהער אין אהין איז ממש א חורבן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 10:02 pm
דורך מי יודע
וואס איז די הצלה מעפ?

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 08, 2011 12:08 am
דורך leiby
א כלליות'דיגע אשכול איבער GPS דא
וועגן מאנהעטן פראבלעם קוק דא
איבער הצלה האסטו דא

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 08, 2011 7:16 am
דורך מי יודע
יישר כח לייבי
שמעלצער צו די ארבעט

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 11:34 am
דורך שמערי בערי
גארמין נביא 1200
גארמין נביא 1450
וואס איז די חילוק, וועלכע לוינט זיך ענדערש?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 1:21 pm
דורך סמארט
דא האסטו די חילוקים, סעלעקט וועלכע די ווילסט קאמפערען

וועלכע ס'איז בעסער, ווענדט זיך אויף וואס דו דארפסט עס

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 1:22 pm
דורך אויפריכטיג
איך האב יעצט געקויפט א גארמין (איך געדענק נישט איצט די מאדל נאמבער) און איך בין דא אין די קעטסקיל בערג, און ער מאכט מיר די זעלבע פראבלעמען ווי מי יודע.

ער פארט אראפ פונעם ראוד וואו איך פאר, און אויב שטויסט ער זיך אן אין א אנדערע ראוד, מאכט ער ריקאלקולעיטינג און ער פירט מיך פון א ראוד וואס איך בין בכלל נישט דארט.

וואס טו איך, עס איז דאך ממש טוב לא שלא נברא...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 1:28 pm
דורך ים רויבער
האסט ארויפגעלייגט די הצלה מעפ?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 1:48 pm
דורך אויפריכטיג
ניין, און אויב יא, וואס וואלט דאס אויסגעמאכט, לטב או לביש?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 2:00 pm
דורך ים רויבער
איך ווייס נישט פאר זיכער אבער די.יודעי דבר טענה'ן אז ס'איז בעסער

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 4:12 pm
דורך שמן זית
ווי קען מען שאפן א ארץ ישראל GPS?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 5:02 pm
דורך ווער בין איך?
איך האב געדינגען ביי טאלק ענד טרעוול אין בארא פארק

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 6:06 pm
דורך שמן זית
פאר וויפיל?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 6:09 pm
דורך שוטה
מאך זיכער צו נעמען פון דא, דארטן אין עירפארט בעטן זיי אזויפיהל אז ס'לוינט זיך שוין צו קויפן.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 05, 2012 6:49 pm
דורך ווער בין איך?
טאמער געדענק איך גוט, איזעס געוועהן א פינעווער א טאג

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 12:36 pm
דורך אויפריכטיג
איך האב פארלוירן דעם שטיקל וואס האלט דעם GPS אויף די ווינדאו פונעם קאר, ווייסט איינער וואו מען קען פארשאפן א נייע?


יישר כח

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 18, 2012 1:21 pm
דורך שמעק_טאביק
וועלכע קאמפאני נוצטו?

פרוביר זוכן ביי עמעזאן. הצלחה.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:17 am
דורך אויפריכטיג
איך ניץ גארמין

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:48 am
דורך שמעק_טאביק
האסטו פרובירט ביי עמעזאן?

אז דו ביסט שוין דארט, גיב א קוק, עס זענען דא אנדערע סארט מאונטס וועלכע גייען נישט אויפן ווינדשיעלד נאר אויפן דעשבאורד, און איז פיל גרינגער צו טראגן פון איין קאר צום צווייטן, און צו באהאלטן אויב עס פעלט אויס. איך נוץ עס און בין גאנץ צופרידן דערפון.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 4:07 pm
דורך אויפריכטיג
א גרויסן יישר כח פארן שמעק טאביק...