בלאט 1 פון 1
עולם חסד יבנה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 12:50 pm
דורך ניק ניק
עולם חסד יבנה איז די נאמען פון א טעלעפאן סיסטעם וואס מאנטריאלע אידן זענען גיט באקאנט, אבער ס'קען גיט צונוץ קומען אמאל פאר א ניו יארקער אויך.
ס'ארבעט אנדערש ווי די אנדערע סיסטעמען וואס איז דא למשל צו די קאנטרי, וואס יענע פארגעשריטענע סיסטעמען האבן פארשידענע חסרונות, אבער דעס איז נישט מער ווי א וואוס מעיל וואס יעדער קען הערן יעדעם'ס מעסיזש.
ס'איז געמאכט פאר דעי וואס פארן פון ניו יארק צו מאנטריאל - טאהש און פארקערט.
מ'קאלט אריין מ'זאגט וואו און ווען מ'וויל פארן מיט א טעלעפאן נומבער צוריק צירופען, און אזוי שטעלט מען זיך צוזאם. ליתר שאת הערט מען אויך אויס די מעסעזשעס צו ס'שוין דא א קאנדידאט.
כמה מעלות טובות:
איינער וואס האט נישט לייסענס וועט אלס טרעפן א וועג ביליגער שנעלער און בעסערע סערוויס ווי די באס.
באס = 65 - 75$ , קאר = ככל אשר יושת בעל הקאר.
באס = 8 - 10 שעה וועג מיט א סאך סטאפס, קאר = 6-7 שעה נאן סטאפ
באס = פארט נאר באנאכט, קאר = ווען אימער די ווילסט.
באס = נישט באקוועם, קאר = באקוועם.
באס = דארפסטו שלעפן אלע פעקלעך ביז און פון די באס, קאר = טור צו טור סערוויס.
איינער וואס האט לייסענס אבער נישט קיין קאר, וועט אלס טרעפן מענטשן ס'זאל זיך אויסצאלן די רענטל מיט די געז, למחצה לשליש ולרביע.
אלע מעלות כנ"ל
איינער וואס האט א קאר, קען פארשאפן איינעם צו העלפן דרייווען, אדער טוהן א מצוה און מיטנעמען אידן בחינם אויב ער וויל.
די פאון סיסטעם איז לע"נ איינעם, און כולו לשם מצוה, פארדעם איז עס אין ערגעץ נישט עדווערטייזד, איך שרייב עס דא אלץ א שטענדיגע ניצער, אל תמנה טוב.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 2:08 pm
דורך ישעי
נא אויב די ביסט א שטענדיגע ניצער פון "עולם חסד יבנה", פארוואס פארגינסטו נישט פאר א צווייטן די נומבער פון די ארגאנזאציע?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 2:12 pm
דורך סמארט
זעהסט נישט וואס ער שרייבט אונטען אז דער פאון נאמבער איז אין ערגעץ נישט עדווערטייזט ווייל ס'איז לשם מצוה, ער וויל נישט צאלן פאר איי וועלט פארן אים לאזן עדווערטייזן די פאון נאמבער.......
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 3:40 pm
דורך שמערי בערי
347-342-0595
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 5:11 pm
דורך ניק ניק
אדער 514-664-4011
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 5:49 pm
דורך ניק ניק
סמארט האט געשריבן:זעהסט נישט וואס ער שרייבט אונטען אז דער פאון נאמבער איז אין ערגעץ נישט עדווערטייזט ווייל ס'איז לשם מצוה, ער וויל נישט צאלן פאר איי וועלט פארן אים לאזן עדווערטייזן די פאון נאמבער.......
לשיטתך ארבעט איך אויך ביי תהלים כולל, ביי די עדה, ביי זיפקאר, און נאך...
עיין מיינע תגובות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 7:57 pm
דורך סמארט
ניק ניק האט געשריבן:סמארט האט געשריבן:זעהסט נישט וואס ער שרייבט אונטען אז דער פאון נאמבער איז אין ערגעץ נישט עדווערטייזט ווייל ס'איז לשם מצוה, ער וויל נישט צאלן פאר איי וועלט פארן אים לאזן עדווערטייזן די פאון נאמבער.......
לשיטתך ארבעט איך אויך ביי תהלים כולל, ביי די עדה, ביי זיפקאר, און נאך...
עיין מיינע תגובות.
פשיהאאאאאאא!! ממש א כל בו אינגערמאן...... נא, הצלחה מיט אלע מעשי ידיך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 10:20 pm
דורך לאז געמאכט
ניק ניק האט געשריבן:די פאון סיסטעם איז לע"נ איינעם
ס'איז נישט קיין סוד לע"נ וועם.. דאס איז לע"נ א איד פון מאנטריאל יצ"ו משה יודא אלי' (מישא) געשטעטנער ע"ה א וויואלער איד געוועזען, ער האט נעבאך נישט איבערגעלאזט קיין זש"ק. מען בעט ווער עס קען זאל לערנען א פרק משניות אדער גיבן א רייד פאר א אידן לעילו נשמתו, ת. נ. צ. ב. ה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 07, 2011 10:26 pm
דורך ניק ניק
בן ר' אליעזר דוד
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 11:48 am
דורך ישעי
איך האב געהערט אויף 'קול מבשר' אז אין ניו יארק האט זיך אויפגעמאכט א חסד ליין מיט'ן נאמען "דרכי נועם" ממש די זעלבע סארט זאך ווי עולם חסד יבנה, עס איז טריפס פון די קעטסקילס צום שטאט און פארקערט.
די נומבער פון דרכי נועם איז: 718-506-1500
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 11:59 am
דורך ניק ניק
ס'נישט די זעלבע זאך, ס'ארבעט אינגאנצן אנדערש, דרכי נועם איז א פארגעשריטענע סיסטעם, וואס די דארפסט נאכקומען די רולס, ווי למשל אריינלייגן א צייט ווען די ווילסט פארן און נאר אויב איינער פארט דענאלטס וועט ער ענק צאמפארן, משא"כ אויף די אנדערע ליין קען מען זאגן בערך ווען מ'וויל פארן און מ'קומט זיך דורך, כמובן איז אזוי אסאך גרינגער צו טרעפן א רייד, אזוי נאך חסרונות וואס א פארגעשריטענע סיסטעם האט.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 1:05 pm
דורך סמארט
דרכי נועם איז טאקע גאר א פארגעשריטענע סיסטעם, און עס מאכט עס זייער גרינג פארן דרייווער, ועל כולם אז זיין נאמבער קומט נישט אהן צום מענטש וואס וויל מיטפארן נאר אלעס גייט דירעקט דורך זייער סיסטעם
זיי האבן עדווערטייזט די יאהר אז זיי גייען מאכן גורלות פאר ווער ס'נעמט מיט א מינומים דורכן זוממער,
באמת א וועלט פון חסד!!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 8:22 am
דורך ניק ניק
דרכי נועם איז זייער א פארגעשריטענע סיסטעם און ס'מאכט גרינגער פארן דרייווער,
אבער גיי מאך א סיורטש אין גוגל וועסטו זען אויף די לינקע זייט איז דא פילטערס דהיינו ער זאל נאר זיכן אין דעי פלאץ נאר פאר דיע פרייז נאר דיע צייט וכדו' וועט איר זען אז מיט יעדע פילטער וואס איר דריקט פאלט די רעזאלטאטן צו ווינציגער ווי האלב אדער א דריטל, והדברים פשוטים.
איז דערים אויפן דרכי נועם סיסטעם וויבאלד ס'האט אזויפיל פילטערס ברענגט עס א סאך ווייניגער רעזאלטאטן.
למשל ווען ער זאל לאזן בעטן געלט -יעדער דרייוער וויפיל ער וויל- וואלטן אלף פעמים ככה דרייווערס אריינגעריפן, אז איך פאר קיין מאנטיסעלא און איך ווייס אז איינער זיכט א וועג קיין וואדריזש, וואלט איך עם מעגליך מיטגענומען ווען די סיסטעם זאגט מיר ווען, אז איך זיך א וועג 12:00 און איינער פארט 12:01 צו אפילו 12:30 אדער 1:00 גייט מיר די סיסטעם נישט צאם'שדכענען, פארפאלן א קלאץ בלייבט א קלאץ.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 9:01 am
דורך ניק ניק
יעצט געסורזשט:
רעזאלטס: 1,130,000
נאכן ערשטע פילטער: 303
נאכן צווייטע פילטער: 153
נאכן דריטע פילטער: 0 !!!!!!!!!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 11:09 pm
דורך לאקשן קיגל
ניק ניק האט געשריבן:, אז איך זיך א וועג 12:00 און איינער פארט 12:01 צו אפילו 12:30 אדער 1:00 גייט מיר די סיסטעם נישט צאם'שדכענען, פארפאלן א קלאץ בלייבט א קלאץ.
נישט ריכטיג. ער פרעגט דעם דרייווער צו ער פארט AM אדער PM און די מעשין דערציילט אלע זיכערס פון AM אדער PM
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 11:25 am
דורך לאז געמאכט
אמת א קאמפיוטער איז א קלאץ, אבער א גוטע פראגראמער קען אים גוט איינלערנען...