בלאט 1 פון 1

וואו קויפט מען טייערס (רעדלעך) - אין וועלכע קויפט מען

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 10:04 pm
דורך בן יועזר
מיין מעכאניקער ווארנט אז מברויך שוין קויפן נייע טייערס פאר די אויטא - המכונה אדיסי בלע"ז

די שאלה איז

א. וועלכע טייערס קויפט מען - סידאך פארהענען אזויפיל שמות הנרדפים... גוד יער, מישעלין, פייער סטואן וכו וכו' אטו כי רוכלא ליחשב

ב. וואו קויפט מען פאר א גיטע פרייז ?

האט איינער א ידיעה אינעם פעלד - דאן לאז הערן דיין מיינוג

שכוח למפרע

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 14, 2011 1:14 am
דורך קרעפלקאפ
נישט קיין גרויסע נפקא מינא די נאמען פון די ברענד.

דער עיקר ס'זאל זיין גוט געבעלענסט. הנקרא טייער עלייענמענט. דאס איז דער יסוד פון רעדל אריכת ימים.

ווער איז גוט?! כ'נישט געבן רעקאמאנדאציעס, אבער ביי היימישע אידן בין איך אלס ארויס געפארן צופרידן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 14, 2011 9:46 am
דורך פליגל
כ'דענק אז מיטשעלין איז בעסער, און קאסט טייערער אויך.

ג"א מצטרף לדברי קרעפלקאפ; כ'בין אייביג געווען צופרידן פון'ם איד.

ווען דו ביסט דארט בעט'ם זיי זאלן טשעקן די פרעשור אין אלע טייערס, און די ספעיר טייער אויך (ספעציעל פארן זוממער).

הצלחה

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 14, 2011 12:10 pm
דורך דארפסמאן
און ווילי איז דא "ראפאו טייערערס" וואס ווערט אונגעפירט דורך ר' מענדל רא"ז פון חסד של אמת, און ער איז זייער גיט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 14, 2011 2:13 pm
דורך bailout
איך בין נייגעריג וואס דער עולם האלט, ענדערש קויפן א נייע אדער א יוסד פאר פערטל די פרייז.

מיין רעדל איז געווען א פיינע רעדל מיט טיפע קריצן, אבער ער האט אנגעטראפן א געזונטן פאטהאל, און ער איז געגאנגען שלאפן, נו, א פאטהאל וועט דיר אפשעכטן א נייע רעדל פונקט ווי די אלטע, און פאטהאלס דארף איך דאך נישט זאגן וויפיל סאיז דא, נו ציוואס צאלן פאר א נייע?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 14, 2011 3:09 pm
דורך leiby
זייער אסאך קארס האבן אינשורענס פאר די רעדלעך, קוק איבער צו דיינס האט נישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 14, 2011 7:57 pm
דורך מאנאגרעמס
אויב דו האסט א ליעס וואס גייט שוין כמעט צוריק, וואלט איך דיר געראטן צו נעמען יוזד.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 9:57 am
דורך פאטאקי08
leiby האט געשריבן:זייער אסאך קארס האבן אינשורענס פאר די רעדלעך, קוק איבער צו דיינס האט נישט.

נאכאמאל?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 26, 2011 5:53 pm
דורך leiby
געהאט מער ווי איין פלעט טייער פין א פאט האול, אין די אינשורענס האט עס באצאלט.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 26, 2011 6:07 pm
דורך פליגל
לייבי;
אינשורענס איז אנטקעגן די "פאט-האולס" נישט קעגן די "רעדער".