בלאט 1 פון 1
מיין קאר איז געווארן אנגעפירקלט - וואס טוה איך?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 2:52 pm
דורך משיח
איך האלט אין איין הערן איבער פירקלערייען און ווילדע פארברעכן איבער קארס אין אלע אידישע געגענטערס.
יעצט איז געקומען מיין טשאנס!
דאנערשטאג נאכט איז מיין קאר געווארן אנגעפירקלט, נישט מיט קיין אנטעסמיטישע לויזונגען, נאר פשוט מיט ספרעי פעינט!
וואס איז די צווייטע זאך וואס איך ברויך טוהן דערצו?
די ערשטע זאך ווייס איך, איך ברויך איינמעלדן קול מבשר... אבער וואס טוה איך ווייטער?

- IMG-20110515-00115.jpg (11.77 KiB) געזעהן געווארן 511 מאל
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 3:07 pm
דורך פאטאקי08
פראנטא וואש דאש
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 3:39 pm
דורך הערליך
איך קלער זאלסט מאכן א פאליס ריפארט, אין קלעימען אינשורענס, דאס וואלט איך געטון
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 3:44 pm
דורך מחותן
פאר דיר איז יעצט די וויכטיגסטע זאך ....................חייש צו זיין אויף גילו
אז כ'וועל זין די קאר און די היימישע געגענט סיי ווי אימער, וועל איך דאך גלייך וויסען...........

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 3:50 pm
דורך צייטליך
אויב וווערסטו געוואויער ווער די גיום זענען און די ברענגסט זיי צו ארעסט דאן וועסטו קריגן פון די פאליס דעפט. $500 (בלומבערג איז זייער שטרענג קעגן גראפיטי און צאלט א באלוינונג פאר יעדע ארעסט)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 3:54 pm
דורך איזעי
ר"ת Not Moshiach?
איך האב מורא אז דו דארפסט נישט חייש זיין משום גילוי, דער וואס האט געספרעיט האט דיר שוין מגלה געווען

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 5:20 pm
דורך משיח
שכוח אייך אלע.
הערליך האט געשריבן:איך קלער זאלסט מאכן א פאליס ריפארט, אין קלעימען אינשורענס, דאס וואלט איך געטון
מיין אינשורנס וועט מיר לכאורה ארויפגיין. לוינט עס דען?
ווי קען איך עס פארבען פאר א גוטע פרייז?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 5:22 pm
דורך משיח
צייטליך האט געשריבן:אויב וווערסטו געוואויער ווער די גיום זענען און די ברענגסט זיי צו ארעסט דאן וועסטו קריגן פון די פאליס דעפט. $500 (בלומבערג איז זייער שטרענג קעגן גראפיטי און צאלט א באלוינונג פאר יעדע ארעסט)
מ'קוקט איבער די אייז פון די ארומיגע הייזער צו כאפן די שפירן פון די פארברעכער.
(קרעדיט: קול מבשר)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 5:22 pm
דורך משיח
מחותן האט געשריבן:פאר דיר איז יעצט די וויכטיגסטע זאך ....................חייש צו זיין אויף גילו
אז כ'וועל זין די קאר און די היימישע געגענט סיי ווי אימער, וועל איך דאך גלייך וויסען...........

מיינסט איך וועל דען לייגען א אקטועלע בילד פון די קאר? ס'איז בלויז א משל די בילד לשבר (יא, מיט א שין) את האוזן.
או יאמר:
מיינסט אז ס'איז מיין קאר? מיין חבר האט מיר געבעטן אז איך זאל עס לייגן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 5:41 pm
דורך אונגארישער
צייטליך האט געשריבן:אויב וווערסטו געוואויער ווער די גיום זענען און די ברענגסט זיי צו ארעסט דאן וועסטו קריגן פון די פאליס דעפט. $500 (בלומבערג איז זייער שטרענג קעגן גראפיטי און צאלט א באלוינונג פאר יעדע ארעסט)
סתם אזוי ציציפיקסן די פאר ליידיג גייער איז איכעט ווערד
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 5:50 pm
דורך חיים'קע
ס'איז דא א ספרעי GOOF OFF ספעציעל געמאכט און זייער גוט פאר די סארט גראפיטי.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 5:57 pm
דורך אשר ווילבער
משיח'ן כהאב געזעהן דיין קאר (אויפן פיקשער) און איך האב גרויס מיט לייד מיט דער,
אבער מיין אפיניען איז. אז חוץ מאכען א פאליס ריפארט און זיך גוט אפווישן די נאז (מיט א ווייעכע טישא פארשטייטזיך)
קענסטו גארנישט טאן,
ווייל אפי' נאניעח אז דיין אינשארענס וועט נישט ארויפ גיין ווייל סאיז געווען א אנטעסעמיטישע אקציע ימח שמם. וועסו זיכער האבן א דידאקטעבל פון א פאר. מאות, וואס פאר די געלט קענסע שוין טרעפן איינער וואס זאל דיר עס אונשמירן פאר ביליגער,
ווער ווייסט צו איך בין נישט גערעכט?
אבער אפשר יא!
אבער אז מ'רעדט שוין פון אנטעסעמיטיזם, פארציילט מיריינער, אז אנטעסעמיט שפאציערט אמאל אריין אין א באר (קרעטשמע בלע"ז), און טרעפט א יודל שטייט זיך אזוי רואיג אין דער זייט. דער איז געווארן רויט ווי קאלעך, ער גייט צופיקסען דעם שטאלצן יוד,
גייט צו צום קאנטער, און באשטעלט א גלעזעל ברוינפען פאר אלע וואס זענען געזעסן דארט, א חוץ דער יוד, זאלער וויסן,
אזוי קוקענדיג אויפן יוד מיט לאכעדיגע נקמה בליקען. זעהט ער ווי דער יוד שמייכלט גאר אונטער,
אה! ער פארשטייט נישט אויפן ווינק, ער געט א ווייז פארן פרוי מיטן האנט, מיינעדיעג, איבער צו שפילען דעם זעלביגן. א שאט פאר יעדן אוסער פאר דעם יוד.
והנה, קמה אלימתי דער יוד שטייט מיטן זעלבן שמייכל. דער גוי איז שוין געווארן אונגעהיצט, און אזוי האט זיך איבערגעשפילט א דריטע מאהל.
נאכן דריטן שמייכל פונעם יוד איזעם שוין די ווייסעכל פונעם אויג איבערגעגאנגן פאר כעס, ער גייט צו צום סערווירער, זאג נאר, דער יוד איז אביסל גאגיי אזוי נישט מיט אלעמען, אדער לאכט ער דאווקא צו וואס?
ניין! זאגט זי, דער יוד איז די אייגענטומער פונעם באר...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 6:20 pm
דורך חיים'קע
ווי מ'גייט און ווי מ'שטייט רוקט זיך דער אשר אריין מיט זיינע גוטס'לעך.
אשר איר האט א זעלטענעם שפראך און א פיינעם פעדער (לייען, קיבאורד)
צוריק צום ענין.
ווי איך האב פארשטאנען איז די גאנצע אינשורענס דא געווען א וויץ, ווייל וואספארא אינשורענס איז דא שייך צו קלעימען פאר אביסל ספרעי?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 6:43 pm
דורך אשר ווילבער
חיימ'קע, קיין וויץ איזעס נישט, ווייל קלעימען אינשארענס קענסטו אויף יעדע דעמידז אויף דיין קאר. נישט קיין חילוק ווי גרויס די שאדן איז, די זאך איז נאר אז אדער גייט די אינשארענס ארויף, אדער איז דא א דידאקטעבל וואס איז אמאל מער ווי די שאדן זעלבס
און אגב חיים'קע לעבן, שקויעך פאר איזינהאבן אריין צו ריקען א קאמפלעמענט,,,
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 6:47 pm
דורך לאז געמאכט
מסתם ווייסטו נישט וואס ס'קאסט צו פארבן א קאר...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 6:58 pm
דורך חיים'קע
אשר ביסט גערעכט, אבער פארוואס זאל זיך לוינען די גאנצע קאפ וויי פאר אביסל ספרעי?!
(און פארוואס נישט א קאמפלימענט, בעת די לעבסט אויף יעדן אשכול דא אין קרעטשמע..)
לאזי, מיינסט מיך? אויב יא, מסתם ווייסטו נישט וואס ס'קאסט א באטל ספרעי...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 7:06 pm
דורך שוועמל
איך האב עס אמאל געהאט אויף מיין קאר, האב איך גענוצט סט. מאריץ (איזי אףף) און ס'יז אלעס אראפגעקומען נאך עטליכע מינוט רייבן (נישט מיט סטילוואל ח"ו).
אויך האב איך געטרייט GOOF OFF און סאט מיר פארהרג'ט די פעינט פון מיין קאר.
לזכרוני האב איך טאקע געמאכט א פאליס רעפארט, מער ווי א שטיקל צעטעלע מיט א רעפארט נומער האב איך נישט געקריגן, חוץ נאך אפאר טיקעטס אינדערצווישן.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 4:00 am
דורך יודל מענדלזאהן
א פאליס רעפארט איז אלעמאל וויכטיג, כדי זיי זאלן וויסן אין וועלכע געגענטער עס קומען פאר מער פארברעכן און שיקן אהין מער פאליציי צו פאטראלירן, נישט נאר טרעפיק פאליציי צו טיילן טיקעט'ס. עכ"פ, אזוי דארף עס מ'כלומרשט צו ארבעטן...
בנוגע אינשורענס, יעדע אינשורענס (כמעט) איז אנדערש. אבער דאכצעך אז דו קענסט פרעגן איידער דו מאכסט אן אפיציעלע קלעים. אזוי וועסטו אויסמיידן די עגמת נפש שפעטער.
אשר
א שיינע מעשה, אבער וואס טוט דער שטאלצער אידל ווען דער גוי גייט נאכדעם און פירלקט אן זיין קאר?!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 12:45 pm
דורך דארפסמאן
יודל אז די רעדט שוין יא פון מער פאליציי, איך האב געהאט איין מאל שבת ביינאכט האט מען ציבראכען אלע שפיגלעך פון די קארן אויף מיין גאס, און שומרים האט געבעטן אז מען זאל מאכען א פליס ריפארט, און די נעקסטע שבת איז טאקע געווען דארט א פאליס א גאנצע נאכט און נישט האבענדיג וואס צי טיען האט ער באטראכט יעדנ'ס רעגעסטרעשאן און אינספעשאן איז געגעבען א טיקעט און אויך פאר א קאר וואס האט נישט פאראכטען זיין שפיגל (אויף די דרייווער זייט קען מען באקומען א טיקעט אויב עס פעלט די שפיגל)
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 3:45 pm
דורך פאקטיש
דארפסמאן גוט פאר די ביכער די מעשה..
אונטער בלומבערג עט מען אי די וועי באצאלן... אבער ס'איז גוט אז זיי וואטשן אויך, כאטש דאס