בלאט 1 פון 1

די קליינע גרעניץ אויפן וועג צו\פון מאנטריאל

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 10:47 am
דורך ווינקל
דורך leiby » 10/04/10 5:48 pm

דורך קוימען קערער אום זונטאג יולי 18, 2010 3:55 pm

אזוי ווי איינער האט מיך געפרעגט אישי דעם וועג וויאזוי צו פארן אדורך די קליינע גרעניץ (אין חגאות און סתם וויקענדס קען ווערן גרויס טרעפיק ביי די גרעניץ) האב איך מיך מיישב געווען אז איך וועל דאס ארויף לייגן דא אויך זאלן אנדערע אידן אויך הנאה האבן, עס נעמט בערך 10 מינוט לענגער ווי די געהעריגע וועג.

צו וויסן די טרעפיק ביי די גרעניץ
גרעניץ טרעפיק סטאטוס אויפן וועג צו קאנאדע
מען דארף קוקן ביי די St-Bernard-de-Lacolle גרעניץ
http://www.cbsa-asfc.gc.ca/general/times/menu-e.html

גרעניץ טרעפיק סטאטוס אויפן וועג צו אמעריקע
מען דארף קוקן ביי די Champlain גרעניץ
http://apps.cbp.gov/bwt/

Exit 42 on I87 to 11-north
After 2 miles turn left onto 276
2 miles to the border
After the border it turns into rt 221
Travel less then a mile, turn left onto Montee Guay
Travel 2.7 miles, turn left onto Chemin Guay
Merge onto 15 nord

אויף צוריק

Exit 1 on 15 south to MONTEE GUAY/MONTEE GLASS
First right onto Chemin Ridge, then the next right onto Montee Glass
Travel 2.7 miles, turn right onto rt 221 south
Travel less then a mile to the border.
After the border travel for 2 miles, turn right onto 11/Champlain st.
Travel a little more then 2 miles, take the ramp to I87 south

פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער
קוימען קערער
שר חמישים
הודעות: 71


--------------------------------------------------------------------------------

דורך קהת אום זונטאג יולי 18, 2010 4:11 pm

איך בין איינמאל געפארעןמיט איינער וואס האט געהאלטען אינמוטען זיין גרין קארד דורך די קליינע בארדער אבער זיי זענען געווארען אזוי נערוועז זיי האבען זיך אויפגערעגט אז מען קומט זיי שטערן פון זייער מנוחה און זיי האבען אונז געלאזט וויסען אז סגייט נעמען לכה"פ א שעה ווייל זייער קאמפיוטער איז נישט יעצט אופן צו דעיע סיסטעם און עס קען נעמען זייער לאנג ביז סמאכט זיך אויף. בקוצר זיי האבען מיר געוואלט לאזען וויסען אז מער זאלסטו נישט קומען פון דא.

לעצטנס בין איך געפארען דורך די קליינע בארדער האבען און זיי האבען מיר גיט משוגע געמאכט פאר איעדע זאך וואס איך האב געהאט און מיין קאר.

איך ווייס נישט צו סאיז א מעלה דארט צו פארען סתם אזוי, ווען די גרויסע בארדער האט נישט קיין טרעפיק.

קהת
שר חמש מאות
הודעות: 509

--------------------------------------------------------------------------------

דורך למעלה משבעים אום זונטאג יולי 18, 2010 4:21 pm

מען דארף וויסן אז באמת די בארדער איז געמאכט פאר די מענטשן וואס וואוינען דארט ארום די געגענט, נישט פאר איינער וואס זיכט אנצוקומען צו טאהש אדער מאנטריאל, ממילא דארף מען וויסן וואס זיי צו ענפערן וואס מען זיכט דארט, ווען ס'איז דא טראפיק פארשטייען זיי פארוואס מען קומט דארט, אבער סתם אזוי דארף מען האבן גרייט א גוטן תירוץ.

דאס וואס קהת זאגט אז זיי האבן זיך אויפגערעגט פארן שטערן זייער מנוחה, דאס איז בפשטות געווען נאכט צייט, איא?! איך האב אויך איינמאל געהאט אזא מעשה אז ער האט זיך אויפגעכאפט פון די קלינג פונם בעל, און עס איז טאקע געווען די איינציגסטע מאל וואס זיי האבן מיר אפגעשטעלט, אבער אויך נאר פאר צוויי מינוט, ווייל איך האב געהאט א אנגעפאקטע ווען, און ער האט זעט אויס נישט געהאט קיין געדולט דורך צו קוקן אלעס.

אריין קומענדיג איינמאל קיין אמעריקא האבן זיי מיר איינמאל (נאך אפאר מאל דורך גיין נאר יענע בארדער) געפרעגט די גייסט אייביג דורך די בארדער? זעט אויס זיי קענען עס זען גלייך.

אגב איך בין אמאל געפארן מיט איינעם און א איד מיט א ווייסן בארד איז געווען אין דעם ערשטן זיץ און די ד ייווער האט געענפערט אז ער האט געוואלט ווייזן פאר די ראביי ווי די זייטיגע בארדער איז, זיי האבן זיך היבש צושמייכלט אבער גארנישט געזאגט...

ביזט פארלוירן?? נישט געזארגט שיק א טעקסט צו 718-438-8398 און איר זעט א געהאלפענער.
למעלה משבעים
שר חמש מאות
הודעות: 672


--------------------------------------------------------------------------------
דברי קרעטשמע בנחת נשמעים....

leiby
שר האלף

הודעות: 1405
זיך איינגעשריבן: 11/17/08 12:08 am
געפינט זיך: צווישן אידן

פארעפענטליכט: שבת מאי 14, 2011 11:38 pm
דורך פונקטליך
וואס איז די אשכול יעצט ארויסגעוואקסן?..

ס'לוינט זיך מער נישט צו פארן דורך די קליינע גרעניץ, זיי מאכן אזיפיל פראבלעמען און דערקוטשענען פארוואס מ'קומט דורך די גרעניץ, ס'איז נאר פאר די איינוואוינער פון יענעם דארף.

פארעפענטליכט: שבת מאי 14, 2011 11:40 pm
דורך leiby
ס'קומט לכאורה פין די ביז צום קרעטשמע פארום.

פארעפענטליכט: שבת מאי 14, 2011 11:46 pm
דורך למעלה משבעים
פונקטליך האט געשריבן:וואס איז די אשכול יעצט ארויסגעוואקסן?..

ס'לוינט זיך מער נישט צו פארן דורך די קליינע גרעניץ, זיי מאכן אזיפיל פראבלעמען און דערקוטשענען פארוואס מ'קומט דורך די גרעניץ, ס'איז נאר פאר די איינוואוינער פון יענעם דארף.

ווענד זיך פארוואס מען גייט דארט, אויב גייט מען דארט וויבאלד ביי די גרויסע בארדער איז דא מער ווי 10-15 מינוט דילעי, לוינט זיך עס שוין איינמאל, און מען זאגט זיי אז דארט איז דא טרעפיק און פארטיג.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 10:53 am
דורך לאז געמאכט
כ'גיי זייער אפט דורך די קליינע, קיינמאל האבן זיי מיך משוגע געמאכט דערוועגן.

איינמאל האט מיר דער מיסטער געזאגט העפליך אז ס'איז א שאד געווען מיין קומען ווייל ביים גרויסן איז ליידיג.

האביך אים געפרעגט פון וואנדעט האביך דאס געזאלט וויסן? האט ער מיר דעמאלט אנטפלעקט אז זיי האבן א וועב סייט ווי זיי לייגן ארויף יעדע שעה די סטאטוס. זינט דאן קוקן מיר טאקע יעדע מאל און לויט דעם באשליסט מען וועכע צו נעמען.

אמעריקאנע זייט

קענעדישע זייט

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 12:51 pm
דורך leiby
איז דאס נישט די זעלבע לינקס ווי אויבן?

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 1:00 pm
דורך לאז געמאכט
סארי. נישט געדענקט קאלעגע ווינקל האט שוין געלייגט די לינק'ס. ואתכם הסליחה.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 2:08 pm
דורך leiby
טעות, קוימען קערער.