בלאט 1 פון 1
עיר קאנדישן ארבייט שוואך
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 9:58 pm
דורך שוועמל
די זומער קומט נענטער און נענטער אט אט און מ'קראכט אריין, אבער מיין קאר עיר קאנדישן האלט נישט ביים אנערקענען אז די ווינטער איז שוין דורך.
דערווייל בלוזט ער נאך הייסע לופט און דערשרעקט זיך גארנישט פון די צוויי זעצעס וואס כ'אב אים היינט דערלאנגט.
דער מעקעניקער זאגט אז מען דארף אריינלייגן פריאן, דאס איז די געז וואס מאכט קאלט די צירקולירנדע לופט אינעם סיסטעם. אבער אפילו שוין נאכן אריינלייגן איז עס אויך נישט ווערט קיין סאך.
איך טראסט שוין נישט דעם מעקעניק מער.
ביטע גיבט עצות וואס ס'קען אלס זיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 10:09 pm
דורך סאדע_באטל
איידער די גיבסט די קאר צוויי זעצעס, פרוביר צו געבן פאר די מעקעניק צוויי זעצעס.
קום צוריק מיט די רעזולטאטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 10:17 pm
דורך leiby
האסטו נישט פאראיאר קאמפלעינט די זעלבע?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 10:18 pm
דורך שוועמל
לינק פליז.
(נעקסטע אשכול: זכרון ארבייט שוואך)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 10:30 pm
דורך leiby
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 10:49 pm
דורך פארדינט
ס'קען אויך זיין אז די פריאן האלטער האט א ליעק, טשעק עס אויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 09, 2011 10:56 pm
דורך לאז געמאכט
שוין צייט זיך ערלויבן א שפאגעל נייעם מידיווען.
אויב דעס איניש קיין אפשען טריי ארויפצוקליפן אויפן דעהש בארד א קליפ פען אזא וואס די באס דרייווער'ס פארמאגן. (ענדליך האבן אויך די יונגעלעך אין קעמפ)
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 5:11 am
דורך farshlufen
פראנט און בעק עיר קאנדישן ארבעטן ביינעזאם?
אויב צולייגן די ריכטיגע מאס r134-a טוט נישט אויף דאן קען דאס צומאל זיין א סאלאנויד וועלוו אדער גאר דער גאנצער קאמפרעססאר.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 31, 2011 3:26 pm
דורך אונגארישער
שוועמי סקען זיין די האסט א ליעק
סקען זיין אז דיין געדזג זאל וויזען אז עס איז פיל, אין למעשה איז עס פין מיט "ליפט" אין מדארף עס בליעדן
אויב די וויסט ווי אזוי די קפאמפרעסער זעט אויס אין ווי עס איז אויף דיין ענדזגין קען איך זאגן אויף כמעט זיכער א דייעגנאס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 3:30 pm
דורך פלארידא
מענין לענין. די עיר קאנדישאן פון די קאר האט נישט קיין פילטער וואס מען דארך טושן/אויסשאקלן?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 4:48 pm
דורך דארפסמאן
ער האט יא, אבער מען דארף עס טוישן איין מאל ט יאר אדער נאך ווייניגער
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 1:09 pm
דורך פלארידא
וואו איז עס?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 17, 2011 11:49 am
דורך אונגארישער
farshlufen האט געשריבן:פראנט און בעק עיר קאנדישן ארבעטן ביינעזאם?
אויב צולייגן די ריכטיגע מאס r134-a טוט נישט אויף דאן קען דאס צומאל זיין א סאלאנויד וועלוו אדער גאר דער גאנצער קאמפרעססאר.
קען אויכעט זיין פיל מיט ליפט, אין מדארף עס BLEEDN