בלאט 1 פון 1
וויאזוי מאכט מען א נאן-דרייווערס איידי?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 9:40 am
דורך שוועמל
ווייסט עמיצער די פראצעדור, וואסערע דאקומענטן מען ברויך צייגן, און אין וועלכע DMV אפיס איז די שנעלסטע אין דעם?
(איך בין משער אז מען קען דאס נישט מאכן אנליין וויבאלד זיי ברויכן נעמען א פאטא פון דיר, ריכטיג?)
און וויאזוי לויפן די פרייזן היינטיגע צייטן?
צופיל צעמישטע אינפארמעשען אויף זייערע סייטס.
דאנקע למפרע
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 9:46 am
דורך לאז געמאכט
ווען כ'האב געמאכט האט מען גע'דארף 6 פוינט'ס אוו איידי. כ'דענק נישט פונקט די ליסטע פון פוינט'ס קענסט עס מסתם טרעפן אויף זייער סייט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 9:51 am
דורך ים רויבער
גיי ארויף אויף זייער סייט און זוך די פארום MV-44
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:00 am
דורך ים רויבער
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:03 am
דורך משיח
ברויכסט אויספילן אן אפליקאציע, און ברענגן ווי פאלגענד:
דיין ס"ס קארד,
אויך ברענג דיין געבורטס שיין, אלס proof of name, און proof of DOB.
דאן ברויכסטו 6 פוינטס,
די סס קארד איז 2,
אויב האסטו א פאספארט איז עס נאך 4,
אויב נישט קענסטו ניצען אנדערע זאכן למשל:
בענעפיט קארד 1,
מערידז לייסענס מיין איך איז 2,
א W2 אויב האט עס דיין פולע סס.
אויב ברויכסטו אנדערע זאכן צו נוצען פאר פוינטס, פרעג וועל איך דיר זאגן וואס נאך.
איין פרוף מוז האבן דיין חתימה.
אויב איך מאך נישט קיין טעות ברויכט מען אויך פרוף אף אדרעס.
עצה טובה: איידער דו גייסט מאך זיכער האסט אלעס וואס דו ברויכסט,
מיר האבן זיי שוין אמאל אהיימגעשיקט נאכן ווארטן 2 שעה, ווייל ס'האט געפעלט עפעס.
בנוגע די פרייז בין איך נישט זיכער,
איך מיין בערך 10 דולר.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:07 am
דורך ים רויבער
אויב האסט נאך עני קשיא אענסט מיך פרעגן איך האב עקספיריענס נאכ'ן דארט זיין דריי מאל פאר די זעלבע זאך
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:10 am
דורך משיח
פארגעסן צו שרייבן,
ווען איך האב געמאכט פאר מיין ב"ב, האבן זיי געהייסן מיטברענגן די בורטה סערטיפיקיט צו ווייזן, אבער נישט אנגענומען פאר פוינטס, ווייל ס'האט די אלטע נאמען,
די זעלבע זאך אלע אנדערע דעקומענטן וואס האבן די אלטע נאמען איז נישט געווען גוט פאר פוינטס.
שוועמל האט געשריבן:און אין וועלכע DMV אפיס איז די שנעלסטע אין דעם?
אין ברוקלין איז דא צוויי צענטערן,
אין ביידע קענסטו ווארטן שעות.
אין מאנהעטן איז דא איינס, ממש נעבן די בעטערי טאנעל, וואס דארט גייט עס סאך שנעלער.
איך מיין ס'לוינט זיך א טריפ אהין.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:11 am
דורך שוועמל
דאנק משיח,
קיין פאספארט איז נישטא, קיין W2 אויך נישט.
וואס כ'אב איז:
סס קארד
בענעפיט קארד
מעריזש לייסענס
בירט סערטיפיקעט
פראוף אף אדרעס [טעלעפאן ביל]
זיי זאגן דארט אז א בענעפיט קארד איז ווי 3 פאוינטס, לכאורה דארף איך זיין גוט דעמאלטס.
יא?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:16 am
דורך ים רויבער
לכאורה איז עס גענוג, אחוץ וואס משיח האט דערמאנט טאמער ס'פאר די ב"ב
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:21 am
דורך משיח
איך מיין ביסט גוט צו גיין. (good to go)
ס'איז אייביג כדאי צו ברענגן נאך עפעס אויב וועלן זיי פסל'ען איינס.
אויב האסטו א דעביט קארד, אדער קרעדיט קארד קען מען עס אויך נוצען,
אויך קענסטו מיטנעמען א באנק סטעיטמענט.
ווי מער אלס בעסער.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:25 am
דורך שוועמל
יא סיז פאר די ב"ב.
איך פארשטיי אבער נישט די בירט סערטיפיקעט אישו, אודאי שטייט דארט די אלטע מעידן נעים.
וועט העלפן צו צייגן די מעריזש לייסענס אז די נאמען איז געטוישט געווארן?
אויב נישט, וואס נאך קען מען נוצן אלס פראאף אף עיזש חוץ די בירט סערטיפיקעט?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:27 am
דורך ים רויבער
איר ס"ס איז שוין יא מיט די נייע נאמען ?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:30 am
דורך שוועמל
יא
באט ס'יז נישט אקצעפטירט אלס פראאף אף עיזש.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:32 am
דורך ים רויבער
אויב די ס"ס און די בענעפיט קארד איז שוין מיט די נייע נאמען דארף עס צו זיין גוט מיט די מעריזש לייסענס
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:33 am
דורך משיח
זיי ברויכן 6 פונטלעך צו פראפען די יעצטיגע נאמען.
מערידז לייסענס וועט נישט טוהן דאס וואס דו ווילסט.
אבער אויב האסטו די סס קארד, מיט א בענעפיט קארד מיט א בילד דערויף, איז עס 5,
ברויכסטו נאך איינס.
איז זי אויף דיין באנק אקאונט?
האט זי א דעביט אדער קרעדיט קארטל מיט איר נאמען דערויף?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:40 am
דורך ים רויבער
אויף די אויבענדערמאנטע לינק שטייט
US Marriage or Divorce Record OR Court Issued Name Change Decree איז 2 פוינטס
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:44 am
דורך משיח
ים רויבער האט געשריבן:אויף די אויבענדערמאנטע לינק שטייט
US Marriage or Divorce Record OR Court Issued Name Change Decree איז 2 פוינטס
מאך זיכער פאר דו גייסט אויב מ'קען נוצען די מערידז לייסענס פאר proof of name אפילו אויב דארט שטייט די מעידן נאמען.
(ס'קען זיין אז יא, איך ווייס נישט)
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 10:51 am
דורך שוועמל
קיין באנק אקאונט איז נישטא.
אלס פראאף אף נעים האב איך שוין פאלגענד:
סס - 2
בענעפיט אנע בילד - 2
אינשורענס קארד - 1
יוטיליטי ביל - 1
מיין שאלה איז נאר בנוגע פראאף אף עיזש, וויבאלד די בירט סערטיפיקעט האט די אלטע נאמען (זי איז געבוירן בעפאר איר חתונה, ליידער).
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 11:45 am
דורך ים רויבער
אויף די בענעםיט קארד שטייט נישט די DOB?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 11:53 am
דורך משיח
שוועמל האט געשריבן:מיין שאלה איז נאר בנוגע פראאף אף עיזש, וויבאלד די בירט סערטיפיקעט האט די אלטע נאמען (זי איז געבוירן בעפאר איר חתונה, ליידער).
99% אז דאס האב איך טאקע געטוהן.
גענוצט די בירט סערטיפיקיט צוזאמען מיט די מערידז לייסענס פאר פרוף אוף יום הולדת.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 12:02 pm
דורך והוא פלאי
דרך אגב, עס זענען פארהאן צוויי סארט נאן דרייווערס איי די, פאר אמעריקאנער בירגער, עס הייסט אינהענסט, מען דארף האבן איבערווייז אז מען איז אן אמעריקאנער, ווי אויך פארדרייען זיי מער א קאפ, עס האט אבער מעלות, אז מען קען דערמיט פארן קיין קאנאדא ביי קאר, עס קאסט 30 דאלאר מער
מען זאל נישט ווארטן לאנג, דארף מען וויסן וועלכע צייט אין טאג איז די בעסטע אנצוקומן
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 16, 2011 12:55 pm
דורך שוועמל
שוין ב"ה מסודר, ס'האט גענומען א שעה מיט פופצן מינוט.
דאנקע פאר אייערע הילף.