בלאט 1 פון 1
ואם שור נגח הוא - ולא ישמרנו - סעיף דרייוון מודעות
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 2:12 pm
דורך hyper
אזוי ווי די טעמע איז דא לעצטענס זייער שטארק וועגן קריעיטיוו זאכן האט מיר שטארק געוואודערט פארוואס עס איז נאכנישט געווען באשריבן די שטארק פאפולערע אםםםםםם....... עד ??.. נאופ.. נישט עד איז די ווארט וואס יא ארגענעזאציע..........??.. נאופ אויך נישט
קאל פנים געוואלט הערן די מיינונגען וואס דערוילעם האט צו זאגן
מיין מיינונג איז אז אין ס מעדריש טאר עס זיכער נישט הענגן וועגן דאס קען זייער דערשרעקן צו זעהן א בילד בשעת א עקסידענט דאס הייסט אינמיטן ארויפארן אויפ א מענטש ה"י
וואס מיר איז בעיקר געפאלן איז די קריעיטיוו חלק דערפון די ליידיגע פעיפער וויאזוי עס כאפט אן אויג(פארוואס דוקא ביי א גאס פון פאר קארנערס פרעג מיך נישט ווייל כ'ווייס נישט)
לכאורה געמאכט און פאטא שאפ
1)וועגן ווער האט געכאפט א בילד פונקט אינמיטן אן עקסידענט
2)ווייל כהאב נאכנישט געזעהן א גאס וואס זאל זיין אויפגעשריבן אויף די גאדדער קוקט אויף אייער זייט
איין קשיא האבעך נאך וואס וויל ער ארויסברענגען (איטס open for disscussion)
איין זאך זיכער ס'איז קריעטיוו
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 7:13 pm
דורך ווער בין איך?
איינער קען אפשר מסביר זיין? איך פארשטיי נישט.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 7:15 pm
דורך שמערי בערי
ס'קען נישט זיין אז ס'איז געמאכט אין פאטאשאפ, זיי וואלטן נישט צוגעלאזט א קאר ארויס פארן פון א בילדינג. (אה אפשר איז דא דארט א פארקינג לאט סאו בינעך נישט גערעכט). אגב קען ער סתם אזוי נישט דרייווען, פארוואס מאכט ער אזא פאני טוירן? ער וואלט געפעילט זיין ראודד טעסט אזוי.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 9:46 pm
דורך געלעגער
איי... ער איז שוין אויך געווארן פארגעשריטן...
מי יתן לנו ירחי מקדם צרתנו ובלע המות.
וואס געדענקט איר פון אמאל ווען די פאפירן זענען געווען געמאלעוועט מיט די האנט פלאך....
נו גוט, מ'האלט טווענטי/עלעווען. יעדער שפירט עס
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 9:55 pm
דורך לובלין
who made it?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 9:58 pm
דורך שוועמל
עס קוקט אויס א שיינער אַרץ און קרעפץ צוזאמגעשטעלט.
די ליניעס זענען געמאלן מיט א רולער, גראדע גאנץ גראד חוץ ביי צוויי עקן וואס די ליינס שטארן ארויס;
די קאר איז אויסגעשניטן פון קינגס אויטא עד אין די שאפערס רוט;
- געמאכט א קאפי מען זאל נישט דערקענען די סקאטש טעיפ.
די מענטשעלע האט ער אויסגעשניטן פון די ביהכ"ס סיין (MEN) און מיט א שערעלע אפגעשניטן די פוס;
- געמאכט נאך עטליכע קאפיס מען זאל נישט דערקענען די סקאטש טעיפ.
איין זאך באדערט מיך, די קאפ וויזוי האט ער אויסגעשניטן אזוי שיין רינדיג? מסתם מיט א האל פאנטשער.
אגב די קאר פארט גראד, ער דרייט זיך נישט (קוק אויף די רעדער). עס שיינט ווי דער דרייווער איז סתם שיכור, ני וודאי ליגט ער אויפן פלאר אויסגעצויגן..
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 10:55 pm
דורך קרעמער
געוואויר געווארן לעצטנס אז די אלע "סעיפטי" שילדן וואס הענגן לעצטנס אין די שוהלן, שטאמען פון איין באס דרייווער וואס האט גאר פערזענליך אנגענומען א מיסיע אויפצוקלערן דעם עולם וועגן זיכערהייט ביים דרייוון. תשואת חן חן לו.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 11:14 pm
דורך לאז געמאכט
שוועמל: חחחח.
פארווער ס'פארשטייט נישט דעי צעטל הענגט די טעג און אלע בתי מדרשים דאהי אין ווילימסבורג.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 11:38 pm
דורך ים רויבער
אז מ'רעדט שוין פון קריעיטיוו האב איך מיך דערמאנט פון די צעטלעך וואס אן אלטער איד פלעגט הענגען אין ביהמ"ד איבער צמצום פון הוצאת החתונות
(נאך פאר איינער האט גערעדט פון חתונה תקנות) ס'געווען ממש א ארטס און קרעפטס, קאפיס פון מעיינות און פרי תמרים און אוסצוגען פון וויען'ער רב'ס דרשות
ווייסט איינער פון וואס איך רעד? און צו ווייסט איינער צו ער לעבט נאך?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 17, 2011 12:14 am
דורך לאז געמאכט
מיר ווייסן שוין איינמאל פון וואס איר רעדט. די צעטלעך האבן אויפגעהערט הענגן מסתם איז ער שוין נישטא אדער נישט ביי די כוחות..
די צעטלעך פלעגן זיין פיל מיט קאלקולעשענס וויפיל עס קאסט אפ פאר די אידענטום די אלע חתונות...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 17, 2011 12:20 am
דורך פונקטליך
הרב בראדי פון ווינער שוהל פלעגט הענגן די חתונה הוצאות צעטלעך
ער הענגט שוין נישט מער?
צוואנציג מאמעס און פופציג טאטעס זענען געשטארבן פון הארץ...
איי ווי נעמט מען די אידן פון אמאל??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 17, 2011 1:32 am
דורך שוועמל
א שאד, היינט מיט עקסעל קעען מען עס מאכן אין צוויי מינוט די אלע קאלקיולעשענס.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 24, 2011 10:54 pm
דורך ים רויבער
קרעמער האט געשריבן:געוואויר געווארן לעצטנס אז די אלע "סעיפטי" שילדן וואס הענגן לעצטנס אין די שוהלן, שטאמען פון איין באס דרייווער וואס האט גאר פערזענליך אנגענומען א מיסיע אויפצוקלערן דעם עולם וועגן זיכערהייט ביים דרייוון. תשואת חן חן לו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 9:42 am
דורך פאקטיש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 26, 2011 9:47 am
דורך פאקטיש
ספלעגט אויך הענגען אין בתי מדרשים ביינעזאם מיט אלע טיי אווענט פלאקאטן, גאנצע דרושים מיט פרפראות איבער ציגערעטלעך, ציגערעטעל באטרעפט.... אזויווי מיתה מיט די כולל, אזוי ווי מחלה אן די כולל, כהנה וכהנה..
די אידן פון פאריגע דור האבן נישט געדולדעט צעגערייען, גרעפיקס, פראפעשענאליזים, געזאגט וואס מ'וויל און געטון..
ואם שור נגח הוא ... ולא ישמרנו ...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 1:51 pm
דורך רשכבהג
די לעצטע יאר בערך האבן זיך וויליאמסבורגער אנגעטראפן אין די בתי מדרשים מיט אינטערסאנטע צעטלעך און בילדער וואס איז מעורר אויף שמירה אויף אונזער בלעכענעם געווער הנקרא קאר.
ס'וואלט געווען אינטערסאנט אויב איינער קען ארויף פאסטן די צעטלעך, און דיסקוסירן יא גערעכט נישט גערעכט צו עקסטרים צו ווייניג געזאגט כדרכה של 2 אידן 3 דיעות...
----------------------------
אויב איינער האט א בעסערע קעפל, וועלקאם!
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 5:19 pm
דורך ים רויבער
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 10:56 am
דורך שאלת_חכם
קרעמער האט געשריבן:געוואויר געווארן לעצטנס אז די אלע "סעיפטי" שילדן וואס הענגן לעצטנס אין די שוהלן, שטאמען פון איין באס דרייווער וואס האט גאר פערזענליך אנגענומען א מיסיע אויפצוקלערן דעם עולם וועגן זיכערהייט ביים דרייוון. תשואת חן חן לו.
די וואך איז דא א בילד פונעם באס דרייווער אויף איינע פון די קריעטיוו צעטלעך ווי ער האלט א סעלפאן אינמיטן דרייוון
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 11:12 am
דורך SPUSMN
קרעמער, דאס ווייזט אז "איין" מענטש קען מאכען א
difference
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 11:46 pm
דורך סביב העולם
SPUSMN האט געשריבן:קרעמער, דאס ווייזט אז "איין" מענטש קען מאכען א
difference