בלאט 1 פון 1

הילף: קאר באטערי דרעינט אפט

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 04, 2011 2:05 am
דורך שוועמל
לעצטענס בין איך געווארן א פאציענט פון חברים וויבאלד די בעטערי האט זיך מיט מיר צעאמפערט אויף א גאר מאדנעם אופן.

נעמליך, ווען איך פארק די קאר ביינאכט און צופרי צינד איך עס אן פארט אלעס כשורה, אבער ווען איך פארק אויף עטליכע מינוט און איך וויל עס צוריק אנצינדן צו פארן ווייטער דאן געשעט דער טריץ, דער באטערי מורמעלט אונטער, איין קרעכץ און נאך א זיפץ, און מער הערט מען נישט פון אים ביז חברים קומט אן מיט די גרויסע שווערע ג'ומפ-סטארט.

קען מיר איינער געבן צו פארשטיין פשט אין אזא קאנדאקט? איך מיין מה נפשך, ביסטו צעבראכן דאן פארוואס ארבעטסו געהעריג נאך א לענגערע צייט זיין געפארקט, ביסטו נישט צעבראכן דאן פארוואס ארבעטסטו נישט נאך א קורצע צייט? אבסורד! כ'על עס נישט פארשווייגן אזא זאך, כ'על דיך טראגן צום מעקעניק (מר. פאסאלאווסקי פון מידותאוויטש) און מ'וועט דיך פיקסן, די חצוף איינער!


און דא איז טאקע דאס ארט זיך צו באדאנקען פון די חברים מעמבער וואס קומען מיר צוהילף אין צייט פון נויט, ספעציעל דער מיט די ברילן דארטן.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 04, 2011 11:47 am
דורך פאטאקי08
נאכן באקומען 5 מאל א באסט איז צייט צי טוישן באטטערי

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 04, 2011 11:54 am
דורך שוועמל
מקור?

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 04, 2011 12:37 pm
דורך bailout
פון מיין עקספיריענס, עס קען זיך מאכן אין א נאסע וועטער, אז די קאר זאל מאכן שוועריגקייטן מיטן סטארטן, דאס קומט צוליב וואסער וואס איז ערגעצוואו אריינגעפאלן, דעמאלט האט מיר גאגל געהאלפן אידענטיפיצירן דעם דיאגנאז, קוק אים נאך אויב דאס האט פאסירט אין א רעגנדיגע צייט, דעמאלט איז גארנישט ראנג מיט די בעטערי.

גיב אכטונג ווען די גייסט צום מעקעניק ווען די קענסט נישט פונקטליך אנצייגן וואסיז ראנג, ס'וועט דיר קאסטן....

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 04, 2011 1:29 pm
דורך דארפסמאן
בעט די מעקעניק זאך טשעקן די אלטענעטער

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 04, 2011 1:33 pm
דורך מאנאגרעמס
אויב דו האסט שוין די בעטערי גענוג לאנג (1 - 1 1/2 יאר) קען זיין אז ער איז שוין בא בשנים אבער נאכנישט אינגאנצן טויט וואס דאס קען אויסטייטשן פארוואס ס'צינדט זיך אמאל יא אן און אמאל נישט.
מעגליך פשוט צייט פאר א נייע.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 04, 2011 2:40 pm
דורך adobe yid
אויב די בעטערי גייט אונטער, איז בעסער ווי שנעלער צו טשענדזען, עס קען צוברעכן די אולטינעטער

און אנדערע ווערטער, אויב גייסטו עניוועי צום מעקעניק זאל ער דיר זאגן וואס די פראבלעם איז

פארעפענטליכט: שבת פבואר 05, 2011 8:29 pm
דורך שוועמל
מאנאגרעמס;

ממש אזוי, א בעטערי האלט נישט מער ווי איינס-איינס אהאלב יאר???

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 2:12 am
דורך ווינקל
ווי עס שיינט האסטו א אדעסי.... דאס איז מער ווי נארמאל צו מאכן קונצן מיט די בעטערי.

די מאדנע ערשיינונג קען איך נישט ערקלערן, כ'קלער נאר אז ס'האט עפעס א שייכות מיט דעם וואס די בעטערי ווערט געטשארזשד בשעת די קאר ארבעט, זעט אויס אז ס'דויערט עפעס צייט ביז ס'טוישט זיך דער סטאטוס עס זאל ארויסגעבן די קראפט.

בכ"ע, אויב מעגליך לאז וויסן וואס די מעכאניקער גיבט דיר צו פארשטיין דערוועגן, א דאנק.

א בעטערי לייף איז פיל לענגער ווי אנדעטהאלבן יאר.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 12:00 pm
דורך מאנאגרעמס
קיין מעקעניק בין איך נישט, איך זאג נאר נאך וואס די מעקעניקס האבן מיר געזאגט.

איך האב געהאט אקוראט דעם זעלבן פראבלעם און מ'האט מיר געהייסן טוישן בעטערי. איך האב געקויפט א נייע ביי וואלמארט פאר $85 [מיט'ן אריינלייגן], זייט דעמאלטס האב איך מער נישט דעם פראבלעם.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 2:40 pm
דורך דארפסמאן
שוועמל האט געשריבן:מאנאגרעמס;

ממש אזוי, א בעטערי האלט נישט מער ווי איינס-איינס אהאלב יאר???


ווענט זיך וואסערע בעטערי, עס איז דא טייערע וואס האלט זיך אסאך לענגער

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 06, 2011 2:52 pm
דורך ווינקל
On average, a car battery will last for about three to five years

זע דא

פון דארט קענסטו אויך אביסל פארשטיין פארוואס ביי קורצע טריפס ארבעט די בעטערי שוואכער.