פארמיידן קאר עקסידענטן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 3:36 pm
א קאר עקסידענט איז א שוידערליכער אינצידענט צו מען גייט ארויס גאנץ אדער ר"ל נישט, יעדער וואס איז נאר פאראיבער אזא געשעעניש אפילו בלויז כאפן א קליינער זעץ ווייסט צו פארציילן ווי צושוידערט ער איז געווען פאר די נעקסטע שטיק צייט מער אדער ווייניגער, דאך אבער איז דעם אייבירשטענס אנוועזנהייט שטארק קענטיג, צומאל זעהט מען בחוש ווי דער עקסידענט איז געווארן ארקעסטרירט פון אויבן, (פאר עטליכע חדשים צוריק האב איך געהאט אן עקסידענט נישט מער געדאכט אויפן וועג קיין מאנטריאל, אז מ'האמיר צוריק געטראכט די גאנצע מעשה האט מען פשוט געזעהן בחוש ווי דאס האט זיך געפירט פון אויבן, טריט אין שריט), דאך אבער ליגט א פליכט אויף די מענטשהייט זיך דערפון צו באווארענען.
איך שטעל אהער א באריכט וואס איז ארויס געגעבן פון די סטעיט נאכן אויספארשן עקסידענטן, און וויאזוי זיי וואלטן געקענט פארמיטן ווערן.
איך שטעל אהער א באריכט וואס איז ארויס געגעבן פון די סטעיט נאכן אויספארשן עקסידענטן, און וויאזוי זיי וואלטן געקענט פארמיטן ווערן.