בלאט 1 פון 1

פּלעיטס

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 3:48 pm
דורך משיח
ס'איז מיר אראפגעפאלן מיין הינטערשטע פלעיטס,
איך האב נישט קיין אנונג ווי,
קען איך ריפלעיסן בלויז די איינע? אדער איך ברויך באשטעלן א נייע סעט מיט פרישע פלעיט נומבערס?
שנית, איז עס א געוואלדיגע עוולה ביי געזעץ צו דרייווען נאר מיט איין פלעיט?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 4:10 pm
דורך קרעמער
אויב דו האסט ניו יארקער פלעיטס, דארפסטו האבן אויף ביידע זייטן

אנדערע סטעיטס פארלאנגן נאר פון הונטן

כך שמעתי מדרייווער אחד, ואינני מקבל אחריות

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 4:25 pm
דורך שמערי בערי
פון די עם ווי זייטל

If one vehicle plate of a set of two is lost, surrender the other vehicle plate to the DMV. Remove frames and fasteners before you surrender a vehicle plate or vehicle plates. The DMV office will not accept a vehicle plate with a frame or any fasteners attached.

קרעמער האט רעכט, אין נ"י מוז מען האבן ביידע, און אפילו וואו נישט מוז מען האבן די הונטערשטע.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 4:51 pm
דורך משה פאלאפל
אפשר הענגסטו אויף א השבת אבדה צעטל דא אין קאווע שטיבל...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 6:58 pm
דורך פליגל
טוה עס ווי שנעלער נאך איידער איינער גייט עס ניצן און דיר פארשאפן קאפ-וויי.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 7:45 pm
דורך ווער בין איך?
איך וואלט געלייגט דער פלעיט פון פארנט אין בעק, ווייל דארט זעהן בעיקר די פאליסלייט ווען זיי פארן אונטער דיר.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 12, 2011 9:50 pm
דורך שוועמל
ווער בין איך? האט געשריבן:איך וואלט געלייגט דער פלעיט פון פארנט אין בעק, ווייל דארט זעהן בעיקר די פאליסלייט ווען זיי פארן אונטער דיר.

גם אני מצטרף, קודם שטעל עס אין בעק.

און פייל שוין א קלעים צו באשטעלן א נייע סעט.

די שווארצינקעס טיילן טיקעטס אויב האסטו בלויז איין פלעיט, גיב אבאכט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 13, 2011 11:29 am
דורך האניג
און אויב האסטו דער נייער לייסענס פלעיטס, כאפ אריין צו באווייזען דיין קאר ווילאנג ס'איז נאך שיין...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 13, 2011 4:11 pm
דורך JOELHEALTH
i think u will have to file a police report from the local, for the lost plate for-lost or stolen- and bring that to the DMV,call and ask DMV about it before u spent time to go down....

פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 14, 2011 12:26 am
דורך סתם_אזוי
איך מיין אויך אז מען דארף קודם פיילן א פאליס ריפארט. אזוי ליגט מיר אין קאפ אז איך האב געדארפט טון, נישט מער געדאכט.