בלאט 1 פון 1

Manual Transmission הילף געזוכט

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 12:23 am
דורך דערלעבט
היות איך האב בדעה צו פארן קיין לאנדאן אויף וואקאציע, ובכלל זה אויכעט דינגען אן אויטא, און כידוע ווערן רוב טרענסמישענס הנמצאים ב'יוראפעישע אויטאס געפירט דורך א כח גברא (stick shift בלע"ז). משא"כ ביין אונז און אין די שטאטן ווערן איבער 90 פראצענט אויטאס געפירט דורך אויטאמאטישע טראנסמישענס.
ובכן מעולם לא בא לידי לנהג stick shift אויטא, איז וואלטעך געוואלט פרעגן דא אונזערע בעלי עגלות וואס זענען סטאנציאנירט אינעם קרעטשמע, אויב איינער האט עקספיריענס מיט א clutch קאר ובפרט וואלטעך געוואלט הערן פרטים פונעם ערשטען מאל וואס מ'האצעך צוגעזעצט צום שטייסל וויאזוי ס'איז ביי אייך צוגעגאנען

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 12:11 pm
דורך פאטאקי08
איך זעץ מיך אויך צי צום שיעור

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 2:20 pm
דורך פליגל
לאמיר רעדן אפן: וואס איז דיין פלאן?
גייסטיך לערנען דרייווען קלאטש מיט דיין לינקע האנט?

די ענגלאנדענע קארס זיצט'ך דער דרייווער אויף די רעכטע זייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 3:17 pm
דורך ווינקל

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 11:58 pm
דורך דערלעבט
יישר כח הרב ווינקעל
ר' פליגעל how about איך בין א געלינקטער, איך האב גראדע אסאך נאכגעזוכט אסאך אויפן געוועב און איך האב מער ווייניגער ארויס וואס כ'אב צו טוהן, וואסעך וויל פשוט הערן איז פון א בעל נסיון וויאזוי די ערשטע פגישה איז צוגעגאנגען

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 10:52 am
דורך jkup50
דערלעבט
אויב ביזטו א געליקנטער איז טאקע לאנדאן גוט ווייל דארט איז די דרייווער סיט אויף דו אנדרע זייט
אוי געדענק איך גוט די ערשטע מאל יא יא טאקע דארט אין אר"י איך האב אנגעכאפט די קלאטש כמעט מיט ביידע הענט אבער איין זאך יעדע האלבע מניט האט די קאר געסטאלט אז כהאב כמעט געהארגעט אפאר מענטשן אויפן וועג אזוי אז כהאב מיכעס קיינמאל נישט אויסגעלערט אבער למעשה האב חרטה פארן אויפגעבען ווייל סציט האלבע געז פון א נארמאלע קאר

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 04, 2011 1:04 pm
דורך פליגל
דערלעבט האט געשריבן:יישר כח הרב ווינקעל
ר' פליגעל how about איך בין א געלינקטער, ...

זייער פיין און וואיל אבער דו ביסטאך געוואינט צי דרייווען אויף די לינקע זייט.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 5:01 pm
דורך טאגליכט
פארוואס זיך סתם מיטשען, פאר 175 דאלאר א וואך קענסטו האבן אן געהעריגן אטאמאט אין לאנדאן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 10:21 am
דורך ולא מיין
ווייסט איינער וואס לערנט דרייוון 'קלאטש''???? אין יוראפ זענען די קאר'ס אסאך ביליגער קלאטש, און איך האב שוין אמאל באשטעלט א קאר אין אייראפא, און אנקומענדיג מיט'ן גאנצן תמימות, באקום איך א קאלטש קאר, ולא ידעתי בין ימיני לשמאלי, ווען מ'דארף דאס דרייען רעכט'ס און ווען לינקס, און איך האב א טאג פארברענגט צו טרעפן אן אמעריקאנער קאר פאר טייער געלט. עכ''פ איך בין אינטערעסירט זיך צו לערנען ''קלאטש''. דאנקע.