בלאט 1 פון 2

באנייען קאר רעגיסטראציע

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 06, 2010 10:18 pm
דורך שוועמל
כאב הייבט באקומען אין מעיל די צוויי-יערליכע פארם צו באנייען מיין אויטא רעגיסטראציע, בלויז געוואר צו ווערן אז די ניו יארקע טאטעס פארוועם כ'אב אזוי ערליך געשטימט האבן געהויבן די פרייזן באלד טאפלט!

פאר צוויי יאר צוריק האב איך געצאלט $115 און פטור אן עסק.

דאס מאל אבער קאסט עס $185, פלאס זינט די נייע "בלינד-גאלדענע" פלאטעס איז צוגעקומען פארשידענע אפציעס:
[אנקעטע עוועלעבל?]

אויב ווילט איר א עמפייער גאלדענע פלעיט מיט א נייע פלעיט נומער דאן צאלט $210
אויב ווילט איר א עמפייער גאלדענע פלעיט מיט אייער אלטע פלעיט נומער דאן צאלט $230

פארוואס די העק זאל איך וועלן צאלן מער פאר א גאלדענע פלעיט?? הו דע העלל נידס איט?

אויב עפעס וואלט איך שוין געצאלט פאר א פרישע פלעיט נומער בתנאי אז די אלטע טיקעטס קומען נישט ארויף אויפן נייעם נומער..
קען איינער קאנפירמירן?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 12:10 am
דורך סאדע_באטל
זיי גיבן דיר נישט די אפציע פון בלייבן מיט די אלטע ?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 12:21 am
דורך שוועמל
יא, דאס איז פאר $185

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 12:28 am
דורך סאדע_באטל
מאך זיכער אז דיין לייסענס ווערט נישט סוספענדירט, ווייל א נייע לייסענס קאסט היינט אויך שוין אסאך מער ווי ווען דו האסט עס געמאכט די ערשטע מאל.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 1:08 am
דורך שוועמל
טענו בחטין והודו לזכר קדשו..

וואס האט רעגיסטראציע מיט לייסענס אין קאממאן?

גוט, דערווייל וועל איך זיכער מאכן אז ס'ווערט נישט סוספענדירט.

אגב, פריזשידערס קאסטן היינט שוין אויך פול מער ווי צען יאר צוריק, דערווייל וועל איך אכט געבן ס'זאל זיך נישט צעברעכן ח"ו.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 8:31 am
דורך סאדע_באטל
איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז די שטאטישע טאטעס מאכן א לעבן אויף אונזער חשבון ווען עס קומט צו דרייוון, און זיי האבן געהעכערט יעדע איינציגע זאך וואס האט שייכות מיט דרייוון

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 11:25 am
דורך פליגל
שוועמל, איצט קום איך אריין אין די פיקטשער.

נייע פלעיטס וועט דיר גארנישט העלפן בנוגע פארקינג טיקעטס, עס גייט אויפן חשבון פונעם בעה"ב פונעם קאר, נישט קיין חילוק וועלכע פלעיט נומ.

צאל די ביליגסטע עס-לאנג דיין קאר איז רעגעסטרירט.

(האסט גראדע נישט געברענגט א גוטע משל, ווייל א סאדע איז נאר גוט אויב ס'יז אין פרידזשידער)

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 08, 2011 9:17 pm
דורך דער קוטשער
סאדע_באטל האט געשריבן:איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז די שטאטישע טאטעס מאכן א לעבן אויף אונזער חשבון ווען עס קומט צו דרייוון, און זיי האבן געהעכערט יעדע איינציגע זאך וואס האט שייכות מיט דרייוון


דארפסט פארשטיין זיי האבן יעצט פארלוירן אסאך געלט די לעצטע פאר וואכן, פון זאכן וואס האבן שייכות מיט'ן דרייוו'ן..

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 12:05 am
דורך איך וויל פארשטיין
ווי באקומט מען א טיקעט אויב מען באנייט נישט די רעגיסטרעשען אויף די קאר אדער אויף פאסט?
איי וואס א חילוק? ווייל איך האב יעצט פארקויפט מיין קאר, אבער עס גייט ערשט אראפ פון מיין נאמען און אפאר וואכען ארום, מילא וויל איך נישט באנייען מיין רעגיסטרעשען פאר די פאר וואכען, יעצט אויב געט מען א טיקעט נאר אויפען פענסטער איז נישט קיין פראבלעים ווייל די קאר ליגט געפארקט ערגעץ, אבער אויב קומט עס אויף פאסט דארף איך זען עפעס צו טון.

סוי ווייסט איינער ווי אזוי דאס ארבעט?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 12:40 am
דורך always happy
אויב איז נאך דא דארט דיין רעגיסטרעשען גייט עס אויף דיין נאמען די קאר קען זיין פארקויפט סקקען זיין געפארקט ווייס איך ווי סהאט נישט ציטיען

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 09, 2011 2:49 pm
דורך ווינקל
ס'טאר נישט זיין געפארקט אויף א פאבליק סטריט אן א רעגיסטראציע.

דער לעצטער בעה"ב אויף די רעקארד, וועט באקומען א טיקעט.

טוישן די קאר

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 6:32 pm
דורך סולת
ווייסט איינער ווער ס'קען העפן צו טוישן וויקעל רעגיסטראציע פון איין קאפערעשן צום צווייטן ?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 28, 2014 7:05 pm
דורך חברותה
אין ארדער צו טוישן נאמען דארפסט האבן א קאפי פון די טייטל,
איך האב גענוצט A Thru Z אין בארא פארק

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 1:08 pm
דורך סולת
חברותה האט געשריבן:אין ארדער צו טוישן נאמען דארפסט האבן א קאפי פון די טייטל,
איך האב גענוצט A Thru Z אין בארא פארק

וויפל קאסט אזא מעשה מקען עס נישט אליין טון :?:

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 1:22 pm
דורך פריי זיך
אליינס דארפטו לכאורה אראפגיין קיין DMV אין דאונטאון ברוקלין

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 2:21 pm
דורך ציקוועטשטער
"leave it for the professionals" as they say in english.

if you go down by yourself you can sit around for quite a while only to get to know that you are missing some papers, best idea is to go to A thru Z or F&W and they will tell you what you need and it doesn't cost as much.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 2:25 pm
דורך זאכליך
איך דארף יעצט באנייען מיין פלעיטס, און זיי האבן מיר געגעבן 3 אפשין'ס, די ביליגסטע וועג איז צו בלייבן מיט די אלטע דיזיין. איך וואלט גענימען דעם אפשין אבער איך וואונדער מיך פארוואס יעדער נעמט די נייע דיזיין?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 2:26 pm
דורך והנה און נון
מ'האט נישט קיין ברירה, זיי מאכן מער נישט די אלטע.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 2:30 pm
דורך ציקוועטשטער
they give you 3 options:
1] stay with old plates (cheapest).i
2] get a new set of plates with new plate number.
3] get new plates with old numbers (most expensive)i

i always go for the cheapest.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 2:32 pm
דורך חברותה
סולת האט געשריבן:
חברותה האט געשריבן:אין ארדער צו טוישן נאמען דארפסט האבן א קאפי פון די טייטל,
איך האב גענוצט A Thru Z אין בארא פארק

וויפל קאסט אזא מעשה מקען עס נישט אליין טון :?:


איך געדענק נישט וויפעל עס קאסט, ער טשארדזט נארמאל וויפעל DMV בעט פלאס $35

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 2:34 pm
דורך ציקוועטשטער
might be more already but still cheaper then sit there in that place for so long.

i am talking from experience

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 2:38 pm
דורך מאנ-יימער
זאכליך האט געשריבן:איך דארף יעצט באנייען מיין לייסענס, און זיי האבן מיר געגעבן 3 אפשין'ס, די ביליגסטע וועג איז צו בלייבן מיט די אלטע דיזיין. איך וואלט גענימען דעם אפשין אבער איך וואונדער מיך פארוואס יעדער נעמט די נייע דיזיין?

מיינסט צו זאגן פלעיטס?

רוב וואס האבן די אלטע בלייבן מיט די אלטע.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 4:20 pm
דורך זאכליך
יא די פלעיטס.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 4:22 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
מאנ-יימער האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:איך דארף יעצט באנייען מיין לייסענס, און זיי האבן מיר געגעבן 3 אפשין'ס, די ביליגסטע וועג איז צו בלייבן מיט די אלטע דיזיין. איך וואלט גענימען דעם אפשין אבער איך וואונדער מיך פארוואס יעדער נעמט די נייע דיזיין?

מיינסט צו זאגן פלעיטס?

רוב וואס האבן די אלטע בלייבן מיט די אלטע.

וכן אני נוהג, איך האב פיינט די געלע פלעיטס

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 29, 2014 4:27 pm
דורך מאנ-יימער
נעקסט קוועסשאן.

איך האב פארלוירן די ריגיסטראציע פון א קאר, וואו קען איך באקומען א נייע? שוין געזוכט אנליין און נישט געטראפן.