בלאט 1 פון 1

גוגל ערצייגט קאמפיוטער קארס

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 10:30 am
דורך שוועמל
דער אינטערנעט ריז מר. גוגל האלט אינמיטן דורכפירן טעסטן אויף קארס וואס נוצן זייער סאפטוועיר, די סאפטוועיר טוט עס דרייוון, סטאפן, דרייען אא"וו נאך פול בעסער ווי הומאנען קענען עס טון.

ווען עס קומט צו סעיפטי טענה'ט גוגל אז קאמפיוטער זענען באמת פול זיכערער דערפאר וואס זיי לויפן אויף א סיסטעמאטישן פראגראם און קענען פול שנעלער דורכפירן אדער ענדערן זייערע טעסקס.

דער טעסט איז שוין דורכגעפירט געווארן אויף הונדערטער קארס אויף א לענג פון 140 טויזענט מייל אין די הייוועיס פון קאליפארניע. די איינציגסטע עקסידענט איז געווען ווען איין קאר האט געכאפט א הונטער-קראך פון עמיצן אונטער אים - הומען פעלער, אבער די קאמפיוטערס האבן קיין איינציג מאל נישט געפעילט.

יעדע קאר האט געהאט א דרייווער וואס אין פאל עפעס גייט נישט גוט מיטן קאמפיוטער קען ער איבערנעמען קאנטראל, און דער פעסענזשער וואס איז געווען א אינזשעניר און מאנעוורירט מיט דעם פראגראם צו קענען רעקארדירן די דעטע.

די טעסטן גייען שוין אן פאר בערך 3-4 מאנאטן. אבער צי וועט דאס ארויסגיין אויף די מארקעט? פריידט אייך נאכנישט, די בעסטע פאראויסקוקער זאגן נאך פאר כאטש א אכט יאר צו קענען נוצן דעם פראדוקט. און דאס איז און צוגאב צו די געזעץ אין רוב שטאטן אז א הומען מוז זיצן און אפערעיטן א מאשין, טא איז גאנץ מעגליך אז ס'וועלן אויך מוזן פארקומען טוישונגען אין געזעץ כדי דאס צו ערמעגליכן.


http://www.cnn.com/2010/TECH/innovation ... google_cnn
איין קאמענטער האט צוגעשריבן:
איך קריג אלע וויילע א רויטע ווארנונג אין מיין גימעיל "דיין אקאונט איז געווארן געהעקט ביי איינעם אין טשיינע", אויב גוגל קען נישט סעקיורן מיין אימעיל דאן פארוואס זאל איך טראסטן מיין לעבן ביי זיי...?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 11:26 am
דורך אךשמח
קעפל איז אומריכטיג.

וואס האט דאס מיט ענדרויד??

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 11:39 am
דורך שוועמל
גערעכט.
געטוישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 2:53 pm
דורך אךשמח
נישט שיין. כ'קריטיקיר און קאמפלימענטיר נישט פארן שיין שטיקל נייעס וואס האסט אזוי שיין ארפגעלייגט?!

שווער צו גלייבן אז ס'וועט אמאל עפעס ווערן פון אזא סארט אויטא, ווייל אפילו סוועט אויפגעוויזן ווערן אז ס'פיל זיכערער ווי די קארס וואס פארן יעצט מיט די דרייוערס וואס טוען כל מיני זאכן בעתן דרייוון ווי עסן, טעקסטן רעדן אויפן סעל, ביזן כאפן א דרימל, וועלן אבער מענטשן נישט אזוי שנעל זיך לאזן פירן פונעם ראבאטישן קאר.

פון די אנדערע זייט, גלייב איך אז גוגל ווייסט נאך אוואו אריינצופאמפן זייערע מיליאנען און טוען דאס נישט דייקא מען זאל רעדן פון זיי, וואס אויך דאס האט א ווערד. ונזכה ונראה.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 5:01 pm
דורך סאדע_באטל
איינע פון די פראבלעמען פון אזא ראבאט-געפירטע-אויטא, זאגן זיי אליינס. ד.ה. ווער איז אחראי אויב עפעס געשעהט ? דער מענטש וואס זיצט ביים רעדל, צו דער ערפינדער פון די פראגרעם ? אין אלע געזעץ ביכער איז לגבי פירן א אויטא דא א פערזאן וואס איז אחראי, ווער גייט דאס זיין אין א ראבאט-געפירטע-מאשין ?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 5:02 pm
דורך ווינקל
דער וואס איז שולדיג ווען די טיאטע קאר סטאפט נישט...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 8:49 pm
דורך מאנאגרעמס
איך וויל וויסן ווער פון דא ס'וועט קויפן אזא קאר?
איך קויף א קאר ווייל איך וויל אנקומען אויף פלעצער. נישט ווייל איך וויל אז די קאר זאל אנקומען אויף פלעצער...
איך וואלט ענדערש געקויפט א טיקעט צו פארן אויף אזא ראבאטישע באס. ס'קאסט סאך ביליגער...

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 9:09 pm
דורך אךשמח
וואס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 9:26 pm
דורך דער קוטשער
מאנאגרעמס האט געשריבן:איך וויל וויסן ווער פון דא ס'וועט קויפן אזא קאר?


וואס קויפן? עס וועט זיין פאר פרי...
נאר מיט געוויסע פיטשער'ס וועט שוין קאסטן א קליינע מאנטלי פי..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 12, 2010 1:56 pm
דורך סתם_אזוי
חחחח

פארעפענטליכט: שבת מרץ 31, 2012 11:09 pm
דורך פאטאקי08