בלאט 1 פון 1

הלכות פארקינג

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 02, 2010 10:07 pm
דורך שוועמל
מעג איך לכתחילה פארקן מיין מוצאי-סייקל אויפן סיידוואלק? אויב יא אויף ווי לאנג, איז פארהאן א לימיט דערויף?

באקומען אין אישית פון גרויזאמער:
יעצט נאכן זומער וואס טו איך מיט מיין יאכט שיף וואס ליגט אויף א טרעילער (אנגעבינדן צו מיין סעקויע), מעג איך פארקן א טרעילער ביים קיורב געהעריג?

דאנקע
שוועמל

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 12:02 pm
דורך צום זאך
ואת"ל אז מ'מעג, וויאזוי וועט זיין די געזעץ ביי א פערד וואס שלעפט א וויהלטשעיר, מעג ער/זי פארקן ביי א עקספייערטע פאמפ?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 12:07 pm
דורך שוועמל
צום זאך האט געשריבן:ואת"ל אז מ'מעג, וויאזוי וועט זיין די געזעץ ביי א פערד וואס שלעפט א וויהלטשעיר, מעג ער/זי פארקן ביי א עקספייערטע פאמפ?

דריי נישט קיין קאפ מיט ואם תמצי לומר'ס, ס'האט גארנישט צוטון מיין מאצאר סייקל מיט דעם וואס דו שלעפסט א ווילשעיר. אחד בפה ואחד בלב קיין שייכות די צוויי.

אגב אויף דיין קשיא איז די תירוץ, זי יא ער נישט..
חוץ אויב די פאמפ איז נישט עקספייערט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 12:19 pm
דורך צום זאך
שוועמל האט געשריבן:מעג איך לכתחילה פארקן מיין מוצאי-סייקל אויפן סיידוואלק? אויב יא אויף ווי לאנג, איז פארהאן א לימיט דערויף?

ס'איז נאך נוגע? לויט מיין אינפאו איז עס שוין לאנג נישט דארט.

אגב, די תשובה איז מרומז אין דיין שאלה, לכתחילה נישט בעדפארד יא.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 11, 2010 12:37 pm
דורך קהת
איך וואלט דיר געראטען נישט צו פארקען אויפן סיידוואלק מיין 3 יעריגע יונגל האט געפארקט אמאל זיין מאטרסייקעל אויפן סיידוואלק (כמיין סאיז די זעלבע מאדעל ווי די האסט) און סאיז געווארען געגאנוועט שטייציך נאכן באקומען א טיקעט (פון מיין 4 יעריגע יונגל עריזא "עכטע" פאליס).