בלאט 1 פון 1

די שרעקליכע מצב פון "פארקינג" אין ניי וויליאמסבורג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 8:38 am
דורך גרויזאמער
איז שוין דא געווען א אשכול דערוועגן? איך בין לעצטנס געוואויר געווארן וואס דארט טוט זיך, ס'ממש א פחד.

1) יעדן טאג!, 2) צופרי צווישן 8:30 און 10:00 ווען דער עולם דאווענט - טאר מען נישט פארקן 3) אויף ביידע זייטן!

חוץ דעם איז דא פיל מיט גאסן וואס גאנצעטע שטיקער דערפון -ממש נעבן די פלעצער ווי מען וואוינט געהעריג - זענען "קאמערשאל" ס'הייסט אז מען טאר נישט "שטיין" דארט "אגאנצן טאג!", שטעלסטוך אפ באקומסטו א טיקעט. און די פאליציי דארט זענען דייטשע פונקטליכע רשעים.

און מיינט נישט אז קאמערשאל מיינט אז עס שטעלן זיך אפ דארט טרעילערס, א נעכטיגן טאג! די געזעצן זענען דארט געבליבן זעט אויס פון יארן צוריק ווען עס האט -זעט אויס - געבליט מיט וועירהאוזעס. יעצט ווען מען פארט דארט אדורך זעט מען נישט קיין נפש חיה.

איז שוין עפעס געטון געווארן דערוועגן?

איך פארשטיי אז מען דארף ארבעטן אויף אפאר פראנטן:

1) מען דארף נישט קלינען די גאסן יעדן טאג, פארוואס זענען די גאסן אנדערש ווי יעדע נארמאלע גאס וואס מען קלינט צוויי מאל א וואך?

2) די צייטן זאל זיין אביסל מער גערוקט, און נישט ביידע זייטן כמעט די זעלבע צייט.

3) והעיקר, טוישן די נאו סטענדינג סיינס אויף די קאמערשאל פלעצער, איך רעד נישט פון "ריזאונען" וואס דאס מיינט שוין לכאורה איבערדרייען די כדור הארץ, איך רעד נאר פון די פארקינג רעגולאציעס זאל זיין "רעזידענשעל" - און העכסטנס וועלן די פאר וועירהאוזעס האבן דרייוועיס וואו מען וועט נישט טארן פארקן.


הבהרה: עס איז מעגליך אז דאס איז שוין א א אויסגעדראשענע נושא, נאר איך בין נארוואס געוואר געווארן וואס דארט טוט זיך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 9:20 am
דורך bailout
אז די רעדסט שוין, וויל איך צולייגן אז איך האב אין פלאן אנהויבן א דרעפט צו טוישן די רעגולאציעס פון ווילי אזויווי אין ב.פ. דאס מיינט אז מען קערט נאר איינמאל א וואך, איין זייט מאנטאג איין זייט מיטוואך.

די פלאן באשטייט פון רופן אומאויפהערליך די לאקאלע באאמטע און דאס פאלאנגן, דורך אימעיל, פעקס, און טעלעפאן.

דאס איז אמאל קלאר אז אין דעם הינזיכט ווערט ווילי בכלל נישט פארטיידיגט דורך די היימישע שטאט-טאטעס.... ווי מען האט זיך איבערצייגט בנוגע די בייק-לעין.

איך וויל נישט מען זאל פארדרייען די אשכול און זיך נעמען רעדן ווער ס'איז שולדיג, אבער דאס איז זיכער אז ווען מען וויל קען מען דאס שוין פונלאנג טוישן.

די פאקט איז אז אין די גאנצע געגענט אין און ארום ב.פ. קערט מען נאר איינמאל אויף א זייט א וואך, ווי אויך איז עמטליך אנגענומען די היתר צו דאבל פארקן אויף די אנדערע זייט.

יעצט זאל מיר קיינער נישט קומען זאגן אז וועגן באסעס שמאסעס קען מען נישט עס צולאזן, אין ב.פ. פארן מער באסעס ווי ווילי, און מען פארקט דארט דאבל ס'געשעט גארנישט.

דאס איז מיין ווייטאג וואס דריקט מיר שוין לאנג, ווען איך האב ווען מער צייט וואלט מען אפשר געקענט אויפטוהן אין דעם ענין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 9:41 am
דורך וויכטיג מאכער
בעילאוט, מ'דארף יא זאגן ווער ס'איז שולדיג, ווייל אזוי וועט מען עס אפשר פאררעכטן.

שולדיג ביסטו און איך, לאך נישט, ווען יעדער איינער וועם דו קענסט זאל זיין א רעגיסטרירטע דעמעקראט, און ארויסגיין וואוטן יעדעס מאל עקסטער, וואלט די זאך שוין לאאאנג געווען מסודר, אדער עכ"פ יעדער שמויגער וואלטעס געקענט מסדר זיין.

למעשה גייט דער עולם נישט ארויס וואוטן, און די עסקנים ווען זיי ווילן שוין יא עפעס בעטן, דארפן זיי טראכטן טויזענט מאל ביז מ'בעיט עפעס, און ביז מ'מאכצעך וויסענדיג דערפון.

און פארגעס נישט, מ'רעדט דא פון א גרויסע אינקאם פאר די סיטי, מ'דארף זיין זייער פאוערפול צו קענען אזא זאך פייטן, און דאס איז נאר אויב מ'גייט ארויס שטומען!

און א ווארט צו דיר גרויזי, פאר דו האסט אהינגעמופט 10 יאר צוריק, האב איך דיר געווארענט וועגן די פארקינג, און וועגן די גרינע קאר וואס פייפט יעדע נאכט 9:30, האסט געלאכט פון מיר, יעצט קראך!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 10:18 am
דורך גרויזאמער
די וואלן איז בכלל א פארווייטאגטע טעמע, מענין לענין...

די מאקסימום שטימעס וואס וויליאמסבורג האט ארויסגעברענגט איז געווען בערך 6000 ביי די אבראהאם - לעווין עפאכע. איז דאס וואס דארף אונז מאכן רעדן? אין ביזנעס דירעקטארי שטייען דאכט זיך פיל מער משפחות ווי דעם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 10:41 am
דורך צייטליך
אין א שמועס מיט א גרויסער עסקן אין וויליאמסבורג - וועלעכע האט שוין אין דעם נושא אויך אסאך געטוען - האט ער מיר געזאגט אז די סיבה פארוואס ווילי ווערט געקלינט צוויי מאל א וואך - אנדערש ווי אנדערע געגענטער - איז וויבלאד עס איז אסאך מער שמוציג. די סענעטאציע דעפט. טענה'ט אז ווילי איז דאס מערסטע שמוציג פון כמעט גאנץ ברוקלין!

גרויזאמער. דאכצעך אז בעדפארד עוועניו איז שוין געטוישט געווארן די זמנים. און טוישן זמנים איז גראדע פון די גרינגערע זאכן. ווידעראום טוישן די רעגולאציע'ס פון קאמערשאל צו רעזידענשאל איז זייער א שווערע און לאנגער פראצעדור וואס איינער ברויך זיך אריינלייגן דעראון. עס גייט נישט אזוי גרינג. ס'איז טאקע נישט איבערדרייען שמים וארץ ווי טוישן זאונינג, אבער פארט זייער שווער און האט נישט מיט די סענעטאציע דעפט.

מיט די סענעטאציע דעפט. דא איז גרינג צו ארבייטן. למשל מ'האט גאר לעצטענס געפויעלט ביי זיי אויף געוויסע גאסן צו טוישן די רוט ביים אויפנעמען גארבידזש אינדערפרי וויבאלד ווען זיי זעצן זיך אריין אין א גאס איז די זאך פארטיג און קיינער קען נישט פארן ביז זיי ענדיגן נישט די גאס. און דאס האט שטארק געשטערט די חדר באסעס. די סענעטאציע דעפט. האט מסכים געווען צו טוישן די רוט בכדאי די חדר באסעס זאלן נישט שפעטיגן.

בעילאוט. דער זעלבער עסקן זאגט מיר אז ער איז שולדיג אין דעם וואס אויטא'ס טארן נישט פארקן דאבל בשעת מ'קליענט די אנדערע זייט, וויבאלד עס האט אויסגעפעלט פאר די באסעס. די חדר באסעס האבן נישט געקענט געהעריג ארומפארן האט מען אים דאן (בערך 15 יאר צוריק מיין איך) געבעטן צו עלעמענירן דעם געזעץ דא.

עס איז נאך דא אסאך צו שרייבן, אבער איך האב נישט יעצט קיין צייט.

גרויזאמער. דיין עסקנות איז וועלקאם און מ'קען עס עניטיים ניצן. מעדלט נאר ווען די ביסט עוועליבעל פאר א מיטונג מיטן מעיאר דערוועגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 11:25 am
דורך וויכטיג מאכער
גרויזאמער, ביי די דזשוליאני - דינקינס אילעקשן'ס איז געווען 9,000 וואוטס אין וויליאמסבורג, ווילימסבורג האצעך געדאפעלט זייט דעמאלטס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 11:31 am
דורך bailout
צייטי איך האלט אז די טענה פון שמוציג איז סתם געשאסן, אזוי ווי איינער זאל מיר איינרעדן אז א פארקינג טיקעט געבט מען דיר צו קנס'ענען אין די צייט וואס יעדער ווייסט אז ס'איז א וועג פאר די שטאט צו מאכן געלט....

אין וויליאמסבורג וואוינען די זעלבע אידן ווי ב.פ.

יעצט טראכט איך אפשר וועגן די פאשקעווילן חחחחח....

איך מיין אז מען דארף עפענען א ראסע געפעכט פארוואס זיי באטיטלען אונז 'שמוציגע איד'.

סייוויאזוי, האלט איך אז ס'קען העלפן ווען טויזענטער אידן נעמען זיך קאלן זייערע פארטרעטערס און פארלאנגן עס צו טוישן אויף איין טאג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 12:07 pm
דורך קליקו
אין פלעטבוש ביי לאנדאוס שוהל האבן זיי געמאכט אז מקערט פון 11 ביז 1230 אזוי אז ביים דאווענען איז רוהיג

נו זיי האבן ב"ה גענוג לאיערס און כלל טוהערס מיט געהעריגע פראפעשיניל קאנעקשין [אגב דא דארף מען מסתמא זירא טו נאסינג, אבער אז מווייסט נישט וואס צו טוהן, קען מען נאר שיקן צו די צייטונגען ביי אידן שרייבן צום איד.. צו געבן אומזינסט סחורה פאר די פארוואלטונג...] און זיי ווייסן וואס צו טוהן צו ברענגען אזא טויש אן קיין שוועריגקייטן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 1:22 pm
דורך פליגל
צייטי:
בנוגע די "געזעץ" פון דאבל-פארקן ביי אלטערנייט סייט איז אזוי:
1) עסיז נאר א קורטעסי אז זיי גיבן נישט קיין טיקעטס דעמאלס, די געזעץ פון דאבל פארקן שטייט נישט אז ביי געוויסע זמנים מעג מען יא, קענסט'ס נאכקוקן.

2) רעדענדיק מיט א שטאטישע באאמטע (לייען: א טיקעט שרייבער) האט מען מיר געזאגט אז די קאמיוניטי באארד דארף דאס פארלאנגען, אפשר זאל מען לייגן א דגוש אויף די מעמבערס זאלן מוחל זיין און טוהן עפעס דערוועגן.

גראדע איז געווען די מעשה פאר איבער 20 יאר צוריק, (מאכט נישט אויס קיין גרויסע דיפרענס).

ניי וומ"ס מיט אלט וומ"ס זענען 2 באזונדערע באארדס, אז עס גייט נישט מיט 1 קען מען כאטשיג פרובירן 2.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 1:27 pm
דורך סתם_אזוי
לאזטס ענק אפ פון די עסקנים. קיינער מיינט נישט ענקער טובה.
איך האלט אזויווי בעילאוט. יעדער איינער זאל יעדן טאג פערזענליך אנקאלן 311 אדער די נאמבער ווי עס פעלט אויס צו קאלן און שיינערהייט בעטן מען זאל טוישן. איך האלט אז דאס וועט אויפטון און טוישן.

וועגן דאבל פארקינג האט מען שוין דא גערעדט
viewtopic.php?f=69&t=7343

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 1:32 pm
דורך פליגל
סתם_אזוי האט געשריבן:יעדער איינער זאל יעדן טאג פערזענליך אנקאלן 311 אדער די נאמבער ווי עס פעלט אויס צו קאלן און שיינערהייט בעטן מען זאל טוישן. איך האלט אז דאס וועט אויפטון און טוישן.

ווען מ'רופט 311 זאל מען פרעגן ווי מ'קען'ס אריינשיקן בכתב, רוב מאל ענטפערן זיי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 1:33 pm
דורך קרעמער
קליקו האט געשריבן:אין פלעטבוש ביי לאנדאוס שוהל האבן זיי געמאכט אז מקערט פון 11 ביז 1230 אזוי אז ביים דאווענען איז רוהיג

נו זיי האבן ב"ה גענוג לאיערס און כלל טוהערס מיט געהעריגע פראפעשיניל קאנעקשין [אגב דא דארף מען מסתמא זירא טו נאסינג, אבער אז מווייסט נישט וואס צו טוהן, קען מען נאר שיקן צו די צייטונגען ביי אידן שרייבן צום איד.. צו געבן אומזינסט סחורה פאר די פארוואלטונג...] און זיי ווייסן וואס צו טוהן צו ברענגען אזא טויש אן קיין שוועריגקייטן

אין וויליאמסבורג איז דאס - ליידער - די שחרית פריים טיים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 1:35 pm
דורך פליגל
קרעמער האט געשריבן:
קליקו האט געשריבן:אין פלעטבוש ביי לאנדאוס שוהל האבן זיי געמאכט אז מקערט פון 11 ביז 1230 אזוי אז ביים דאווענען איז רוהיג

נו זיי האבן ב"ה גענוג לאיערס און כלל טוהערס מיט געהעריגע פראפעשיניל קאנעקשין [אגב דא דארף מען מסתמא זירא טו נאסינג, אבער אז מווייסט נישט וואס צו טוהן, קען מען נאר שיקן צו די צייטונגען ביי אידן שרייבן צום איד.. צו געבן אומזינסט סחורה פאר די פארוואלטונג...] און זיי ווייסן וואס צו טוהן צו ברענגען אזא טויש אן קיין שוועריגקייטן

אין וויליאמסבורג איז דאס - ליידער - די שחרית פריים טיים.

OUCH