בלאט 1 פון 1

הילף מיטן טאוען א קאר

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 22, 2010 9:59 pm
דורך אבי.גערעדט
איך האב אין באזיץ א קאר וואס איז מער נישט און באנוץ(וויבאלד עס ציהט גאר שווער) אבער איז נאך אין גאר א לייטישן קאנדישען, דהיינו אז ווען נישט די פראבלעם מיטן ציהען וואלט די קאר ווערט געווען א שיינע אפותקי, ווייסט עמיצער פון איינעם וואס קויפט אפ (אין אפסטעיט) די סארט קארס פאר א לייטישן פרייז??

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 23, 2010 7:38 am
דורך הערשי קניהויז
K & J Auto קען עס טוהן, וועגן א לייטישע פרייז ווייסעך נישט.

די ווערט פון א קאר קענסטו טרעפן דא http://www.kbb.com/

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 12:34 pm
דורך תג נוצער
איך האב געהערט אז מען קען ערגעץ דאמפן קארס און זיי געבן די ווערט פון די אייזן, איך ווייס, ס'קען אויסקומען בערך 400 דאלאר א קאר, האט שוין דא איינער געהערט דערפון?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 11:13 pm
דורך מיליאנער
כ'האב פונקט היינט געזעהן א עדווערטייזמענט אין איינע פון די היימישע טעגליכע אויסגאבעס איבער א געוויסע ארגענעזאציע וואס קויפט אפָ אלטע קארס פאר הונדער טאללער, אויב ס'איז נוגע קען איך טרייען אפירצוזוכן מארגן דעם בלעטעל