בלאט 1 פון 3
LOW GEAR מה זה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 9:16 am
דורך bailout
האנטער מאונטעין, נ.י.- עס קומט אריין א באריכט צו חברים אז א יונגערמאן איז יעצט שטעקן געבליבן אויפן וועג צוריק פון באזוכן די בארימטע האנטער מאונטעין, עס זענען יעצט פונקט נישט דא קיין איין מעמבער אין די געגנט, און דער יונגערמאן בעט ווער ס'קען אים העלפן.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען ער האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים, האט אים די גפ''ת געפירט דורך וועגן און שטעגן צווישן וואלקן-קראצער בערג און תהום-טיפע טאלן, א שטוינענדע פאנאראמע האט אים ארומגענומען, ער האט זיך שיעור נישט פארקוקט...
נאכן פארן אזא 20 מינוט האט אים פלוצים אנגעהויבן נישט גוט צו שמעקן פון זיין קאר, אזא סארט איבלדיגע גערוך, א שוידער האט אים ארומגענומען, ווי שטעלט מען זיך דא אפ אויסצוטשעקן, און ווי קען איך זיך בכלל מעלדן פאר הילף און אזא פארשטיפטן געגנט, און די גערוך ווערט שטערקער און שטערקער....
ער מוז זיך זאפארט אפשטעלן זאל זיין וואס זאל זיין, ער גיבט זיך א רוק אריין אין איינעם'ס דרייוועיי, ער לעשט אויס די קאר און ער שטייט דארט הילפלאז, וואס איז דא געשען מיט זיין נייעם קאר, א שטייגער ווי טיפיקל יונגעלייט עפנט ער די האד און קוקט דארט אריין ווי די האן ביי די בני אדם, און ווען ער ענדיגט קוקן שטרענג מאכט ער עס שנעל צו, אבער געהאלפן איז ער נאכנישט.
--------------------------------------------------------------------------------------------
קרית יואל , מאנדרא - צוויי טוריסטן פון קרעטשמע האלב-אינזל זענען יעצט אויפן מט. ברך משה און זיי קוקן זיך ארום אויפן אומגעגנט פון דער הייך זיי נעמען בילדער פון די שיינע האריזאנט, די זון גייט פארביי אה ווי שיין גיב א קוק, זיי כאפן עטליכע בילדער פון די רויטע פייערדיגע שטראלן פון דער הייך, אנגעזעטיגט פון די שיינע לאנדשאפט זעצן זיי זיך צוריק אריין אין זייער האנדע סיוויק, און הייבן אן אראפצופארן די וועלט בארימטע מט. ברך משה.
יעצט לאמיר כאפן א בליק אינעווייניג אין די קאר, דער דרייווער האט אנגעצינדן די קאר, און נאך פאר ער הייבט אן צו געבן געז פאנגט די קאר אן אראפצופארן די שיפע בארג, און מיט יעדע מעטער וואס ער פארט פארביי הייבט די קאר אן פארן נאך שנעלער און נאך שנעלער, און דאס איז אלעס נאך פאר ער האט געגעבן א ריר די געז פעדל, קיין צוויי ברירות האט ער מילא נישט ער מוז אנהויבן ברעיקן, און ער מוז ברעיקן נאך שטערקער, און נאך שטערקער.
-----------------------------------------------------------------------------------------
טייערע אידן די צוויי געשיכטעס זענען שטארק פארבינדן איינס מיטן צווייטן, דא קומט אריין אין בילד די אפציע וואס רופט זיך LOW GEAR, ווען איר וועט פארן אין די מאונטענס וועט איר זיך אנשטויסן אין שילדן וואס האבן אויף זיך א בילד פון א טראק וואס פארט אראפ א בארג, און דארט שרייבט ער USE LOW GEAR FOR THE NEXT 2 MILES, די באדייט פון דעם איז אז איר זענט יעצט אויף א שפיץ בארג און די קומענדע צוויי מייל גייט מען פארן נאר אויף אראפ.
ביים פארן אראפ האט איר דריי ברירות, 1) גארנישט ברעיקן, די קאר וועט ארויפספידן צו 80 און צו ניינציג, און אויב די ראוד דרייט זיך האט איר פאר זיך א געלעגנהייט פון זעהן די טויט ח''ו פאר די אויגן. 2) די צווייטע אפציע איז, ברעיקן א גאנצן צייט ווען איר זעהט אז ער פארט שוין צו שנעל, וואס וועט פאסירן איז אז די ברעיקס וועלן ווערן שטארק איבערגעהיצט און וועלן זיך נעמען רייכערן, געוואנדן לויט די אגרעסיווקייט פון דעם דרייווער. 3) איז די עצה פון די שילד, ריק אראפ דיין שיפטער צו נומער 1, און פלאי פלאים איר וועט אראפפארן די גאנצע בארג אויף א נארמאלע ספיד אן צוצירירן די ברעיק פעדל, אויב ווערט ער צו שטאט רוק אים צו צוויי אדער דריי, אדער גאר צוריק צו דרייוו, אזוי קענט איר גיין אהין און צוריק ביז סוף בארג.
ע''כ שרייב איך פון מיין אייגענע עקספיריענס, און וואס א גוי האט מיר קלארגעשטעלט ווען איך האב זיך געשטעלט אין די זייט, און ער האט מיר געזאגט אז ס'איז גארנישט, און וואס איך בין אליינס קליגער געווארן פון פאלגן די עצה פון די סיין, אויב איינער קען דא עפעס בעסער אויסקלארן איז מאר דען וועלקאם צו קומען מסביר זיין וויאזוי די לאו גיער ארבעט, און אויב מאך איך א טעות עס אויסצוקלארן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 11:00 am
דורך קהת
בקוצר און צוויי ווערטער די LOW GEAR האלט צוריק די קאר, די קענסט עס אויספראבירען אויפן גאס ווען די מאכסט צו LOW GEAR גייט די קאר אייביג וועלען פארען שטייט.
אויב די ניצט נישט LOW GEAR ביי א בארג ארויף אדער אראפ גייט דיין קאר ווערן OVER HEATED און די קענסט זאגען קדיש.
און איך וואלט געראטען אז אויב איינער גייט צו א הויכע בארג למשל מאונט וואשינגטון און ניו העמפשיר זאל ער נאר גיין מיט א "געדינגענע" קאר. עס הארגעט אוועק די קאר, יודיש געלט!!!
קען מיר איינער זאגען ווען מען ווייסט אז מען דארף אראפ ריקען צו 2 אדער 3 אא"ו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 11:11 am
דורך ווינקל
אזהרה!
נאר איינער וואס ווייסט "ווי אזוי" צו ניצן די גיערס זאל עס ניצן, אז נישט וועט ער שנעל זאגן קדיש אויפן טראנסמישען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 11:12 am
דורך ווינקל
סתם אראפפארן די בארג אויף נומער איינס, וועט זיך די קאר אויסלעשן (אדער צוברעכן, אדער ביידע).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 11:34 am
דורך bailout
כבוד הרב ווינקל,
מיר רעספעקטירן זייער אייער מיינונג, אבער איך וואלט געבעטן אויב איר קענט מאריך זיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 2:31 pm
דורך פליגל
בעילאוט
ער מיינט לכאורה צי זאגן אז סתם אזוי אראפפארן א בארג אויף גיער 1 איז נישט קיין תכלית, א נארמאלע/שווערע בארג איז גוט אז מ'גייט אויף גיער 2 אדער ווי אנדערע קארס האבן א OVER DRIVE OFF סוויטש (O/D OFF) וועט עס זיין ביי גיער 3,
איצט נאך א נקודה: נישט אראפריקן די גיערס ווען מ'יז אויף א הויכע ספיד פלוצלינג אויף די נידריגסטע, ווייל די קאר קען/וועט זיך אויסלעשן און מ'פאלט אריין אין א זיכערע סכנה!
אויב ווינקל וויל קען ער נאך מער מאריך זיין מיט הסברה.
הצלחה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 3:25 pm
דורך ווינקל
איך קען נישט מאריך זיין ווייל........... איך ווייס נישט!
איך האב נאר אמאל פראבירט -אויפן אנווייזונג פון א גוטע חבר- ריקן די גיערס אויף א בארג, אראפ פארנדיג שטייט, און שיעור נישט מסדר געווען מיין קאר.
פרעגנדיג מיין מעכאניקער, האט ער מיר געזאגט אז אויב ווייסט מען נישט וויזוי דאס צו טאן (ווער ס'קען דרייוון קלאטש, איז דאס די זעלבע יסוד), איז בעסער אפצורייבן אביסל די ברעיקס... און פארטיג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 3:31 pm
דורך גרויזאמער
אגב, א זאך וואס איך וויל נישט פראבירן, און קיינער זאל עס נישט פראבירן.
אבער וואס פאסירט ווען אינמיטן פליען אויפן הייוועי געבט מען א ריק די שיפט צו ריווערס?
אדער מען לעשט אויס די מאטאר און מען נעמט ארויס די שליסל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 3:49 pm
דורך leiby
גרויזאמער האט געשריבן:אגב, א זאך וואס איך וויל נישט פראבירן, און קיינער זאל עס נישט פראבירן.
אבער וואס פאסירט ווען אינמיטן פליען אויפן הייוועי געבט מען א ריק די שיפט צו ריווערס?
אדער מען לעשט אויס די מאטאר און מען נעמט ארויס די שליסל?
אויף ריוווערס האב איך געהערט, אז די קאר פאר אראפ ביז 10 אין דעמאלטס הייבט עס אן צו בעקן, פארשטייט זיך אז ס'פליקט אויס די טרענסמישאן,
ווען מ'האט מיר געגעבען די אידישע (חסידישע) געזעצן האט מען מיר געזאגט, אויב טרעפט מען זיך אן אין א פאליס אינמיטן ספידן לוינט זיך צו פארשטייטערן די קאר דורך אראפריקן די גיער אין נישט ברעיקן, ווייל ביים ברעיקן קענען זיי זעהן פין די בעק לייטס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 3:53 pm
דורך ווער בין איך?
איך בין געפארן אמאל מיט איינעם אין א קאר און א דריטער האט געגעבן א ריק דעם שיפט צו פארק... נאכאמזל מען איז נישט געפארן אויף א הייוועי נאר אויף א לאקאל גאס. דער קאר האט געמאכט אזא מין שארטסטאפ.....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 4:09 pm
דורך צום זאך
גרויזאמער האט געשריבן:אגב, א זאך וואס איך וויל נישט פראבירן, און קיינער זאל עס נישט פראבירן.
אבער וואס פאסירט ווען אינמיטן פליען אויפן הייוועי געבט מען א ריק די שיפט צו ריווערס?
אז מ'נעמט ערליך די טאבלעטן לויט די דאקטאר'ס פארשריפטן ברויך אזאנס נישט פאסירן, אויב יא ברויך מען זאפארט סוויטשן צו א בעסערע דאקטאר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 4:23 pm
דורך גרויזאמער
איך האב אמאל מיטגעהאלטן ווי איינער האט ערליך גענומען די טאבלעטן פונעם דאקטער, אבער עס איז פשוט געווען א עקספייערטע דעיט, וואס לכבוד דעם האט אים די טאבלעטן כמעט קיינמאל נישט געהאלפן. (איך וויל נישט זאגן קיין נאמען ווייל ער דרייט זיך דא אינעם אשכול), סאו אסאך מאל קען זיין מען נעמט עס אבער מען דארף נישט סוויטשן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 4:37 pm
דורך צום זאך
גיב אכט! זיי טיילן טיקעט'ס פאר עקספייערטע רעג'יסטרעישאן (אפילו אנע סוויטשן לעינ'ס) + פארן ראונג וועי אויף א רוישיגע הייוועי קען מען דיר נאך אינגאנצן סוספענדירן דיין פערמיט!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 4:40 pm
דורך גרויזאמער
מיין דרייוון רבי פלעגט זאגן: זעסט יעדער טוט קעגן געזעץ (מען ספיד וכדומה), דו זיי די איינציגסטער וואס פאלגט די געזעץ!
סאו אז יעדער פארט ראנג וועי מיינט נאכנישט אז איך דארף זיי נאכפארן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 4:57 pm
דורך צום זאך
גרויזאמער האט געשריבן:מיין דרייוון רבי פלעגט זאגן: זעסט יעדער טוט קעגן געזעץ (מען ספיד וכדומה), דו זיי די איינציגסטער וואס פאלגט די געזעץ!
סאו אז יעדער פארט ראנג וועי מיינט נאכנישט אז איך דארף זיי נאכפארן.
אויף דעם פלעגט מיין דרייוון רב ענטפערן אז דאס הייסט ריכטיג גיער'ע בעינא דסיטנא...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2010 5:28 pm
דורך פליגל
די אשכול איז אראפ א גיער, אפשר גאר אויף ריווערס אינמיטן א הייוועי.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 12:35 am
דורך שוועמל
גרויזאמער האט געשריבן:אגב, א זאך וואס איך וויל נישט פראבירן, און קיינער זאל עס נישט פראבירן.
אבער וואס פאסירט ווען אינמיטן פליען אויפן הייוועי געבט מען א ריק די שיפט צו ריווערס?
אדער מען לעשט אויס די מאטאר און מען נעמט ארויס די שליסל?
נישט קיין מציאות צו ריקן די שיפט פון D צו R אדער צו P סתם אזוי, נאר ווען מען דרוקט די ברעיקס, סא אינמיטן פליען אויף א הייוועי געט מען געז, נישט ברעיקס.
חוצמזה, ווען די קאר איז אויף D אדער R איז דאס בעצם אויף נוטראל, דאס מיינט אז ס'קען זיך רוקן אויף ביידע וועגן (אויב ביסטו אויף א בארג), די חילוק איז נאר ביים דרוקן די געז פעדעל, אין D וועט עס שטופן פאראויס און ביי R וועט עס שטופן רוקוועגס.
און דאס איז די סיבה פארוואס מען זעט אסך מאל אויף א בארג ארויף, ביים אנהייבן פארן ווען די לייט ווערט גרין אז די קאר בעקט צוריק ביז מען געט נישט געז.
אזוי איז מיין קאר עכ"פ.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 12:39 am
דורך שוועמל
און לגבי גיערס, שטום איך צו מיט ווינקל, אויב פארשטייט איר נישט צי גיערס זאלט איר עס בעסער נישט נוצן, נאר לאזן שטענדיג אויף גיער 4, וואס איז D.
(בשם מעקעניק).
א צייט פלעג איך יא נוצן גיערס ביים וועג אראפ אויפן 17, געטוישט פארזיכטיג צו 3 דערנאך צו 2, געמיינט האב איך עס וועט עפעס אויפטאן דערווייל האט די וועג נאר גענומען לענגער מיט א מינוט..
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 7:39 am
דורך פאטאקי08
שוועמעל טייערע
נישט אלע קארן זענען אזוי ווי דיינע און יא מקען יא ריקן צי R אינמיטן פליען אויף די הייוועי ביי געוויסע קארן
נאר וואס דען אזוי ווי צום זאך זאגט....
נ.ב. אראפ פארן מט וואשינגטאן מיט גיער 1 רייבט טאקע נישט אויס די ברעיקס אבער זייט וויסן אז די מאטאר קען ווערן איבערגעהיצט אויב מען ניצט דאס פאר צי לאנג
און ווי אויך איז גוט צי וויסן אז צי טוישן ברעיקס און ראטארס איז ביליגער ווי צי טוישן טראנסמישען אדער מאטאר..
סתם א קאר איז די גיער 1 און 2 געמאכט לכאורה נאר פאר אן עמורדזשענסי וכדומה
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 8:51 am
דורך פליגל
שוועמל.
א גוטן, כ'אבא פארדאכט אז דו מישט דא אויס די יוצרות,
פון פארק ארויס ציגיין ברויך מען ביי "רוב" קארס דריקן דעם ברעיק,
פון אלע גיערס אריין קיין פארק ברויך מען נישט, וואס יא? אויב די שיפטער איז נישט אויפן סטירינג שעפט מיז מען אריינקוועטשן דעם קנעפל אין די זייט פונעם שיפטער פארשטייט זיך אז ווען מ'ריקט "ארויס" פון פארק מיז מען אויך קוועטשן די ברעיק,
נעקסט, ביי די קארס ווי מען ברויך קוועטשן די קנעפל אין די זייט, ווען מען איז אין ריווערס אדער דרייוו קען מען ריקן דעם שיפטער צי נוטראל אנעם קוועטשן דעם קנעפל, און פון נוטראל אדער די קלענערע גיערס קיין דרייוו,
פארשטייט זיך אז אויב דריקט מען נישט אויף די ברעיק ווען מ'גייט אריין אין דרייוו קען זיך די קאר נעמען פליען,
וואס די שרייבסט אז די טראנסמישאן איז אייביג אין נוטראל אפילו ווען ס'יז אין גיער, שטימט נישט, אפילו ס'ראלט די אנדערע ריכטונג, איז עס אין גיער, נוטראל מיינט פשוטו כמשמעו אז עס איז "נייטראל" אין קיין איין גיער נישט.ו
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 4:55 pm
דורך סאכדעס
שא שא שא, דער עולם האט זיך דא אויסגעגעבן מיט אלע מיני שופרות און טרומפייטערס, ואען גם אנכי חלק. הגם עטליכע האבן שוין געזאגט וואס איך האב צו זאגן, אבער איך האב נישט קיין כוח צו עובר זיין אויף בורר, וועל איך עס אויסשטעלן לויט מיין געשמאק.
אלס א קלאטש דרייווער וועליך אויפ'ן שפיץ קלאטש מסביר זיין דעם ענין.
יעדער מאטאר דרייעט זיך אויף איין וועג, דאס איז אויפן וועג וויאזוי די קאר דרייעט זיך ביים פארן. און דאס קען זיך דרייען ביז 10,000 רפמ א שטונדע, וואס דאס מוטשעט שרעקליך אויס דעם מאטאר, און מאכט אים אווער היטעד. איצט ווען דו געבסט געז, דרייעט זיך די מאטאר, און ווען וועלט וואלט געווען מאטאר, וואלט מען קאנעקטעד דעם רעדל צום מאטאר, און דאס וואלט געדרייעט דעם רעדל.
דער פראבלעם איז אבער, אז ווען מ'דרייעט דעם מאטאר האט ער נישט קיין קאנטראל, און עס קען זיך נעמען אין איין רגע פליייייייייייייייייייייייייייייייייייייען, וואס טוט מען אז מ'וויל אנהויבן מיט א נארמאלע ספיד, האט מען אויסגעפינען אזא זאך ווי גיערס, דאס איז אין אידיש גערעדט רעדעלעך.
האט איר שוין אמאל געפענט אן אלטמאדישע זייגער, וואס מ'דארף אנציען אז עס זאל זיך דרייען? איז ווען מ'דרייעט אן דעם זייגער, הויבט זיך עס אן צוריקצודרייען, און דאן איז ער קאנעקטעד צו אזאלעכע רעדעלעך מיט ציינדעלעך, און דאס טוט צייגן די זייגער. די סעקונדעס האט א קליין רעדעלע, און די מינוטן אביסל א גרעסערע, און די שעות האט דאס גרעסטע, אלעס איז אזוי אנגעשטעלט, אז ווי גרעסער עס איז, אלס שטייטער דרייעט זיך עס. נעם א קליינע באלי, און דריי עס ארום א גרויסע באל, וויפיל מאל וועט זיך דער קליינער באל דרייען ביז עס וועט צוריק אנקומען צו וואו דו האסט אנגעהויבן? עטליכע און צוואנציג מאל אדער מער, געוואנדען אין די גרויסקייט אדער קליינקייט פון די באליס. וז"פ.
דאס זעלבע איז מיט די גיערס, די ערשטע גיער איז גאר גרויס, עס דרייעט זיך אויף די פארקערטע ריכטונג פון די מאטאר, און דאן פון די אנדערע זייט איז דא קלענערע ראד וואס איז קאנעקטעד צום רעדל, און דאס טוט פאראורזאכן אז די רעדלעך פון די קאר, זאל זיך נישט דרייען מער ווי בערך צען מייל פער שעה. איצט קען מען דאך בלייבן אין ווילי, ווייל אויף צען מייל א שעה וועט דאך שוין דורכגיין די זוממער חדשים. האט מען אויסגעפיגערט א מהלך וואס הייסט א טראנסמישן, דער טראנסמישן טוט אריבערפירן די רעדל וואס איז אנגעהוקט צו די קאר רעדלעך, צו אן אנדערע ציינדל-ראד, וואס איז עטוואס קלענער פון דעם ערשטען גיער, און דאס איז פשט אז עס גייט אריבער צום צווייטן גיער. און דאס ערלויבט די רעדלעך זיך צו דרייען שנעלער, און דאן צו נאך א קלענערע ראד, ביז עס קומט צו א ראד וואס פאראייניגט זיך מיט די ראד פונעם מאטאר, און דאן קען עס אנציען ביז הונדערט און צוואנציג.
איצט אז דא צוויי מהלכים, עס איז דא א מענועל טראנסמישן, און אן אוטאמאטישע טראנסמישן. מענועל באדייט, אז דו דארפסט מיט דיין אייגענע האנט מישן די אויל.... כ'מיין צוזאגן רוקן דעם טארנסמישן ראד פון איין גיער צום צווייטן, און דאס זעט מען לויט די רפמ זייגערל, ווען עס הויבט אן ארויפצופארן ביז א געוויסע לימוט, מיינט דאס אז עס איז געקומען די צייט צו טוישן גיער, ווייל די מאטאר ראד פרובירט זיך צו דרייען שנעלער ווי עס איז אים מעגליך. דאן אין די העכערע גיער (קלענערע ציינדל-ראד), קען ער פארן נאך העכער מייל פער שעה, אא"וו ביז די העכסטע גיער. דאן איז דא די אוטעמאטישע טראנסמישן וואס דו דארפסט גארנישט טון, עס פארט פון זיך אליינס פון איין גיער צום צווייטן, אן דארפן מישן די אויל. (מ'פארציילט א מעשה, ווען דער אראדער רב איז געפארן מיט ר' ישעי' ווייס זצ"ל בעמ"ס לקט ואור בהיר, און ר' ישעי' האט די גאנצע צייט זיך פארנומען מיט לערנען, און דער אראדער רב, האט מורא געהאט אז ער האט נישט געהעריג קאנטראל, האט ער אים געזאגט, לאז מיך מישן די אויל, און דו דרייוו נאר.)
מ'קען אבער אנשטעלן ביי די אוטעמאטישע אז עס זאל נישט גיין העכער דריטן גיער, און אויך נישט העכערן צווייטן, און אויך נישט העכערן ערשטן. דאס איז די אזוי גערופענע נומערן ביי די שיפטער. עס זענען דא מאנכע אויטאס, וואס האבן נישט קיין 1 נאר אן L אנשטאט, וואס דאס איז טייטש לאויער גיער, אז דאס איז דאס נידריגסטע גיער. איצט גיי אריין אין דיין קאר, וועסטו זען ביים אנהויבן פארן, אז די RPM ספידאמיטער, פארט ארויף און פאלט אראפ, און אזוי ווייטער בערך 3 אדער 4 מאל, ביז עס קומט אן צום ריכטיגען גיער. איינע פון די סודות פארוואס אן אויטעמאטשיער טראנסמישן איז טייערער אין גאז, איז, ווייל בשעת ער טוישט גיער, גייט געז פלעין אין די לופט אריין. אין די קלאטש קארס, טאר מען בשעת מעשה נישט געבן קיין געז. ודוק. און וועגן דעם איז אויך דא א נפק"מ צווישן הויכע וועגן מייל, און לאקאלע וועגן. ותשכח.
איצט אויב ביסטו אויף א הויכע ספיד, און די געסט געז, און דו געסט אפאר אראפ צו א נידריגע גיער, אביוזדסטו דעם טראסמישן מיט'ן מאטאר אינאיינעם, ווייל די ציסט דעם מאטאר, און דו שטיקסט אים מיט'ן גרויסן ראד. ווער רעדט נאך אז דו גייסט ביז 1, דאן קענסטו זיך רואיג איבערדרייען, און אויך ארויסרייסן דעם טראנסמישן. איצט ווען מ'איז אין א הויכע ספיד, און מ'וויל שנעלער לאוערן דעם ספיד, איז דא אן עצה פון דרוקן אביסקעלע דעם סטאפ ברעיק, און אויך אראפגיין א גיער, דאן וועסטו אסאך שנעלער סטאפן.
אראפפארן אן הויכען בארג אויפ'ן ערשטען גיער קען אווערהיטן די קאר, ווייל דו געסט גאז, און די RPM פארט העכער און העכער, און די = פון דעם איז איבערגעהיצט. אויב אבער ביסטו אויפ'ן צווייטען גיער, און דו געסט נישט קיין גאז, נאר אדרבה דו מאכסט זיכער אז די רPM זאל זיך נישט הייבן דורך האלטן די סטאפ ברעיק, דאן קענסטו זייער גוט קאנטראלן דיין קאר אין א פאל פון א גליטש אראפפארנדיג די מאונטענס בארג אז דו זאלסט קענען סטאפן אונטן.
איצט לענין ידידי שוועמל, ווען די קאר איז אויף D און נידריגער, איז עס בכלל נישט אויף נוטראל, נאר די קאר וואס דו דרייווסט איז שוין אזוי אביוזד, אז עס לאזט נאך פון גרויס דרוק די כוח אים אנצוהאלטן פון זיך אליינס, און אויב געסטו נישט קיין געז, וועט זיך דער מאטאר ראד דרייען אויף ריקווערטס.
לדאבוני, בין איך אמאל אימיטן פארן (קען זיין אז דו פילן האבן נישט געארבייט יעמאלט, אדער האט דער דר. נישט געטויגט) אויף בערך 35 מפה געגען א רוק דעם שיפט צו ריווערס, און בומפס די קאר האט זיך פארלאשן. אלעס האט א שיעור האט ער געזאגט, און ער האט צוגענדיגט: ס'גענוג... כ'טראכט נאר צו יאכער וואלט מיך געקאנט העלפן אין יענע מצב.
אין איין ווארט געזאגט: דו קענסט זיך באנוצן מיט די לאויער גיערס, אבער דו דארפסט וויסן וויאזוי עס ארבעט, ווי די RPM האלט, און האבן אן אנונג וויאזוי זיך צו באנוצן דערמיט.
כי מלאכיו יצוה לך ראשי תיבות ....
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 5:44 pm
דורך פליגל
סאכדעס האט געשריבן:לדאבוני, בין איך אמאל אימיטן פארן (קען זיין אז דו פילן האבן נישט געארבייט יעמאלט, אדער האט דער דר. נישט געטויגט) אויף בערך 35 מפה געגען א רוק דעם שיפט צו ריווערס, און בומפס די קאר האט זיך פארלאשן.
אלס א קלאטש דרייווער פארשטייסטו אליין פ"וו דאס איז געשען (אפילו ביי אן אוטאמאטיק).
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 7:46 pm
דורך געלעגער
הערליך שיין צולייגט סאכדעס.
זייער הנאה געהאט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 25, 2010 8:06 am
דורך bailout
פשיהא אזא הערליכע שיעור פונעם דאיען אין הל' גירות, כ'מיין דער דאיען דארף מער אפט פארלערנען אזעלכע שיעור כללי'ס.
איין פראגע האב איך,
סאכדעס האט געשריבן:אראפפארן אן הויכען בארג אויפ'ן ערשטען גיער קען אווערהיטן די קאר, ווייל דו געסט גאז, און די RPM פארט העכער און העכער, און די = פון דעם איז איבערגעהיצט.
ווער געבט געז ביים אראפפארן א הויכע בארג? מיין פראבלעם איז געווען אז די קאר פארט שנעלער און שנעלער, און מ'מוז בע''כ האלטן אין איין ברעיקען, נו, ווילאנג קען מען ברעיקען, די ברעיקס ווערן דאך אווער היעטעד און די קאר הייבט אן צו ארויסגעבן א שווערע ריח דורך דעם.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 25, 2010 8:36 am
דורך פליגל
בעילאוט, כ'על פרובירן דיר עס פותר צי זיין,
לאו גיער טוט נאכא זאך אז עס האלט צוריק די קאר פון פארן שנעל, ווייל ווי שנעל די ענדזשין זאל זיך נאר דרייען וועט דע טראנסמישאן זיך נישט דרייען אזוי שנעל, (ליין איבער נאכאמאל סאכדעס' דרשה) אפילו אויף בארג אראפ עט'ס נישט פארן שנעל, מהאי טעמא הייסט מען גיין אין "לאו גיער" ביי בארג אראפ, ווייל אזוי ברויך מעניש ניצן אזוי אפט די ברעיקס ווייל די טראנסמישאן טוט שוין די דזשאב פון האלטן דעם וויהיקל אין די ראמן.
טאמער וועט מען גיין אין די קלענסטע גיער ווי שנעל עט'ס שוין קענען פארן? מילא עט'ר גיבן געז ס'אל פארן שנעלער קומטויס אז מען רייסט אן דעם מאטאר יותר מכפי יכלתו.
ועל כגון דא אמר סאכדעס אז מ'קען/ווערן אווערהיטעד.