בלאט 1 פון 1

דרייוון ביינאכט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 9:37 pm
דורך שוועמל
די לעצטערע וואכן קומט מיר אויס צו דרייוון פאר לאנגע שעות אויפן הייוועי ווען עס איז טונקל.

ווי יעדער דרייווער ווייסט ליידט מען בעיקר פון די קעגנקומענדע קארס וואס לייכטן זייערע העדלייטס אריין אין די אויגן, דאס שאפט א צווייפאכיגע פראבלעם; די שטארקע קאנטראסט פון ליכטיג\טונקל, און די "שפיגל אפעקט" וואס בלייבט אין די אויגן פאר עטליכע סעקונדן נאכן זען די העדלייטס (איך רעד פון די סארט "נעגעטיוו מעכענאציע" וויאזוי די אויג ארבייט).

דאס מאכט די אויגן אנגעשטרענגט און מיד, צומאל קען איך מיר קוים האלטן אפן די אויגן און איך מוז רעסטן פאר 15 מינוט ערגעץ.


אויפן 'נעט האב איך געפונען אזא סארט "נייט-דרייווינג גלעסעס" וואס נוצט אנטי-רעפלעקשאן קאוטינג און אנטשפרעכט צו לינדערן כאטש טיילווייז דעם פראבלעם.

בעפאר איך קויף עס האב איך עטליכע קשיות;
העלפט עס טאקע?
קען איינער געבן אביסל אייגענע ערפארונג איבער דעם?
איך טראג סייווי ברילן, איז דא עפעס אזא קליפ-אן גלעסעס פאר דעם צוועק?

א דאנק אייך אלע חברים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2010 8:42 am
דורך ווינקל
איך פלעג אמאל דרייוון אסאך ביינאכט לאנג-דיסטענס (ביז ס'האט פאסירט אז, שוין... כ'בין דא ב"ה).
איבער די גלעזער האביך שוין געהערט דערפון אבער כ'האב דאס נישט פראבירט, ווייסעך נישט. ס'איז דא צובאקומען קליפ-אן.

וואס איך פלעג יא טון, אנצינדן די קליינע לעמפל העכערן דרייווער דארט אין די זייט, און אויך אכטונג געבן נישט קוקן צו די לעקטערס, דהיינו מען צילט די אויגן צו די רעכטע זייט פונם ראוד אויף אראפ, מען דארף זיך אבסיל צוגעוואוינען דערצו אבער ס'העלפט.

דרך צלחה!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2010 9:12 am
דורך פונקטליך
עס איז דא אסאך סארטן נייט דרייווינג גלעסעס,
די ערשטע זאך דארפסטו זיכער מאכן אז עס איז נישט קיין טינטעד גלאז, זייער אסאך פון די גלעזער זענען מיט טינטעד גלאז וואס דאס דארף העלפן רעדיצירן די שארפקייט פונעם העדלייט שיין פון די קעגנקומענדע קאר אבער עס האט א גרויסע חסרון אז עס נעמט אוועק א גרויסע חלק פונעם זע קראפט אגאנצן דרייוון, ממילא אויב קויפן נייט גלעסעס דארף עס זיין נישט טינטעד נאר זאל האבן אנטי ריפלעקטינג קאוטינג, דאס קאסט בערך $40, ביי איינע פון די סארט האב איך געזעהן א ריוויו פון א קויפער אז עס איז אזוי ווי פלעין פענסטער גלאז און העלפט נישט גארנישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:10 pm
דורך מאנאגרעמס
פון מיין עקספיריענס, קודם זעה אז דיין ווינדשיעלד און דיין ברילן זאלן זיין קלינער פון קלין. די שמוץ וואס זאמלט זיך אן צושפרייט די ליכטיגקייט פי כמה.
שנית, ווי ווינקל זאגט. מען צילט די אויגן צו די רעכטע זייט פונם ראוד אויף אראפ, מען דארף זיך אבסיל צוגעוואוינען דערצו אבער ס'העלפט. אגב, דאכצעכמיר אז דאס שטייט אין די דרייוון בוך פון ד.מ.וו. אדער זאגט מען דאס ביי די 5 שעה קלאס.