בלאט 1 פון 1

טשעקן אויב פוינטס אויף לייסענס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 13, 2010 12:07 pm
דורך שיך
וואו קען איך טשעקן אויב איך האב פוינטס אויף מיין דרייווערס לייסענס? אנליין אדער אריינקאלן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 13, 2010 4:05 pm
דורך CID

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 13, 2010 4:26 pm
דורך לאז געמאכט
שוין מערערע מאל דערמאנט געווארן אז מען קען 'נישט' זעהן די אינפארמאציע אנליין 'נאר' דורך באצאלן צען טאלער און ווארטן אויף די פאסט מייסטער עס צו ברענגן צום טיר.

וויזוי זאגט שמערי שמעלצער'ס צום טיש...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 14, 2010 9:16 am
דורך סאדע_באטל
לאזי, אנליין קען מען טאקע נישט בחינם
אבער אנ-טעלעפאן-ליין קען מען יא בחינם.....

מען קען טשעקן בחינם אויפן טעלעפאן אויב די לייסענס איז פעליג, און אויב עס איז דא פוינטס דערויף
די נומער צו רופן איז
(518)474-0841

מען ווארט גאנץ לאנג אויפן ליין............... כמובן.
(איך האב געווארט פופצען מינוט.)

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 16, 2010 8:58 pm
דורך קאר אינשורענס
you could contact me if you need it very urgent, the DMV is charging for it

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 17, 2010 12:45 pm
דורך שיך
סאדע באטל , א דאנק פאר דעם נאמבער. איך האב עס גערופן, געווארט נאר פינף מינוט און דערנאך האט דער וואס האט אויפגעהויבן מיר געזאגט אז מ'קען עס נישט באקומען פאר אומזיסט, נאר מ'קען אריין אין א מאטאר וויקל און בעטן די דרייווינג רעקארד פאר 10 דאלאר. אדער קען מען עס טון דורכ'ן טעלעפאן, אבער עס קאסט 15 דאלאר. און ער האט מיר געגעבן די נומער : 518-486-9748
און ער האט מיר געזאגט אז ער וועט מיך טרענספערן צו דעם נומער.
למעשה, בין איך דאך פון אידישן אפשטאם, האב איך ווען דער נייער מענטש האט אויפגעהויבן געפרעגט: איז דא א מעגליכקייט צו וויסן אויב איך האב פוינטס אויף מיין לייסענס פאר אומזיסט?
"וואס איז דיין לייסענס נומער?" איז באלד געקומען די פראגע. דערנאך האב איך געגעבן נאמען און אדרעס. אן צעגערן האט זי מיר באלד דערקלערט: "דו האסט נישט קיין שום פוינטס אויף די לייסענס."

דאס מיינט אז יעדער קען רופן דעם פריערדיגן נומער און תיכף באקומען דעם ענטפער.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 17, 2010 1:00 pm
דורך סאדע_באטל
איך האב גערופן די נומער וואס איך האב געשריבן אין מיין פריערדיגע תגובה,
און ווען מען האט אויפגעהויבן, האב איך נישט געבעטן די רעקארד פון מיין לייסענס
איך האב בלויז געבעטן צו טשעקן מיין סטאטוס, צו די לייסענס איז נאך פעליג (וועליד בלע"ז).
נאכן באשטעטיגן אז מיין לייסענס איז נאך פעליג, האב איך געפרעגט צו איך האב עפעס פוינטס, זאגט זי מיר, זיכער נישט, פוינטס באקומט מען נישט נאר אויב מען באקומט א טיקעט................

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 17, 2010 4:03 pm
דורך שיך
סאדע_באטל האט געשריבן:איך האב גערופן די נומער וואס איך האב געשריבן אין מיין פריערדיגע תגובה,
און ווען מען האט אויפגעהויבן, האב איך נישט געבעטן די רעקארד פון מיין לייסענס
איך האב בלויז געבעטן צו טשעקן מיין סטאטוס, צו די לייסענס איז נאך פעליג (וועליד בלע"ז).
נאכן באשטעטיגן אז מיין לייסענס איז נאך פעליג, האב איך געפרעגט צו איך האב עפעס פוינטס, זאגט זי מיר, זיכער נישט, פוינטס באקומט מען נישט נאר אויב מען באקומט א טיקעט................


נו, האסט דאך דאס פריער נישט דערציילט. האב איך נישט געוואוסט אז מ'דארף גיין קרום...
עניוועי, ישר כחכם.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 8:27 am
דורך איך וויל פארשטיין
מען קען אויך ריפען אויף 7184885710

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 8:30 am
דורך איך וויל פארשטיין
די אויבען דערמאנטע נאמבער ארבעט נישט אייביג (עס איז אסאך מאל ביזי) אבער ווען עס כאפט נעמט עס נישט לאנג און קאסט נישט קיין געלט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 22, 2010 12:10 pm
דורך פליגל
איך וויל פארשטיין האט געשריבן:מען קען אויך ריפען אויף 7184885710
איך וויל פארשטיין האט געשריבן:די אויבען דערמאנטע נאמבער ארבעט נישט אייביג (עס איז אסאך מאל ביזי) אבער ווען עס כאפט נעמט עס נישט לאנג און קאסט נישט קיין געלט.

די בעסטע איז צי רופן 8:30 אינדערפרי פונקטליך דעמאלס הייבט איינער אויף אין ווייניגער ווי א מינוט (מיין עקספיריענס).

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 05, 2013 3:29 pm
דורך מאנ-יימער
מען קען שוין טשעקן די דרייווינג רעקארד אנליין פאר א אפצאל פון $7.00

https://my.dmv.ny.gov/CRM/