בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 8:50 am
דורך איד'ל מיטן פידל
green sunday האט געשריבן:היינט דאנערשטיג פקודי קימט פאר אין קרית יואל א היימישע 6 שעה קלאס, 9 אזייגער ביינאכט אין יפוי בהמ"ד, פרייז $35, דארף זיך נישט רעגעסטרירן פין פארדעם, פאר מער אינפא רופט 537-5123

ווייסט איינער וואו מ'קען נעמען אזא היימישע קלאס אין ק''י יעצט?

יש''כ פון פאראויס

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 8:51 am
דורך קהת
און בפ ווייס איך

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 10:33 am
דורך קהת
איך קען דיר געבן זיין נאמבער, רוף עהם אן ער איז א היימישע אינגערמאן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 10:35 am
דורך איד'ל מיטן פידל
אדרבא

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 11:00 am
דורך green sunday
אין די היום יום, יעזורו און אין די דבר יום ביומו אויסגאבעס איז אדווערטייזט יעדן טאג

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 11:20 am
דורך איד'ל מיטן פידל
דאנקע שיינעם

דעפענסיוו דרייווינג קורס

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 11:25 am
דורך אַבּערוואַס
איך דענק אז איזי-דרייוו אין מאנסי (אדווערטייזד אין דארטיגן טאג-בלעטל קול הציבור) מאכט אויך א היימישע קלאס יעדע עטליכע וואכן.

לגבי די אנדערע שאלות וואס אידן האבן פריער דא געפרעגט:

לוינט זיך אויסדריקלעך נישט צו נעמען אנליין ס'נעמט למעשה שעות ארוכות און ס'זייער אן אויסמאטערנדע עקפיריענס א_ווי שוועמל האט שוין אויבן געשריבן.

אפפאן קאמפלישען אף די קורס גייט אראפ 4 פוינטס פין די לייסענס (אויב דו האסט), כ'געדענק נישט ס'זאל זיין א לימיט ווילאנג אויף צוריק, קען זיין ווי איינער האט געשריבן פריער דא 18 חדשים ווייל נאך 18 חדשים ווערן די פוינטס סייווי "אינ-עקטיוו" (ביז 36 חדשים וואס דאן גייט דאס (כמעט) אינגאנצן אראפ פין דיין רעקארד). ווי אויך קריגסטו א 10% דיסקאונט אויף דיין קאר אינשורענס פאליסי פאר די קומענדע 36 חדשים. מ'דארף שטייצעך מאכן זיכער אז א קאפי דערפון קומט אן צו די אינשורענס און צו די די. עם. ווי.

די געדאנק פין דעם פראגרעם איז אז היות דו ווערסט מער עדיוקעיטעד איבער ראוד סעיפטי קען מען אננﬠמﬠן אז דו וועסט זיך שוין אויפפירן ווי א וואויל יונגל, און טאקע נישט דארפן קריגן קיינע טיקעטס, אדער קאסטן פאר דיין אינשורענס אזויפיל, גיט מען דיך א טשאנס.

מ'קען עס אבער נאר מאכן איינמאל אין 36 חדשים, ווייל די גאווערמענט האט אן אומדנא אז דאס איז די זמן ווילאנג די עדיוקעישאן ארבעט ביי א נארמאלע מענטש. און אז מ'זעט אז ס'האט למעשה פאר דיר נישט געהאלפן והראי' דו האסט נאכאמאל אנגעדרייט, איז מה לי די ערשטע מאל מה לי די צווייטע, פין דיר וועט שוין קיין מענטש נישט ווערן (נאך 36 חדשים קריגסטו נאכאמאל דעם פריוועלידש).

פאר די זעלבע סבה העלפט עס נישט אויף פאראויס, פשוט ס'נישט קיין קמיע, און אויב מאכסטו נאכאמאל טראבל קומט דיך נאכאמאל פעטש, נאכמער, דו האסטעך שוין גענומען א שיעור און אעפ"כ האט עס נישט געהאלפן.