בלאט 1 פון 1
דעדליין פון צאלן א טיקעט
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 6:37 am
דורך גרויזאמער
איך בין מסופק געווען צו דאס באלאנגט אינעם הויפט טיקעט אשכול, והוא רחום יכפר.
ווען איז די דעדליין פון צאלן א טיקעט?
איך זעה אז די חברה איילן זיך נישט (אין אונזער פאל: א פארקינג טיקעט) ווילאנג עס קומט ארויף אויף די וועבסייט, און אפילו די פלי בארגען געדויערט 2 טעג ביז עס איז אין קראפט.
ועוד, והוא העיקר.
לאמיר זאגן איך צאל נישט קיין פארקינג טיקעט, וואס קען געשען?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 8:39 am
דורך מאנאגרעמס
אז דו צאלסט נישט דעם פארקינג טיקעט וועט עס גיין קיין דשאדשמענט.
ד"מ, אז זיי וועלן פרובירן צו קאסירן דעם חוב פון סיי וועלכע נכסים [אויף דיין נאמען] וואס זיי קענען טרעפן.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 8:46 am
דורך גרויזאמער
ווען הייבן זיי דאס אן צו טון? באקום איך א ווארענונג פארדעם?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 9:14 am
דורך מאנאגרעמס
מען באקומט א בריוול.
איך בין נישט זיכער פון ווען זיי וועלן דאס טון, אבער זיי פרובירן קודם דיר צו דערמאנען אפאר מאל, זיי לייגן צו FINES.
ווען זיי זעען אז דו רופסט זיך נישט אן, וועלן זיי דיר שיקן די א"ד בריוו.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 9:19 am
דורך וויכטיג מאכער
כ'מיין אז זיי קענען סוספענדן דיין לייסענס.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 9:45 am
דורך גרויזאמער
ייש"כ מאנאג.
וויכי, אויב רעדסטו פון דרייווערס לייסענס, נו, מהיכי תיתי. איך האב לייסענס צו אנדערע זאכן אויך. ולא"ל.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 1:39 pm
דורך וואדקע
זיי שיקען בריווען אז דיין טיקעט אין פעסט דוא אין דערנאך שיקען זיי א בריוו אז עס וועט גיין צו דשאדמענט, איין מאל די טיקעט איז שוין אין דשאדמענט איז א פראגע פון צייט ביז ווען זיי וועלען אויפפיקען די קאר אין עס אריינלייגען אין סענטראל בוקקינג...
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 04, 2010 1:44 pm
דורך וויכטיג מאכער
וואדקע, איך מיין אז ס'דא א מינומום וואס מ'דארף זיין שולדיג אז זיי זאלן קענען אויפפיקן די קאר.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 07, 2010 12:16 am
דורך לוסטיג
וויכי די מינימום קומט זייער שנעל אן.
זיי לייגן צו FEES אין penalties יעדע 30 טעג אין די FEES ווערן גרעסער אין גרעסער אזוי אז נאך 3 4 חדשים האלט מען ביי אפאר הונדערט אין די קאר אין ניט צום זאך.. כ'מיין געפונען.