איזי פעס - העלפ!

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 6:23 pm

private האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:
private האט געשריבן:וויפיל איז קאר פאל אויפן GWB?

PACP

???

$3.50

כ'האב געמיינט די פרעגסט וואס איז קאר פאל, אז די ווילסט וויסן וואסערע פלען צו סעלעקטן ווען די סיינסט אויף, אויף דעם איז די תירוץ PACP
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 8:00 pm

פון ווי נעמען ענק די פרייזן? אויף מיין ביל זעה איך פיר.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » דאנארשטאג מארטש 15, 2012 8:21 pm

ניין כ'האב געבארגט א קאר מיט איזי פעס פין איינעם אין כ'וויל פשוט וויסן וויפל ס'קאסט א וועג אריבער די ברידזש
Anyway Thank you all for the help

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג מארטש 16, 2012 8:28 am

leiby האט געשריבן:פון ווי נעמען ענק די פרייזן? אויף מיין ביל זעה איך פיר.

קוק דא
צוגעלייגטע
Capture1.PNG
Capture1.PNG (11 KiB) געזעהן 2841 מאל
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך יולי 18, 2012 4:12 pm

איך זע אנליין ביי מיין איזי פעסס אקאונט אז אמאל רעכענען זיי פארן וואשינגטאן בריק 9.50 און אמאל 7.50, וואס איז פשט פון דעם דיפערענץ, איך האב קיינמאל נישט געזאגט קאר פאל און אויך נישט געהאט מער ווי 2 מיטרייזענדע.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך יולי 18, 2012 4:13 pm

אפפ-פיעק שעות איז עס ביליגער מיט צוויי טאללער.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך יולי 18, 2012 4:15 pm

וואס זענען די שעות?

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » מיטוואך יולי 18, 2012 4:18 pm

די טייערע שעות זענען:
אינמיטן די וואך פון 6 ביז 10 פארמיטאג און פון 4 ביז 8 אין אווענט

שבת און זונטאג איז פון 11 אינדעפרי ביז 9 ביינאכט. (ווער פארט דען שבת?)

אלע אנדערע שעות זענען אפפ פיעק.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך יולי 18, 2012 4:31 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:די טייערע שעות זענען:
אינמיטן די וואך פון 6 ביז 10 פארמיטאג און פון 4 ביז 8 אין אווענט

שבת און זונטאג איז פון 11 אינדעפרי ביז 9 ביינאכט. (ווער פארט דען שבת?)

אלע אנדערע שעות זענען אפפ פיעק.

טענקס

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג מאי 07, 2013 12:15 pm

איז דאס די איינציגסטע איזי פעס אשכול?

כ'בין לעיטלי געוואר געווארן אז ס'איז דא א ביליגערע פלען פאר די וואס פארן דורך די הערימען טאל, ס'קען גוט צוניצקומען פאר די קאנטרי סיזען און אוודאי פאר די מאנראוי'ע איינוואוינער.

די פרייז ווערט 55 סענט, און מ'דארף עס דורכפארן 35 מאל,
זיי לאקן אבער צו 35 דאס הייסט זיי טשארזשן יעדע חודש כאילו דו ביסט דורכגעפארן 35 מאל, קומט אויס $19.25.
סאוי אויב איינער פארט עס דורך 16 מאל א חודש האט ער זיכער נישט קיין פראבלעם זיך צו לאקן צו דעם פרייז, אויף די איבריגע טריפס קען ער בענעפעטירן דערפון.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דינסטאג מאי 07, 2013 4:49 pm

איך ניץ עס שוין יארן! זייט די פרייז איז נאך געווען פאר יעדעם פופציג צענט...

בועז
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

ezpass פאר איינער וואס פארמאגט נישט א קאר

תגובהדורך בועז » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:28 am

איך וואלט זייער געוואלט וויסן די פאלגענדע
איז שייך צו האבן א איזי פעס ווען מ'פארמאגט נישט קיין קאר ?
אויב מ'ברויך עס רעדזשיסטרן קען מען דאס טאן אויף א חבר'ס קאר אויב פארמאגט ער שוין איזי פעס ?
וואס איז די פראצעדור שנעלערהייט, קויפן ביי א קעש לעין און דאן רעדזשיסטערן ?
וואס קאסט, און וויפיל שפארט מען זיך אויפן GW

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6611
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:38 am

יא
מען דארף זיי אריינרופן און זיי זאגן אינסטרוקציעס וויאזוי עס צו רעגיסטרירן
קויפן ביי א קעש לעין מוזטו גיין צום אר.עף.קעי., ביים GW איז נישטא קיין ניו יארקע בודקעס וואו עס צו קויפן. אנליין האבן זיי לאקאציעס וואו מען קען עס קויפן (נאר אין אפסטעיט), נעם אין אכט אז נישט אלץ קען מען עס ניצן תיכף ומיד, איך מיין אז כדי עס צו קענען נוצן נאך יענע טאג ווענדט זיך עס ביז וויפיל אזייגער מען רעגיסטרירט עס.
GW האט פארשידענע ראטעס, געוואנדן אין צייטן און פאסאזשירן. סיי וויאזוי איז אבער א שאד אויף יעדן אידישן דאללער...
וואו איז דָוִי?

galitzyana
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 01, 2013 1:52 pm

תגובהדורך galitzyana » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:45 am

מקען קויפען א טעג מדארף נישט קיין קאר איך מיין אז עס קאסט 25 דאליר.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6611
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:51 am

ריכטיג, און די גאנצע געלט ווערט קרעדיט אויפן טעג.
וואו איז דָוִי?

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » זונטאג אוגוסט 07, 2016 1:36 am

גיי צו FW זיי פארקויפן

אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

תגובהדורך פעפערקארן » זונטאג אוגוסט 07, 2016 1:38 am

מען קען עס אויך קויפן ביי די רעסט עריע'ס אויפן 87

Millionaire
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 10:40 pm

תגובהדורך Millionaire » זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:45 am

און וויליאמסבורג קען מען קויפן נעבן די געז סטעשען פלאשינג און קלעסען. וואו מען קומט אראפ פון די בי קיו אי.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג אוגוסט 07, 2016 9:21 am

מאנ-יימער האט געשריבן:
private האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:
private האט געשריבן:וויפיל איז קאר פאל אויפן GWB?

PACP

???

$3.50

טאלל פרייזן אפדעיט:
GWB Bridge, Holland & Lincoln Tunnel,
קעש פרייז איז $15.00
מיט איזי פעסס, פיעק שעות $12.50
מיט איזי פעסס, אףף פיעק שעות $10.50

GWB קאר פאאל: $6.50

בועז
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 04, 2014 12:54 am

תגובהדורך בועז » זונטאג אוגוסט 07, 2016 12:57 pm

ייש"כ פאר אלא וואס האבן געענטפערט.
למעשה, לגבי רעגעסטרירן קען מען דאס אויף א קאר וואס האט שוין איזיפעס ?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2419
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 12:29 pm

בועז האט געשריבן:ייש"כ פאר אלא וואס האבן געענטפערט.
למעשה, לגבי רעגעסטרירן קען מען דאס אויף א קאר וואס האט שוין איזיפעס ?



יא, די פלעיט נאמבער מאכט נישט אויס פאר'ן איזי פעס, נאר.... אויב די קאר פארט דורך א טאלל בוט אהן באצאלן ווערט די איזי פעס וואס איז לינקט צו די קאר געבילט
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

תגובהדורך שואל כענין » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:55 am

איך האב לעצטענס געדינגען א קאר און ארימגעפארן, היינט באקום איך א איזיפעס ביל אין פאסט אז איך דארף באצלן 51 דאללער פאר די טאל 1 דאללער אין 50 דאללער פארן נישט באצלן די טאלל,
למעשה האב איך נישט קיין איזי פעס מסתמא האט די קאר רענטל ארויס געגעבן מיין נאמען, איז מיין קשיא איז דא א וועג איז זאל דאס קענען פייטן? איינער האט עקפירענס מיט דעם?

יישר כח

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6611
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:05 am

קויף א איזיפעסס און רוף זיי אריין, זיי וועלן אראפנעמען דעם דאללער פון די איזיפעסס געלט און מוחל זיין די קנס (אויב עס איז די ערשטע מאל).
וואו איז דָוִי?

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:18 am

שואל כענין האט געשריבן:איך האב לעצטענס געדינגען א קאר און ארימגעפארן, היינט באקום איך א איזיפעס ביל אין פאסט אז איך דארף באצלן 51 דאללער פאר די טאל 1 דאללער אין 50 דאללער פארן נישט באצלן די טאלל,
למעשה האב איך נישט קיין איזי פעס מסתמא האט די קאר רענטל ארויס געגעבן מיין נאמען, איז מיין קשיא איז דא א וועג איז זאל דאס קענען פייטן? איינער האט עקפירענס מיט דעם?

יישר כח



זייער אינטערסאנט וואס דו זאגסט, ווייל איך האב באקומען די וואך א בריוו פון נעשינאל קאר רענטאל (וואס איך האב די זוממער א קאר פון זיי) אז זיי האבן באצאלט א טאלל טשארזש ביי הערימעין טאלל פלאזא א טשארזש פון 1.25 (כ'האב דאן גלייך געזעהן אז מיין איזיפעס האט נישט געכאפט) און זיי האבן דאס שוין באצאלט און זיי טשארזשען מיר א די טאלל + $10 fee
פאריאר האב איך געהאט די זעלבע זאך ביי ענטערפרייז און זיי האבן מיר געטשארזשט $30 fee

שואל כענין
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

תגובהדורך שואל כענין » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:55 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:קויף א איזיפעסס און רוף זיי אריין, זיי וועלן אראפנעמען דעם דאללער פון די איזיפעסס געלט און מוחל זיין די קנס (אויב עס איז די ערשטע מאל).

א גרויסן יישר כח
עס האט בה פיין געארבעט איך האב געהאט צוויי פיינס אין זיי האבן נאכגעלאזט די פיינס און נאר געדארפט באצלן די טאללס
שכח


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט