בלאט 1 פון 1

דיירעקשעאנס

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 9:11 am
דורך משיח
וועלכע סייט איז די בעסטע צו טרעפן אדרעסן דיירעקציעס?

איך נוץ געווענטליך גוגל, די מעלות דערפון:
ארבעט גאר שנעל,
טרעפט געווענטליך גאנץ גוט די אדרעסן, אפילו ס'איז נישט פונקטלעך געספעלט,
ס'האט די סטריט וויו און די סעטילייט וויו,
ביי דיירעקשאנס קען מען שלעפן מיט די מייז אויב די ווילסט גיין פון אן אנדערע הייוועי, למשל ער גיבט דיר די פ.ד.ר. און די ווילסט גיין פון די בי.קיו.אי., שלעפסטו די ראוט צו די בי.קיו.אי., און ער טוישט עס אריבער מיט פרישע דיירעקציעס.
ס'קען גרינג זיכן די איינוואוינער און טלפון נומער פון די אפיסעס אויף דעם אדרעסס וכו'.
ועוד הרבה.

איין פראבלעם וואס איך האב אבער כסדר דערמיט, אז איך וויל פארן צו מערערע אדרעסן, וואלט איך געוואלט קענען אריינלייגן 4 אדרעסן, און ער זאל מיר געבן דיירעקציעס אויף די גאצנע רייזע (ביי מייקרעסאפט סטריטס און מעפס קען מען דאס טוהן).
איז דא א וועג אז מ'זאל קענען צולייגן מערערע אדרעסן?

וואס זענען די מעלות/חסרונות פון אנדערע זייטלעך? אוואו מעפ קוועסט וכדומה

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 10:05 am
דורך הערשי קניהויז
איך נוץ אויך געווענליך גוגל מעפס אבער איך האב שוין אפאר מאל געטראפן אז מעפקוועסט איז מער אפדעיטעד ווען איך זיך נייע גאסן.

גוגל געט דיר די אפציע צוצולייגן דעסטינעשאנס.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 08, 2010 10:06 am
דורך באנקיר
ביי די זייט פעניל קליקט Add Destination
אדער רייט-קליק אויפן מעפ ווי איר ווילט און דערנאך קליקט Add Destination