וועלכע מיניווען האט אלל וויל דרייוו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 11, 2010 1:06 am
אזוי ווי איך פאר אסאך ארום, און עס קומט מיר אויס יעדן ווינטער צו פארן אין שנייען, און איך ווער שוין אויסגעשעפט פון זיך גליטשן, און אזוי פיל שיעור'ס, בפרט ווען דער שיעור קומט פון א צווייטן, וואס דעמאלס קען איך מיך אפילו נישט איינרעדן אז איך האב עפעס קאנטראל.
עטליכע אידן האבן מיר גע'עצה'ט אז איך זאל זיך איינהאנדלען א אלל וויל דרייוו, און דאס וועט לינדערן דעם אויבנדערמאנטן פראבלעם. ווייל דאס פארט גוט אין שניי און גליטשט כמעט נישט, אויך קען מען פארן שנעלער מיט דעם אין די שניי.
נו איך בין שוין גרייט (נישט אז איך האב עפעס געלט דערפאר, אבער....) איך האב אבער נישט קיין השגה וואו מען הייבט אפילו אן צו זוכן אזאן זאך.
דערפאר בעט איך דא ביים עולם, ווער עס ווייסט וועלכע קאר קאמפאני האט א אלל וויל דרייוו, "מיניווען" זאל מיר לאזן דא וויסן.
שטייצעך אליינס, אז אויב איר ווייסט עפעס אינפארמעישן וועגן דעם מאדעל וואס איר ווילט איך זאל קויפן, למשל אנדערע באקוועמליכקייטן, פרייזן, קוואליטי וכדו', זאלט איר מיר לאזן וויסן, און איך וועל אייך זאגן א גרויסן שקויעח, מיט א ברכה צודערצו אויף אריכות ימים.