וועלכע מיניווען האט אלל וויל דרייוו

קויפן, ליעסען, דינגען. טיקעטס, אינשורענס, וכו'

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

וועלכע מיניווען האט אלל וויל דרייוו

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 1:06 am

אזוי ווי איך פאר אסאך ארום, און עס קומט מיר אויס יעדן ווינטער צו פארן אין שנייען, און איך ווער שוין אויסגעשעפט פון זיך גליטשן, און אזוי פיל שיעור'ס, בפרט ווען דער שיעור קומט פון א צווייטן, וואס דעמאלס קען איך מיך אפילו נישט איינרעדן אז איך האב עפעס קאנטראל.

עטליכע אידן האבן מיר גע'עצה'ט אז איך זאל זיך איינהאנדלען א אלל וויל דרייוו, און דאס וועט לינדערן דעם אויבנדערמאנטן פראבלעם. ווייל דאס פארט גוט אין שניי און גליטשט כמעט נישט, אויך קען מען פארן שנעלער מיט דעם אין די שניי.
נו איך בין שוין גרייט (נישט אז איך האב עפעס געלט דערפאר, אבער....) איך האב אבער נישט קיין השגה וואו מען הייבט אפילו אן צו זוכן אזאן זאך.
דערפאר בעט איך דא ביים עולם, ווער עס ווייסט וועלכע קאר קאמפאני האט א אלל וויל דרייוו, "מיניווען" זאל מיר לאזן דא וויסן.

שטייצעך אליינס, אז אויב איר ווייסט עפעס אינפארמעישן וועגן דעם מאדעל וואס איר ווילט איך זאל קויפן, למשל אנדערע באקוועמליכקייטן, פרייזן, קוואליטי וכדו', זאלט איר מיר לאזן וויסן, און איך וועל אייך זאגן א גרויסן שקויעח, מיט א ברכה צודערצו אויף אריכות ימים.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 1:05 pm

לפי ידיעתי איז דא ווייניג פין דעם ביי מיניווען'ס,
טאיאטא סיענע, פלעגט עס האבן ביי די פאלי לאודעד, כ'אב אבער געהערט אז זיי האבן אויפגעהערט,
העסט לכאורה מיזן גיין צו א דזשיפ וכדו'
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2207
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 1:24 pm

http://www.consumersearch.com/minivan-reviews

דא שרייבט ער אז סיענע עכ''פ די 2009 האט עס געהאט.

טהור'ל;

גיי ארויס אין קוק וויאזוי די 4WD פארן אין די שניי, איך האב פונקט גערעדט היינט צו איינעם מיט א עס יו ווי זאגט ער מיר אז די איינציגסטע מאל וואס ער האט ניצן איז ארויסגראבן פון א גרויסע שניי, אויף אייז איז עס גארנישט ווערט, און אויף שניי דארפסטו אויך פארן צושטאטעלעך זאלסט נישט פארלירן קאנטראל.

און פאר די פראבלעם אז יענער מאכט שיעור א עקסידענט, דארפסטו דאך קויפן פאר יענעם אויך, איך מעלד מיך דא ערשט...

אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

תגובהדורך סתם_אזוי » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 1:31 pm

און פאר די פראבלעם אז יענער מאכט שיעור א עקסידענט, דארפסטו דאך קויפן פאר יענעם אויך, איך מעלד מיך דא ערשט...

בעילאוט, קודם מאך א שיעור עקסידענט פאר די קעצעלע.
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 1:51 pm

פאריאר איז געווען איין פרייטאג א גאר הויכע שניי, (ווער עס געדענקט), מען איז געפארן ווי לעמעלעך... מיין שווער האט דעמאלטס פונקט געהאט א דשיפ, און בערך 15 מינוט פאר'ן זמן האב איך עפעס געדארפט וויכטיג ארלעדיגן, פארשטייצעך אז מיט מיין קאר האב איך נישט געוואלט פארן אין אזא וועטער... האב איך געבארגט מיין שווער'ס דשיפ... יוי איז עס גוט געפארן, א מחי'!. אונטער 5 מינוט בין איך געווען צוריק...(איך האלט אז ס'לוינצעך..)
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 8:32 pm

i understand that all wheel drive and 4wd is not the same

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 9:48 pm

איך געדענק נישט וועלכע איז וואס,
ביי איינס איז עס אלץ 4 wheel drive, אין ביי די אנדערע קען מען עס אנשטעלן, די נפק"מ איז,
ווען מ'פארט אויף 4wd ניצט עס מער געז, אין ס'איז א שאד ס'זאל ארבעטן ווען ס'פעלט נישט אויס.

איך מיין 4wd ארבעט אלץ, אין Awd קען מען אנשטעלן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

DONE
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 9:32 pm

תגובהדורך DONE » דאנארשטאג פאברואר 11, 2010 9:59 pm

leiby האט געשריבן:
איך מיין 4wd ארבעט אלץ, אין Awd קען מען אנשטעלן.

correct

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:51 pm

DONE האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:
איך מיין 4wd ארבעט אלץ, אין Awd קען מען אנשטעלן.

correct

פונקט פארקערט

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » מיטוואך ינואר 17, 2018 3:34 pm

AWD איז א סיסטעם וואס ווערט קאנטראלירט דורך די קאמפיוטער פונעם קאר. אייביג ארבעט נאר איין רעדל. די קאר האלט חשבון ווי אזוי און ווי פיל מאל יעדע רעדל דרייט זיך און ווען ער זעט אז איין רעדל דרייט זיך שנעלער ווי די אנדערע קאנעקט ער אן אנדערן רעדל צום טראנסמישן. געווענטליך ווען די קאר פארט איז ער א פשוטער פראנט וויל דרייוו, נאר ווען דער רעדל גליטש טוישט ער. אזוי ווי א קאמפיוטער טוט עס און קען טוישן זייער שנעל קען עס אויסזען ווי א 4WD אבער עס איז נישט.

א 4WD מיינט, געווענטליך, אז דער דרייווער דארף עפעס אנשטעלן אז די קאר זאל זיך טוישן פונעם געווענטליכן דרייוו, פראנט אדער ריער, צו 4WD. אלע פיר רעדער דרייען זיך צוזאמען.

4WD און AWD זענען ווערט יעדן פעני. AWD איז מער ווי גענוג, מען דארף נישט קיין 4WD. עס וועט דיך פירן צו ווי דו ווילסט אנקומען, אין אלע וועטערס. קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז עס איז דא א קאר אין די וועלט וואס גליטשט נישט אויף אייז אדער שניי אדער אז מען קען פארן שנעל און סטאפן ווי עס דארף צו זיין אויף אייז און שניי. מען דארף פארן שטייט צו זיין סעיף אין סיי וועלכע קאר. די איינציקע חילוק איז, מיט א פשוטן קאר קענסטו נישט פארן אויף בערג אין די שניי, מיט א AWD און 4WD קענסטו יא. מען טאר נישט פארגעסן, אז סיי ווי אזוי, אויב די שניי איז העכער ווי די ground clearance פון די קאר, קען מען נישט פארן, נישט קיין חילוק וועלכע קאר. אויב די axle פונעם קאר זיצט אויפן שניי מיינט דאס אז די רעדער קענען נישט האבן קיין traction.

Toyota sienna איז די איינציגסטע מיניווען מיט AWD. נאר עוועילעבל מיט 7 זיצן.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך ינואר 17, 2018 3:38 pm

SNOW TIRE העלפט אויך פאר שניי

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך ינואר 17, 2018 3:42 pm

שוין געזעהן עטליכע מאל פון עקספערטן אז סנאו טייערס זענען מער נוצבאר און אפעקטיוו אויף צו נוצן אין א שניי ווי אלל וויל דרייוו.

און ס'איז ביליגער אויך, אבער מ'דארף נאר האבן די געדולד און צייט עס צו ארויפלייגן און אראפנעמען פארן/נאכן ווינטער.

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » מיטוואך ינואר 17, 2018 4:29 pm

פארוואס טאקע איז נאכנישט דא א ספעשיל ברעיקינג סיסטעם וואס זאל העלפן אויף שניי/אייז?
נאך אזוי וויכטיג ווי די אלע סעיפטי וואס די חברה לייגן לעצטנס אריין..
הכל לטובה!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך ינואר 17, 2018 4:43 pm

תן חיוך האט געשריבן:פארוואס טאקע איז נאכנישט דא א ספעשיל ברעיקינג סיסטעם וואס זאל העלפן אויף שניי/אייז?
נאך אזוי וויכטיג ווי די אלע סעיפטי וואס די חברה לייגן לעצטנס אריין..

וואס איז דען שייך? אז מ'גליטשט גליטשט מען,
אחוץ אז די רעדטסט פון עפעס א פיסל וואס זאל זיך אריינשטעקן אנעם שניי אז ס'זאל נישט גליטשן.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך ינואר 17, 2018 4:47 pm

ס'איז דא TIRES וואס האבן אזלעכע נעגלעך וואס שטעקן זיך ארויס
אבער אין רוב פלעצער איז עס נישט ליגאל ווייל ס'האקט די ראוד
דאכט זיך אין טראנטא איז עס דא

טשאקלעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » מיטוואך ינואר 17, 2018 8:59 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:שוין געזעהן עטליכע מאל פון עקספערטן אז סנאו טייערס זענען מער נוצבאר און אפעקטיוו אויף צו נוצן אין א שניי ווי אלל וויל דרייוו.

און ס'איז ביליגער אויך, אבער מ'דארף נאר האבן די געדולד און צייט עס צו ארויפלייגן און אראפנעמען פארן/נאכן ווינטער.


וואסי שלעכט אז מען לאזט די סנאו טייערס אויך פארן זומער?

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מיטוואך ינואר 17, 2018 11:57 pm

טשאקלעט האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:שוין געזעהן עטליכע מאל פון עקספערטן אז סנאו טייערס זענען מער נוצבאר און אפעקטיוו אויף צו נוצן אין א שניי ווי אלל וויל דרייוו.

און ס'איז ביליגער אויך, אבער מ'דארף נאר האבן די געדולד און צייט עס צו ארויפלייגן און אראפנעמען פארן/נאכן ווינטער.


וואסי שלעכט אז מען לאזט די סנאו טייערס אויך פארן זומער?


עס ווייבערעיט (דריזלט).
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 12:26 am

סנאו טייערס קאסט מער געלט אין סרייבט זיך שנעל אויס אויב מען ניצט עס סתם, ממילא איז א שאד די געלט עס צי לאזן אויף דער קאר א גאנצע יאר.

די סיענע וואס האט awd האט נישט קיין ספער טייער און האט אויך גאנץ טייערע רעדלעך
Run flat
וואס קען פארן אפילו סהאט א פלעט אזוי האב איך געהערט און דילערעס האבן אפגערעדט פון דעם, זיי האבן געטענהט אז ענדערש ניצן סנאו טייערס מיט סטדאס. ווי די awd

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 1:00 pm

shimon7323 האט געשריבן:סנאו טייערס קאסט מער געלט אין סרייבט זיך שנעל אויס אויב מען ניצט עס סתם, ממילא איז א שאד די געלט עס צי לאזן אויף דער קאר א גאנצע יאר.

די סיענע וואס האט awd האט נישט קיין ספער טייער און האט אויך גאנץ טייערע רעדלעך
Run flat
וואס קען פארן אפילו סהאט א פלעט אזוי האב איך געהערט און דילערעס האבן אפגערעדט פון דעם, זיי האבן געטענהט אז ענדערש ניצן סנאו טייערס מיט סטדאס. ווי די awd


ספאסירט גארנישט אויב די לייגסט פושטע רעדער אנשטאט ראונ פלעט.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 684
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:54 pm

ווייס איך נישט קען זיין אז מברויך טוישן די גאנצע רים פארדעם. ווייס איך אבער נישט נאר אזוי געהערט פונעם דילער

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 2:58 pm

shimon7323 האט געשריבן:ווייס איך נישט קען זיין אז מברויך טוישן די גאנצע רים פארדעם. ווייס איך אבער נישט נאר אזוי געהערט פונעם דילער

ניין דארפסט גארנישט טוישן .
וואס יא דארפסט זיך זעהן צו קויפן א דואנט רעדעל .על כל ... שלא תבוא.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 3:44 pm

לויט ווי איך געדענק איז עס נישט ליגאל צי לאזען א גאנץ יאר
ס'קען זיין איך בין נישט גערעכט
זאלן די קנאדישע חברה אריין קומען

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2290
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 5:26 pm

איך דענק אויך אזוי.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 10:12 pm

Greeneryid האט געשריבן:AWD איז א סיסטעם וואס ווערט קאנטראלירט דורך די קאמפיוטער פונעם קאר. אייביג ארבעט נאר איין רעדל. די קאר האלט חשבון ווי אזוי און ווי פיל מאל יעדע רעדל דרייט זיך און ווען ער זעט אז איין רעדל דרייט זיך שנעלער ווי די אנדערע קאנעקט ער אן אנדערן רעדל צום טראנסמישן. געווענטליך ווען די קאר פארט איז ער א פשוטער פראנט וויל דרייוו, נאר ווען דער רעדל גליטש טוישט ער. אזוי ווי א קאמפיוטער טוט עס און קען טוישן זייער שנעל קען עס אויסזען ווי א 4WD אבער עס איז נישט.
AWD איז נישט די זעלבע ביי אלע קארס. ביי געוויסע איז אזויווי דו שרייבסט (כ'מיין אז Subaru איז אזוי) אבער ביי אנדערע מיינט עס פשוט אז אלע רעדער דרייען די גאנצע צייט. ביי געוויסע (כ'מיין (Hyundai) ווערט עס 4WD ווען ס'גליטשט

א 4WD מיינט, געווענטליך, אז דער דרייווער דארף עפעס אנשטעלן אז די קאר זאל זיך טוישן פונעם געווענטליכן דרייוו, פראנט אדער ריער, צו 4WD. אלע פיר רעדער דרייען זיך צוזאמען.

4WD און AWD זענען ווערט יעדן פעני. AWD איז מער ווי גענוג, מען דארף נישט קיין 4WD.
ווענט זיך. AWD וואס די קאר איז אייביג אויף 4WD ניצט מער געז און די דרייוו איז נישט אזוי סמאאד. אויך האט מיר א מעקעניק געזאגט אז די AWD סיענע האט א שוואכערע פיקאפ (כ'פארשטיי נישט פארוואס)
:? עס וועט דיך פירן צו ווי דו ווילסט אנקומען, אין אלע וועטערס. קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז עס איז דא א קאר אין די וועלט וואס גליטשט נישט אויף אייז אדער שניי אדער אז מען קען פארן שנעל און סטאפן ווי עס דארף צו זיין אויף אייז און שניי. מען דארף פארן שטייט צו זיין סעיף אין סיי וועלכע קאר. די איינציקע חילוק איז, מיט א פשוטן קאר קענסטו נישט פארן אויף בערג אין די שניי, מיט א AWD און 4WD קענסטו יא. מען טאר נישט פארגעסן, אז סיי ווי אזוי, אויב די שניי איז העכער ווי די ground clearance פון די קאר, קען מען נישט פארן, נישט קיין חילוק וועלכע קאר. אויב די axle פונעם קאר זיצט אויפן שניי מיינט דאס אז די רעדער קענען נישט האבן קיין traction.
ריכטיג
כ'האב שוין געזען סאבורבענס, עקספעדישנס און פיקאפ טראקס סטאק אין די שניי ווייל זיי זענען אריינגעפארן אין צי הויכע שניי

Toyota sienna איז די איינציגסטע מיניווען מיט AWD. נאר עוועילעבל מיט 7 זיצן.
ריכטיג
אגב. די Chevy Astro און GMC Safari (די זעלבע זאך) זענען אויך (געווען) צו באקומען מיט AWD


בשבילי נברא האט געשריבן:און ס'איז ביליגער אויך, אבער מ'דארף נאר האבן די געדולד און צייט עס צו ארויפלייגן און אראפנעמען פארן/נאכן ווינטער.

לייג צו די עקספענס פון נייע רימס אדער באצאלן פאר א טייער שאפ צוויי מאל א יאר צו טוישן און באלאנסירן (גאר וויכטיג. אפילו אויף די בעק רעדער)
אויך סטארעזש פאר די רעדער
shimon7323 האט געשריבן:די סיענע וואס האט awd האט נישט קיין ספער טייער און האט אויך גאנץ טייערע רעדלעך
Run flat
וואס קען פארן אפילו סהאט א פלעט אזוי האב איך געהערט און דילערעס האבן אפגערעדט פון דעם, זיי האבן געטענהט אז ענדערש ניצן סנאו טייערס מיט סטדאס. ווי די awd

ווייל די RFT זענען הארט (כדי צו קענען האלטן אן לופט) רייבן זיי זיך שנעל אויס און זענען נישט אזוי סמאאד
אויב איז די קאר געקויפט איז די פשוט'סטע און ביליגסטע עצה (אין מיין אפיניען) איז צו קויפן א ספעיר (קוקי) טייער אדער א געהעריגע רעדל מ'קען אויך קויפן א גענוצטע ביי א טייער שאפ (נישט אלע) און האלטן אין די קאר און אזוי דארף מען נישט קויפן קיין RFT
ווייסעך נאר נישט וויאזוי ס'ארבעט ביי א ליעס. דארף מען צוריקגעבן מיט RFT אדער נישט?
אויב יא. וואלט איך גראד ביים ליעסן געטוישט די רעדער צו פשוט'ע און געקויפט א ספעיר, אוועקגעלייגט די RFT און צוריקגעלייגט ביים צוריקגעבן די קאר
מ'דארף סייווי טוישן רעדער עטליעסט איינמאל דורכאויס די ליעס סאו ס"ה דארף מער נאר ארויסנעמען דאס געלט פון טאש אביסל פריער און מ'שפארט זיך א שיינע פאר טאלער
נישט פשוט האט געשריבן:וואס יא דארפסט זיך זעהן צו קויפן א דואנט רעדעל .על כל ... שלא תבוא.

בדידי הווה עובדא. מיין ספעיר איז נישט גוט געווען
בעליוו מי. ס'איז נישט בא'טעמ'ט

השמש
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » פרייטאג ינואר 19, 2018 1:17 am

Greeneryid האט געשריבן:AWD איז א סיסטעם וואס ווערט קאנטראלירט דורך די קאמפיוטער פונעם קאר. אייביג ארבעט נאר איין רעדל. די קאר האלט חשבון ווי אזוי און ווי פיל מאל יעדע רעדל דרייט זיך און ווען ער זעט אז איין רעדל דרייט זיך שנעלער ווי די אנדערע קאנעקט ער אן אנדערן רעדל צום טראנסמישן. געווענטליך ווען די קאר פארט איז ער א פשוטער פראנט וויל דרייוו, נאר ווען דער רעדל גליטש טוישט ער. אזוי ווי א קאמפיוטער טוט עס און קען טוישן זייער שנעל קען עס אויסזען ווי א 4WD אבער עס איז נישט.

א 4WD מיינט, געווענטליך, אז דער דרייווער דארף עפעס אנשטעלן אז די קאר זאל זיך טוישן פונעם געווענטליכן דרייוו, פראנט אדער ריער, צו 4WD. אלע פיר רעדער דרייען זיך צוזאמען.

4WD און AWD זענען ווערט יעדן פעני. AWD איז מער ווי גענוג, מען דארף נישט קיין 4WD. עס וועט דיך פירן צו ווי דו ווילסט אנקומען, אין אלע וועטערס. קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז עס איז דא א קאר אין די וועלט וואס גליטשט נישט אויף אייז אדער שניי אדער אז מען קען פארן שנעל און סטאפן ווי עס דארף צו זיין אויף אייז און שניי. מען דארף פארן שטייט צו זיין סעיף אין סיי וועלכע קאר. די איינציקע חילוק איז, מיט א פשוטן קאר קענסטו נישט פארן אויף בערג אין די שניי, מיט א AWD און 4WD קענסטו יא. מען טאר נישט פארגעסן, אז סיי ווי אזוי, אויב די שניי איז העכער ווי די ground clearance פון די קאר, קען מען נישט פארן, נישט קיין חילוק וועלכע קאר. אויב די axle פונעם קאר זיצט אויפן שניי מיינט דאס אז די רעדער קענען נישט האבן קיין traction.

Toyota sienna איז די איינציגסטע מיניווען מיט AWD. נאר עוועילעבל מיט 7 זיצן.

זייער גוט ארויסגעברענגט
איך האב 4 וויל דרייוו איך עס פארט בכלל נישט בעסער אין די שניי
(אפשר ווען נישט וואלט עס געווען ערגער? ווייס איך נישט)
על כל פנים סגליטש פיין די איינציגסטע מעלה אז איז קום ארויס זייער גרינג פין מיין גריב
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.


צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט