בלאט 1 פון 1
קייטן אויף די רעדער - Tire Chains
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 3:27 pm
דורך קאמענטאטאר
האט עמיצער עקספעריענס דערמיט אויף א קאר / מיניווען?
כ'האלט נישט ביים צאלן צוויי דריי הונדערט טאלער אויף "שניי רעדער" פאר פיר צו פינף מאל וואס ס'שנייעט אבער גלייכצייטיג האב איך אויך קנאפ חשק דורכצוגיין נאכאמאל וואס כ'האב מיטגעמאכט לעצטן מוש"ק, כ'בין געווען א "לעבעדיגער דריידעל"... און מיט ניסי ניסים אפגעקומען (זיבען מאל בערך) מיט שרעק.
איך זעה ס'איז פארהאן Tire Chains און Tire Cables כ'קלער צו קויפן א סעט אזוי ווי ס'מערהייט פון מיינע רייזעס זענען לאקאל, ארויפלייגן ווען ס'פעלט אויס און אראפ ווען נישט. האט שוין איינער פרובירט?
(היינט

האב איך צייט...)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 3:31 pm
דורך farshlufen
איידער איר רעדט ווייטער, איז עס סטריט ליגעל? מעג מען דרייוון מיט דעם אויפן ראוד?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 3:39 pm
דורך צייטליך
איך האב דערווייל נאר געזעהן עמערדזשענסי וויקהעל'ס דערמיט.
קוק
דא צו קויפן קייטן.
קוק
דא פאר געזעצן איבער קייטן אויף רעדער אין ניו יארק (און גאנץ אמעריקע) ווי זיי שריייבן ביי ניו יארק:
New York - Tire chains are required when a snow emergency has been declaredקוק
דא ווי פאר פונקט הונדערט יאר צוריק איז געווען א שעררוריה דאהי אין ניו יארק דערוועגן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 3:42 pm
דורך וואלוועלע
לןויט וויפיל איך ווייס איז קייטן נישט לעגאל, אבער ס'איז דא א זאךוואס רופט זיך נעגעלאך, וואס דאס לייגט מען אריין און די רעדער און ס'שטעכט אריין און די ייז און דאס איז י לעגעאל, אבער איך מיין אז מען קען דאס נאר האבן מיט סנאו טייערס,
און מיין עצה אז מען זאל נישט גליטשן, איז אז ווען ס'שנייט לאזט מען די אויטא פארקירט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 3:43 pm
דורך קאמענטאטאר
ווי ווייט איך
זעה דא פארשטיי איך אז יא (כ'מיין אז די פאסט טרעקלעך אין אפסטעיט נוצן דאס ווען ס'שנייעט).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 3:51 pm
דורך קאמענטאטאר
Title 3, article 9 equipment of motor vehicles and motorcycles, § 375 equipment, 35 tires
35-a. It shall be unlawful to operate a motor vehicle or trailer
equipped with tires having metal objects protruding from the tire tread
upon any public highway. The prohibition contained in this section shall
not apply to pneumatic tires containing metal type studs, the diameter
of which studs inclusive of the stud casing does not exceed
three-eighths of an inch and which do not protrude beyond the tread
surface of such tires more than three thirty-seconds of an inch and the
contact area of which does not exceed three-fourths of one per cent of
the total nominal contact area of said tires determined by multiplying
the circumference of the outer most edge of tread times the tread width,
except that no vehicle equipped with such tires, other than school buses
and state or municipally-owned vehicles, may operate on a public highway
during the period from the first day of May to the fifteenth day of
October, inclusive
נו, וואס לערנען מיר ארויס דערפון?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 5:57 pm
דורך farshlufen
לעגאל מיינט א "פאבליק הייוועי" א יעדעס נישט פריוואטע געסל אדער ראוד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 24, 2009 6:18 pm
דורך קאמענטאטאר
וואס מיינט pneumatic tires containing metal type studs וועלכע איז אויסגעשלאסן פון דעם פארבאט?
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 25, 2009 10:07 am
דורך farshlufen
קאמענטאטאר האט געשריבן:וואס מיינט pneumatic tires containing metal type studs וועלכע איז אויסגעשלאסן פון דעם פארבאט?
וואלוועלע האט געשריבן:ס'איז דא א זאךוואס רופט זיך נעגעלאך, וואס דאס לייגט מען אריין און די רעדער און ס'שטעכט אריין און די ייז און דאס איז י לעגעאל, אבער איך מיין אז מען קען דאס נאר האבן מיט סנאו טייערס.