בלאט 1 פון 1

סטים ווארעמט נישט

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 20, 2009 5:54 pm
דורך שוועמל
מיין סטים אין מיין קאר ווארעמט עפעס נישט.

ביז היצט איז נאכנישט אויסגעקומען צו נוצן עכט ווייל ס'יז נאכנישט געווען אזוי קאלט, אבער זינט פאריגע וואך ווען איך צונד עס אן איז עס עפעס נישט. בלאזן בלאזט עס אבער בלויז עטוואס ווארימע לופט ס'ווארעמט נישט גארנישט.

פאראיאר איז יא גוט געווען.

איידער איך גיי צו א מעקעניק אראפלייגן א מטבע פרעג איך צי עמיצער האט שוין געהאט עקספיריענס, אמאל איז עס א קלייניגקייט.

תודה למפרע.
איך דריוו א שעווי 03.

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 20, 2009 6:07 pm
דורך גרויזאמער
מען טאר קיינמאל נישט אנצינדן די סטיעם ביז די קאר איז געהעריג אנגעווארעמט. ולא רק ווייל עס קען זיך צוברעכן, אלא פשוט שהסטים ארבעט נישט ווילאנג די קאר איז געהעריג אנגעווארעמט.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 21, 2009 8:42 am
דורך שוועמל
מיין סטים ווארעמט נישט!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 21, 2009 8:53 am
דורך פאטאקי08
היינטיגע צייטן איז שוין דא קארס וואס מען קען לאזן די סטים אנגעצינדען 24/7 און ער וועט אוטמאטיש נישט בלאזן קיין לופט ווי לאנג די קאר איז אנגעווארימט

אין דין קארן וואס זענען פאבריצירט געווארן אין פריערדיגע צייטן האבן דאס נאך נישט ויש לחשוש לדבריו.

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 21, 2009 10:12 am
דורך farshlufen
לענינינו, דיין קאר האט "הייצונג" און איך גלויב אז דו האסט א סענסאר פראבלעם וואס פיעלט נישט די הייסקייט פונעם ענדזשין און דערפאר צינד ער זיך נישט אן.