רץ כצבי האט געשריבן:אלזא, פאר די אלע וואס ווילן וויסען ווי אזוי עס גייט צי די פראסעס אין פאלסבורג קארט פאר א מאווינג טיקעט, וועל איך דאס יעצט אראפ לייגען מיט אלע פרטים, אזוי ווי איך האב דאס היינט מיטגעלעבט.
עס האט זיך אנגעהויבן אין די לעצטע שעות אין די דיפרעסטע אין אנגעווייטאגטע טאג פין תשעה באב, האט מיך דער פאליציאנט אפגעשטעלט אויפן 52 אין מוסיף געווען על צערי מיט די טענה אז איך האב געספיד 35/59 ( לידיעה בעלמא, אויפן 52 איז דא נאר 30 אין 40 זאנע, נישט 35 אבער עס איז נישטא מיט וועם צי טענענן זייט איך בין געפארן אויף 59) , האבענדיג דעם קוויטעל אין האנט, בין איך אריין אין פאלסבורג קארט, געפליט נאט גילטי, אין איך האב באקימען אויפן פלאץ א בריוו אז נאכמיטאג די ערשטע נאכט חנוכה, קען איך אראפ קימען אין קארט אין מאכן א פלי בארגען מיט די פראסיקיאטער אין אויס ארבעטען א דיעל, דאס גייט אזוי לכתחילה, אויך קען איך שיקן א לויער, אין אויב איך קים נישט מאכען א דיעל, וועט מען מיר שיקען א טרייעל דעיט, אזוי ווי דאס איז געווען די ערשטע נאכט חנוכה, אין איך קים פין שטאט, אין די זמן איז פרי, בין איך ציריק געגאנגען א טאג נאכדעם אין קארט, אין געזאגט אז איך קען נישט קימען די טאג, האט מען מיר געגעבן אויפן פלאץ א נייע טאג, אין מען האט מיר געזאגט אז איך קען עס מער נישט אפשטיפן, מען קען אפשטיפן א פלי בארגען דעיט נאר איינמאל, אויב מיז מען עס אפשטיפען, דארף מען גיין אויף א טרייעל. ארלעדיגט.
געקימען איז ציגיין די נייע דעיט, אין מען שמיסט אז עס קימט א שניי שטורם, אין ווי אזוי קימט מען אן אין פאלסבורג? ריף איך אהן אין קארט, אין די קלורק זאגט מיר אז יא, מען וועט מיר שיקען א נייע דעיט, ב"ה, האב איך אבער באקימען א דעיט אויף די טאג וואס מען פארט אויף פלארידע, ריף איך אהן אין קארט, זאגען זיי מיר אז אויב איך וועל שיקען די רעסיט פין די עירליין טיקעט אז איך האב געבאקט פאר די טאג נאך פארן אפשטיפן צי די נייע דעיט, וועלן זיי עס אפשטיפן נאכאמאל, למעשה האב איך געקענט ארויף ריקען פלארידע פאר א וואך פריער, איך האב עס נישט אפגעריקט נאך אמאל ווייל איך האב מורא געהאט אז עס וועט פינקט אויס געפאלן אין פורים, אין ציריק גייט א קאזע.
שוין, דער היינטיגער גליקליכער טאג איז דא, 4 אזייגער איז די אפוינטמענט, מיין בעה"ב טיט מיר א גאנצע טובה, אין ער לאזט מיך גיין, ער האט טענות פארוואס איך האב נישט גענימען א לויער, כאילו ער ווייסט נישט אז איך מאך ברויט אויף הויזען, אין די איבעריגע 300 דאלער לויער געלט קען איך ניצען פאר מצות, אין ווי איך וועל באלד דערציילען אז אויסער לויער געלט צאלט מען אויכעט טיקעט געלט. אין די לויערס באקימען בכלל נישט קיין בעסערע דיעלס, קים איך אהן אין קארט אין עס ווארטען שוין קרוב צי 50 מענטשען מער ווי א מנין היימישע אידן, מען שמיסט שוין פין מאכען א מנין מנחה, מען עפענט די טיר אין מען גייט דורך א מעטעל דיטעקטאר אזוי ווי אין עירפארט, דאס האט גענימען א גאנצע שעה, די היצען אין קארט איז געווען אימדערטרעגליך, אינדרויסען אין גאס איז געווען 75 דיגרי, איןמען האט א טובה געטין אין אנגעצינדען א סילינג פען, ווייל די עירקאנדישען איז נאך אראפגעטעפט וועגען די קעלט, 5 אזייגער, נאך א שעה זיצען מיט אלע מינע מענטשען, אידען אין להבדיל אפסטעיט low class people, האט זיך די פראסעס אנגעהויבן. די קלורק ריפט אויס נעמען, אררין צי גיין צי די פראסיקיאטער, מען האט אויס געריפען מיין נאמען בין איך אריין צים פראסיקיאטער אין זיין אפיס, פאר מיר האט מען אויסגעריפן מן הסתם 20 מענטשען, די דזאדש איז ערשט אנגעקימען ממש פאר איך בין אריין צים פראסיקיאטער, איך וועל מפסיק זיין פאר א מיניט מיטן בשרייבן די דזאדש, קימט אריין א פעך שווארצע אפריקאנע גויטע, ריזיגע ציקריבעלטע האר, זי האט זיכער געוואינט אין קאלעמענטי, זיכער נישט עלטער פין 25 יאר, א ראצערטע, גיי ווייס וויאזוי זי איז געווארן א דזאדש, אין זי ריפט אויס אירע ראלס, דא רעדט מען נישט א ווארט, דא קלינגט נישט קיין סעללפוין, דא גייט מען אנגעטין בצניעות, no short sleeves and open neck, גיי פארשטיי, אין היינט קען מען נישט באצאלען די פיינס אויפן פלאץ, מען וועט דארפן עס אריין שיקען ביי מעיל, אין ווער עס וועט ווייעלעטן די ראלס וועט מען גראד ארויסשיקען פין קארט, אין וועט גיין פאר א טרייעל, אפאר גויטעס זענען ארויס צי נעמען דזעקעטס.. ציריק צי מיין פראסיקיאטער באגעגעניש, קים איך אריין צי די פראסיקיאטער, האט ער שוין געהאט זיינע נאטס אויף מיין פייל, אין ער זאגט מיר, אזוי ווי איך האב געספיד 24 העכער די לימיט וועט ער מיר געבען 2 פוינטס אנשטאט 6 פוינטס, אין דאס גייט זיך נישט טוישן, דאס איז די דיעל, איך קען דאס אהנעמען, אדער גיין פאר א טרייעל, אין ער לייגט צי, אז דא האט נאך קיינער נישט געווינען א טרייעל, אויך זאגט ער מיר, אז ווען איך וואלט ווען געספיד אויף א ראויד מיט א קאנקריט דיוויידער, וואלט ער נישט געגאנגען אזוי הארב, ממילא, פרעגט ער מיך צי איך וויל אהנעמען די פלי, האב איך אים אהנגעהויבען זאגען אז איך וויל אים דערציילן וואס די מעשה איז געווען אין ער זאל מיך אויסהערן, זאגט ער מיר, אז איך קען אים דערציילן וואס איך וויל, אבער די דיעל וועט זיך נישט טוישען, אין אויב איך וועל אים מאכן mad, קען זיך עס טוישן צי 3 פוינטס, האב איך אים געזאגט אז ער זאל מיך דאך אויסהערען א מיניט, פארצייל איך אים אז איך ספיד קיינמאל נישט, מיין לעצטע מאווינג ווייעלעשן איז געווען 9 יאר ציריק, אין אזוי ווי עס איז געווען א פעסט דעי בלע"ז איז מיין קאפ נישט געווען אויפן פלאץ, זאגט ער מיר, אז איים דזואיש טא, אין תשעה באב טאר מען נישט דרייווען אזויווי יום כיפור, האב איך געזען מיט ווע איך האב ציטין דא, האב איך אים געזאגט אז איך נעם די דיעל, איך האב מורא געהאט פין א עבר ופרושניק, עס קען נאר ערגער ווערן, פרעג איך אים אויב עס קימט צי א געלט שטראף, זאגט ער מיר אז דאס וועט די דזאדש זאגען, אין ער לייגט מיר צי אז אזוי ווי עס איז נאר 2 פוינטס קען עס אראפ גיין דורך די דעפענסיוו דרייוונג קורס 6 hour class, צימזל האט מיין לעצטע קורס עקספייערט פאריגע וואך, סאוי האפענטליך וועט די פאוינטס אראפ גיין. ער געט מיר צי סיינען מיין פלי, ער גיט מיר עס איך זאל עס געבען פאר די קארט קלורק
גענדיגט מיטן פראסיקיאטער,
בשעת איך בין געווען ביי די פראסיקיאטער איז די דזאדש געווען ביזי מיט די לויערס וואס מענטשען האבען געדינגען, די לויערס האבען באקימען פאר אלע זייערע קלייענטס די זעלבע דיעלס ווי די מנין אידען וועס זענען געקימען אליינס, ווער עס האט געספיד אינטער 24 העכער די ספיד לימיט, סטאפ סיין טיקעט, בלינקער טיקעטס אדג האט באקימען א פארקינג טיקעט, פלאס עקסטערע קארט סארטשארדזש, וואס איך האב נישט קיין אהנונג וואס דאס מיינט, עס איז א שאד די לויער געלט, חוץ אויב מען וויל נישט פארברענגען א האלבע טאג מיט דעם.
איך האב געווארט אז די דזאדש זאל מיך ריפען בערך 15 מיניט, זי ריפט מיך ארויף, אין זי פרעגט מיך, אז זי זעט ווי איך האב גערעדט מיט די פראסיקיאטער אין איך בין שילדיג "פארן האלטען א דיווייס בשעתן דרייווען" אין אויב איך האלט מיך שילדיג אדער נישט שילדיג, די ערשטע סקונדע האב איך נישט געכפט פין ווסערע דיווייס זי רעדט, אין איך האב מיך גראדט געכאפט אז די פראסיקיאטער האט געטוישט מיין חטא, וואס די חטא איז גארנישט אזוי פשוט, ווייל אויב שטעלט מען מיך שפעטער טאקע אפ פארן האלטען א דיווייס וועט עס מיר גאר טייער קאסטען, ווייל די צווייטע מאל איז עס אסאך הארבער. שוין, האב איך געזאגט אז איך פלי גילטי, אויף דעים ארויף זאגט זי אז עס קימט צי $93 פיין פלאס $75 קארט סארטשאדזש.
עד כאן המעשה
למעשה בערך 9 יאר ציריק האב איך באקימען א ספידינג טיקעט אין עלענוויל, אין די פראסעס איז געווען גאר אנדערש, ווייס איך נישט אויב עס איז ווייל עעלענוויל איז אנדערש אדער עס האט זיך געטוישט זייט 9 יאר ציריק, אין עלינוויל האב איך באקימען א געהעריגע טרייעל דעיט, איך האב עס געקנעט ריקען אפאר מאל, איך בין אנגעקומען 9 ציפרי, איך האב געוראפו די פאליס, ער האט מיר געגעבען די דיעל, אין 9:03 בין איך געווען אינדרויסען, איך האב נישט געהט קיין שייכות מיט די דזדש אין מיט קיין פראסיקיאטער, אין פאלסבורג איז עס געווען א גאנצע געשעפט.......