מי מנוחות - אייוועלט זומער אויסגאבע #3

די אחראים: אחראי, געלעגער

אייוועלט אויסגאבע
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2013 12:52 pm

מי מנוחות - אייוועלט זומער אויסגאבע #3

תגובהדורך אייוועלט אויסגאבע » מיטוואך יולי 17, 2013 2:18 pm

חסדי ה', נאך שווערע ארבייט שטעלן מיר אייך ווידעראמאל און צום דריטן מאל פאר אונזער/אייער אויסגאבע "מי מנוחות".

עס פעלט זיך נישט אויס קיין עקסטערע באשרייבונגען און דרשות איבער די אויסגאבע. די אריבער צוויי-און-א-האלב-טויזענט! דאונלאוד'ס פונעם לעצטן אויסגאבע זענען עדות און דאס צייגט אויף איר שיינקייט, רייכקייט און בעיקר - די אינהאלט!

ווי איר האט שוין זיכער באמערקט אין די לעצטע אויסגאבע האבן מיר אנגענומען עדווערטייזמענט'ס פון פארשידענע געשעפטן וואס די געלט דערפון גייט פאר די "אייוועלט" סייט וואס קאסט יערליך אויפצוהאלטן. דעריבער אלץ די מידה פון הכרת הטוב וואלטן מיר געוואלט בעטן די חשובע ליינער צו זעהן צו שטיצן אונזערע עדווערטייזער'ס ווי די לאוזונג גייט "שטיצט די וואס שטיצן אונז". וואס דורך זיי קען ארענדער אויפהאלטן די סייט און איר קענט יעדן טאג הנאה האבן דערפון.

הגם מיר האבן דאס שוין געשריבן די פארגאנגענע מאל, אבער עס פעלט אויס צו דערמאנען און איבערלייגן אונזער בקשה צום ציבור. די אויסגאבע ווערט בעזהשי"ת ארויסגעלייגט דא אויף אונזער וועלט'ל מיט א דירעקטע לינק צו דאנלאודן די פי.די.עף. פייל, אבער אזויווי די אויסגאבע איז ארויסגעגעבן געווארן מהנה צו זיין מענטשן און מיר בעטן נישט קיין געלט דערפאר, ווילן מיר אבער בעטן אז מ'זאל דאס נישט עקסטערע ארומשיקן אין א פריוואטע פי.די.עף. פארמאט - אן די לינק צו אונזער וועבסייט. אויב עמיצער דארף דאס, ביטע שיקט אים די לינק צו אונזער וועב סייט און ער זאל דאס דא קוקן כדאי עס זאל זיין זה נהנה וזה נהנה. אונזער וועלטל זאל דערפון הנאה האבן פונקט ווי איר זעלבט.

מיר האפן אז איר וועט הנאה האבן דערפון, ווי מיר ערווענען אלעמאל. קאנסטרוקטיוו קריטיק איז פונקט אזוי וויכטיג ווי קאמפלימענטן! כדאי צו קענען אנגיין ווייטער און איר זאלט הנאה האבן מוזן מיר הערן אייערע הערות און געדאנקן, אלזא האלט דאס נישט אין אייך, לאזט אייך הערן, שיקט אונז א אימעיל כדאי מיר זאלן דאס קענען פאררעכטן אין די צוקונפט.

מיר וואונטשן אלע שרייבער און ליינער צוגלייך א פרייליכן זומער.‎



מי מנוחות - אייוועלט 3.
מי מנוחות 3 - אייוועלט.pdf
(9.21 MiB) דאונלאודעד 4879 מאל

שוואכערע ריזאלושען, ווייניגער MB
מי מנוחות 3 - אייוועלט Low Res.pdf
(3.3 MiB) דאונלאודעד 2545 מאל

--
פארשפרייט דעם מעסעדזש!
דריטע אויסגאבע "מי מנוחות" ארויסגעגעבן דורך א גרופע שרייבער פון איי-וועלט, ליינט און האט הנאה: http://goo.gl/HwtBi


צו דאונלאודן אויסגאבע #1 - קליקט דא.

צו דאונלאודן אויסגאבע #2 - קליקט דא.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יולי 17, 2013 3:21 pm

יישר כח געלעגער און אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן

אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 12, 2012 11:51 am

תגובהדורך knowledge » מיטוואך יולי 17, 2013 3:24 pm

3 איז חזקה, הערליך און טאלאנטפול

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך יולי 17, 2013 3:25 pm

און צום דריטן מאל:

WOW

הערליך!!
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4109
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך יולי 17, 2013 3:28 pm

שרייבערס, ארויסגעבערס און דיזיינערס, איך ווער סופרייזד פון יעדע אויסגאבע מער פונעם פריערדיגען! א הערליכע ארבעט!!
איין הגה, עטס דארפטס פרעגן א שאלה צו עטס מעגטס אזוי אונטערהאקן די פרנסה פון אלע אנדערע אויסגאבעס, זיי פארשטעקן זיך אלע פארן מי מנוחות..)

היטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 10, 2013 10:52 am

תגובהדורך היטל » מיטוואך יולי 17, 2013 3:29 pm

WOW WOW WOW!!!
א הערצליכן ישר כח פאר אלע וואס האבן געטוהן דערפאר! (אזויפיל אדווערטייזמענטס פאר די דריטע אויסגאבע צייגט ווי פאפולער דאס איז.)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19988
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך יולי 17, 2013 3:34 pm

דורכגעבליקט אויבן אויף.

סופער דזשאב!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מיטוואך יולי 17, 2013 3:34 pm

derech eretz האט געשריבן:שרייבערס, ארויסגעבערס און דיזיינערס, איך ווער סופרייזד פון יעדע אויסגאבע מער פונעם פריערדיגען! א הערליכע ארבעט!!
איין הגה, עטס דארפטס פרעגן א שאלה צו עטס מעגטס אזוי אונטערהאקן די פרנסה פון אלע אנדערע אויסגאבעס, זיי פארשטעקן זיך אלע פארן מי מנוחות..)


אין מילין!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יולי 17, 2013 3:36 pm

אפילו א בלינדער קען זעהן און דערשנאפן ווי יעדעס מאל ווערט עס נשתנה לעילויא.

שרייטס אלע כה לחי!

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך יולי 17, 2013 3:36 pm

די גרעפיקס ווערט בעסער און שענער!

געלעגער, האסטו געחלומ׳ט אז ס׳וועט אויסקומען אזוי?

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מיטוואך יולי 17, 2013 3:44 pm

דאס איז ארויס פון מיין פארשטאנד, אזא הערליכע אויסגאבע, אומבאצאלט, אין א וואך ווען עס איז געווען א ערב תשעה באב און א תשעה באב.

איך כאפ מיך אז אייוועלט פארמאגט גאלאנען מיט סחורה אין רעזערוו פאר מלחמה ציייטן ווען געדרוקטע ליין מאטריאל וועט זיין א פארגאנגענהייט. הנה ימים באים... לא רעב לשטותים... ולא צמא לפאליטיק... עס וועט הערשן א דארשט נאך זאכליכע אינפארמאטיווע ארטיקלען, ארטיקלען וואס מען קען עפעס ארויסנעמען דערפון. דאס איז די "מי מנוחות"!

חזקו ואמצו!
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך יולי 17, 2013 3:45 pm

ממש ווערטערלאז ווי וואלאנטירן פון אנפאנג ביז די ענדע גיבן שוין ארויס צום דריטן מאל אזא מייסטערפולער הערליכער אויסגאבע!

פרינטער פרינט..
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1947
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך יולי 17, 2013 3:46 pm

כולהו אתנייהו בהנהו תגובתא דקדמין עלי.
ואוסיף עלה על חד שית, לית טב מניה ולית שפירו מיניה מכל הני אנפקותא דאית בשוקא.
זכאה את ערסא, וזכאי אינון כל הני דמסייעי בהדך, האי משחא לנהורא, ודעימה...
לית לן מילין...

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מיטוואך יולי 17, 2013 3:52 pm

מאסיוו!!! הערליכע ארבעט!!!

שכח פאר אלע וואס האבן צוגעהאלפן דערצו
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
Silent
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:41 am

תגובהדורך Silent » מיטוואך יולי 17, 2013 3:53 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דורכגעבליקט אויבן אויף.

סופער דזשאב!!


ס'ווערט שענער און רייכער מיט יעדע אויסגאבע

יישר כח פאר אלע וואס האבן א חלק דערין

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך יולי 17, 2013 3:55 pm

האבעך ניש קיין ווערטער צו באדאנקען שרייביכניש גארניש און בלייבט נאר איבער צו ליינען און פארשפרייטן און הנאה האבן

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך יולי 17, 2013 4:04 pm

נישטא וואס צוצולייגן.

ס'איז באמת אומגלויבליך אז מ'זאל באקומען אומזינסט אזאנע סחורה וואס איז פיל רייכער ווי אסאך אנדערע וואס מ'באצאלט דערפאר!

א ריזיגן יישר כח פאר אלע ארויסגעבער מיטהעלפער און שרייבער!!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יולי 17, 2013 4:08 pm

דערווייל אנגעקומען דורכצוליינען די גראמען פון הרב לאנדא פון לאנדאן אויף בצאתי מירושלים, ס'איז זייער שיין מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט מיט גאר שיינע גראמען.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך יולי 17, 2013 4:20 pm

derech eretz האט געשריבן:שרייבערס, ארויסגעבערס און דיזיינערס, איך ווער סופרייזד פון יעדע אויסגאבע מער פונעם פריערדיגען! א הערליכע ארבעט!!
איין הגה, עטס דארפטס פרעגן א שאלה צו עטס מעגטס אזוי אונטערהאקן די פרנסה פון אלע אנדערע אויסגאבעס, זיי פארשטעקן זיך אלע פארן מי מנוחות..)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מיטוואך יולי 17, 2013 4:40 pm

וויסט איינער וויאזוי מקען עס מאכן פול פעזש בוקלוט סייז?, נארמאל געמאכט קימט אויס די ווערטער צי קליין.
יישר כח פין פאראויס

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך יולי 17, 2013 4:43 pm

green sunday האט געשריבן:וויסט איינער וויאזוי מקען עס מאכן פול פעזש בוקלוט סייז?, נארמאל געמאכט קימט אויס די ווערטער צי קליין.
יישר כח פין פאראויס

בוקלעט אויף 11x17
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך יולי 17, 2013 4:46 pm

גאר שיינע און אינהאלטסרייכע ארטיקלען, ווי אויך איז דער אויסשטעלונג מייסטערהאפטיג.
--------

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:דערווייל אנגעקומען דורכצוליינען די גראמען פון הרב לאנדא פון לאנדאן אויף בצאתי מירושלים, ס'איז זייער שיין מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט מיט גאר שיינע גראמען.


ביי אונז אין די משפחה שרייבען מיר לנדא נאר מין איין א', ווייל מיט צוויי איז בגי' אזוי ווי אלקים (דין).

די גראמען האב איך ארויפגעלייגט צוויי וואכען צוריק.

---------
גילוי דעת: באמת האב איך נישט געהאלטען ביים שרייבען כאשר יבואר להלן, נאר איינער פון די עורכים האט מיר געבעטן איבערארבעטען מיינע ארטיקלען פונעם בלאגס אשכול, האב איך אפגעשריבען אן הקדמה פארוואס בעצם בין איך נישט צופרידען מיטען אויסגאבע, נאר צוליב די וויכטיגע נקודות נעתרתי לבקשתו. איידער איך האב געשיקט האב איך געקלערט זאל שוין זיין און צוגעטשעפעט אויך די גראמען.
למעשה האבען די אנדערע עורכים באשלאסען נישט אריינשטעלן די בלאגס ארטיקלען, אבער די גראמען האבען זיי יא אריינגעלייגט. למען והייתם נקיים וועל איך דא ציטירען וואס איך האב געשריבען אלץ הקדמה, און איך קלער אז דער הויפט נקודה וואלט געמעגט ווערן געשריבען אויף יעדע שער בלאט.

[גילוי דעת – דאס שרייב איך איינמאל עס זאל קלעקן פארען גאנצען ארטיקעל: אנכי עפר ואפר, לית אנא נגר ובר נגר, איך נישט ראוי צו זאגען א דעה פאר קיינעם און אודאי נישט צו זאגען מוסר. דאס איז נישט קיין ענוה נאר דער ביטערע אמת, לב יודע נפש בהמתו. עכ"ז פאר זיך אליין מעג איך יא האבען א מיינונג, און איך טוה נישט מער ווי אויסשמועסען הויעך וואס ליגט מיר אויפען הארץ. געוויס מוז קיינער נישט מקבל זיין אדער זאגאר ליינען, נאר דער וואלט האלט אייניג האף איך ער וועט האבען א תועלת און\אדער הנאה ווען מען שמועסט אויס מיט א קלארקייט.]

ווען מען האט מיר געבעטען איבערארבעטען מיינע ארטיקלען אין די נושא, און צוזאמען שטעלן פארען 'מי מנוחות' אויסגאבע, האב איך געהאט געמישטע געפילען. פון איין זייט שטיין דא וויכטיגע יסודות מפי רבוה"ק און עס האט א תועלת מענטשען זאלען דאס ליינען, אבער פונעם אנדערע זייט איז דער גאנצע מי מנוחות מיר נישט ניחא.

דער אמת איז אז דער גאנצע אינטערנעט איז א בדיעבד שבדיעבד, און עס ברענגט פיהל מער שאדן ווי גוטס. דארט קען מען צוקומען מיט איין דרוק אויף א קנעפל צום ארגסטע פון די ג' עבירות חמורות ולשה"ר כנגד כולם.

דער וואס גייט אבער ממילא אויפען אינטערנעט, איז אייוועלט פאר איהם א ישועה. אן ארט וואס איז מלא וגדוש מיט אינהאלטסרייכע ליין מאטעריאל, נקי מחשש לשה"ר ופאליטיק וניבול פה. עס איז אבער נאר געמאכט פאר דער וואס דרייט זיך שוין ממילא אויפען אינטערנעט. איינער וואס איז נישט פארכאפט אינעם 'נעץ' זאל רחמנות האבען אויף זיין נשמה און בכלל נישט טועם זיין דערפון, אויך נישט פון אייוועלט.

דערפאר כל זמן איך שרייב נאר אויף אייוועלט און עס ווערט געליינט דורך אנדערע וואס גיין אויפען אינטערנעט, איז גוט, אבער וויבאלד מען געבט ארויס אן אויסגאבע מיטען פונטקליכע אדרעסע און ערקלערונג וואס איז דאס אייוועלט, קען עס אנקומען צו אזוינע יודען וואס גיין בכלל נישט אויפען אינטערנעט, און ערוועקן זייער נייגער. אשר על כן, כאטש איך האב טאקע נאכגעגעבן דעם פארלאנג איבערצוארבעטען און אריינשיקען די ארטיקלען, וויל איך באטאנען און איבער'חזר'ן: שומר נפשו ירחק מהם. דער וואס איז ביז היינט נישט געוועהן אויפען אינטערנעט זאל ווייטער נישט גיין ווייל עס איז א מקום סכנה.

דער וואס דרייט זיך אבער יא אויפען אינטערנעט, נאר ער ווייסט נישט פון דעם 'מקום מנוחות' אייוועלט, ווערט פארבעטען אריינצוקומען און זיך מאכען באקוועם. מיר האבען ב"ה מערערע היימישע שרייבער, באהאווענט אין א גרויסע רייע נושאים, און יעדער קען זיך טרעפען ארטיקלען לויט זיין געשמאק.
לעצט פאראכטן דורך אנעים זמירות אום מיטוואך יולי 17, 2013 4:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מיטוואך יולי 17, 2013 4:48 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:בוקלעט אויף 11x17

האבעך נישט, עס דארף צי זיין עפעס א וועג אדער פראגראם.

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am
לאקאציע: צווישען איין עק וועלט אין די אנדערע.......

תגובהדורך משה יענקל » מיטוואך יולי 17, 2013 4:52 pm

amazing

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14226
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך יולי 17, 2013 4:56 pm

טעכנישע שאלה: פארוואס ווען מ'דרוקט אויפן רויטן קנעפל ביי דעם אשכול קומט מען נישט אן צו די לעצטע אומגעליינטע תגובה?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט