אסיפת התאחדות הרבנים בנוגע שיטת רבינו תם לעניני זמנים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מאנטאג יוני 20, 2011 10:52 am

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:ובקובץ גינת ורדים החדש של פסח, השיב א' על מכתב זה שנתפרסם בקובץ עץ חיים.

גם ע"פ פשטות לא נראית עובדא זו כאמיתית, שכל הרבנים המובהקים התחשבו עם דעת אדמו"ר צעיר [אף שאין לגרוע מחשיבותו בהיותו השריד לחסידות גאליצי' המפוארת].

אולי אפשר לזכות את העולם מיט די קובץ גינת וורדים ?
לעצט פאראכטן דורך כתר ישועה אום מיטוואך יוני 22, 2011 1:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג יוני 21, 2011 9:33 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:אין ירושלים טוט קיינער נישט (חוץ בחורי חו"ל...) מלאכות בפרהסיא 25 מינוט נאך זייער זמן הדלקת הנרות (אונזער זמן הדלקת הנרות, פופצן מינוט פאר די שקיעה)

מקור???
שויתי השם לנגדי תמיד

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » דינסטאג יוני 21, 2011 9:42 pm

ביקסאד האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:איבעראל נאכן זמן הדלקת נרות, מטוט מער נישט קיין מלאכה.

? ? ?

הרה"ג ר' יצחק מאשקאוויטש אב"ד נייטרא וומסב"ג פירט זיך צו שרייען "שבת" אויב זעט ער איינעם טאן א מלאכה נאכן זמן הדלקת הנרות

איך האב דאס אליינס מיטגעהאלטן אמאל ווען ער האט געזען א אינגערמאן קויפן בלומען נאכן זמן
שאלת חכם חצי נחמה

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דאנארשטאג יוני 23, 2011 1:52 am

כתר ישועה האט געשריבן:
צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:ובקובץ גינת ורדים החדש של פסח, השיב א' על מכתב זה שנתפרסם בקובץ עץ חיים.

גם ע"פ פשטות לא נראית עובדא זו כאמיתית, שכל הרבנים המובהקים התחשבו עם דעת אדמו"ר צעיר [אף שאין לגרוע מחשיבותו בהיותו השריד לחסידות גאליצי' המפוארת].

אולי אפשר לזכות את העולם מיט די קובץ גינת וורדים ?

נו ?! קען קיינער עס נישט ארויפלייגן ?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » זונטאג מארטש 04, 2012 9:14 am

א שמועס פון משלחן מלכים (פ' תרומה ע"א) וואס איז נוגע צום זמן ר"ת:

קלויזענבורג: ווען האט מען געדאוונט מנחה? אין סיגוט האט מען געדאוונט זייער שפעט מנחה, אזוי האט דער טאטע געזאגט, יא?
סאטמאר: יא.
קזלויזענבורג: ממש פאר זמן רבינו תם.
ביי די זמירות זאגט מען 'המאחרים לצאת מן השבת וממהרים לבוא', קודם איז מאחרים לצאת מן השבת, און נאכדעם איז ממהרים לבוא, אויב מ'איז אזוי מחמיר אויף כניסת השבת, און מ'לייגט צו פערציג מינוט פאר די שקיעה, און אויך מוצאי שבת פארוואס נישט...
סאטמאר: ס'איז א חידוש... ס'איז א גרויסער חידוש. כ'האב אמאל אויך געפרעגט די קשיא אין וויזשניץ, מוצאי שבת איז דאך הארבער.
קזלויזענבורג: ס'איז דאך דא שיטות פון ראשונים, און די גאונים, אבער כאטש א חומרא איז עס דאך זיכער, ס'איז דאך א חיוב סקילה.
סאטמאר: כ'האב אמאל געזאגט אז עס וועט זיך מאכן א שאלה אויף א אתרוג חול המועד, וועט מען עס נישט נוצן, און ס'איז נאר א דרבנן, און ס'איז דא שיטות אז עס איז כשר, שבת איז דאך א דאורייתא, סקילה, און אין דעם איז מען...
יעדעס יאר, איינמאל א יאר יא, דאס איז יום כיפור.
אוודאי ס'איז דא כמה שיטות וואס האלטן אזוי.
קלויזענבורג: אפילו דער מחבר (שו"ע או"ח סי' רס"א) אפילו אין משנה ברורה (שם) און די ליטווישע וועלט, און מ'קען מחמיר זיין.
סאטמאר: ס'מאכט זיך שאלות אין דעם, כ'האב געהאט א שאלה אפאר טעג צוריק, ביי א ברית מאכט זיך א שאלה יעדן טאג, יענע וואך איז געווען די שאלה זיבן מינוט נאך די שקיעה.
קלויזענבורג: נו, ווי אזוי פירט מען זיך?
סאטמאר: מ'קען נישט מקיל זיין...
קלויזענבורג: אפילו ביי זיבן מינוט נאך די שקיעה ווארט מען אויך נאך א טאג, יא?!
סאטמאר: דאס יא, כ'האב שוין אמאל גע'מל'ט נאך די שקיעה, ס'איז געווען די אכטע טאג, און דאס קינד איז געווען געהל און מ'האט נישט געקענט פריער מל'ן, און בין כך איז געווארן די שקיעה, און כ'האב געהייסן מאכן דעם ברית, ביים טאטן איז אויך געווען אזא מעשה, און ער האט אויך גע'מל'ט נאכ'ן שקיעה.
קלויזענבורג: און וואס איז עס אנדערש אז עס ווערט געבוירן נאכ'ן שקיעה?
סאטמאר: ווייל מל'ן נאכ'ן שקיעה איז א שאלה פון נימול בלילה נאכ'ן אכטן טאג, און דאס איז תוך ח' וואס לא יצא, דאס איז אפילו הארבער (כ"כ הט"ז והש"ך ושאר פוסקים ביו"ד סי' רס"ב ודלא כהרמ"א), ס'איז א שווערע זאך...
קלויזענבורג: דער חתם סופר שרייבט 'ואנחנו עושים מלאכה...'
סאטמאר: 'עד קרוב לשעה או ג' רבעי שעה קודם צאת הכוכבים', אזוי שרייבט ער אין א תשובה (או"ח סי' פ').
אבער אין פרעשבורג אליינס, איז דא וואס האבן די זמן צעטלעך – זיי האבן נישט פון חתם סופר'ס צייטן – און זיי זאגן אז מ'זעהט אז זיי האבן נישט געהאלטן קיין צוויי און זיבעציג מינוט מוצאי שבת, דאס איז א מציאות. איז די שאלה ווען איז דאס געווארן, און כ'האב נישט קיין הסבר אויף דעם, דער חתם סופר אין די תשובות זאגט אזוי שטארק אויף רבינו תם, און אין מציאות איז אין פרעשבורג אליינס איז נישט אזוי געווען.
קלויזענבורג: אפשר האט מען משנה געווען.
סאטמאר: איז נאך אלץ שווער, ווער האט זיך געטרויעט משנה צו זיין א פסק פונעם חתם סופר בעירו?!
קלויזענבורג: ס'איז א חידוש, ס'איז דאך אלץ געווען דארט די קינדער און אייניקלעך פון חתם סופר דארט.
סאטמאר: און נישט נאר אין פרעשבורג איז געווען אזוי, נאר אין גאנץ אויבער-לאנד, און אויב ס'וואלט געווען אזוי הארב וואלט דאך די גאנצע גליל געדארפט אזוי פירן, ס'איז א געוואלדיגע פלא.
אבער דאס איז קלאר, אז ער שרייבט אזוי אין די תשובה, אז מ'מאכט לכתחילה א מלאכה 'ואנחנו עושין...' און דא שטעלט זיך אהער א תרתי דסתרי.
קלויזענבורג: ס'איז דאך טאקע זייער שווער אז מ'האט געמאכט א מלאכה מוצאי שבת... מסתם האט מען שוין דעמאלטס זיכער מחמיר געווען ערב שבת אויך אזוי.
סאטמאר: יא.
כ'האב אמאל געזאגט אז ס'איז א גרויסע מבוכה וועגן דאס הסתלקות פון בעש"ט הק', ווען ער איז נסתלק געווארן (אם ביום א' דיו"ט שבועות או ביום ב' דיו"ט שבועות)...
און עס קען זיין אז ער איז נסתלק געווארן נאכ'ן שקיעה, די וואס האבן געהאלטן רבינו תם, האבן געזאגט אז ס'איז געווען דעם ערשטן טאג שבועות, און די וואס האבן נישט געהאלטן אזוי, האבן געזאגט אז ס'איז געווען דעם צווייטן טאג שבועות.

שוטה
שר האלף
תגובות: 1227
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג מארטש 04, 2012 8:19 pm

פארשריבן האט געשריבן:כ'האב אמאל געזאגט אז ס'איז א גרויסע מבוכה וועגן דאס הסתלקות פון בעש"ט הק', ווען ער איז נסתלק געווארן (אם ביום א' דיו"ט שבועות או ביום ב' דיו"ט שבועות)...
און עס קען זיין אז ער איז נסתלק געווארן נאכ'ן שקיעה, די וואס האבן געהאלטן רבינו תם, האבן געזאגט אז ס'איז געווען דעם ערשטן טאג שבועות, און די וואס האבן נישט געהאלטן אזוי, האבן געזאגט אז ס'איז געווען דעם צווייטן טאג שבועות.

עס זענען שוין געווען וואס האבן געוואלט אזוי פארענטפערן.

די פראבלעם איז אבער אז דער קאמארנער שרייבט אז דער בעש״ט איז נסתלק געווארן נאך שחרית.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג מארטש 05, 2012 10:45 am

ווען מען פלעגט דאווענען שחרית ווייסט איר
אה מיינסט צו זאגען פאר מוסף וע"כ זיכער געווען מבעוד יום ויל"ע
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2567
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

שולחן מלכים שמועס

תגובהדורך מילכיגער » מוצ"ש מארטש 10, 2012 9:56 pm

א גרעסערער פלא איז אז די קשיא איז שוין לאנג פארענטפערט געווארן אז מהאט בפשטות אין אויבערלאנד געהאלטן ר״ת לפי אופק און נישט 72 מינוט.
והדברים ארוכים ועתיקין
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » מיטוואך אפריל 04, 2012 7:19 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:נאך די שקיעה איז דאס זיכער נישט געווען. רביה"ק שרייבט אליין ביי די הגהה צום דרך החיים אז כאטש עיקר הדין איז די ר"ת גערעכט מוז מען מחמיר זיין ביי שבת וואס איז א דאורייתא.


איז נישט אמת אז אינדערהיים האט די רעבעצין געצינדען אסאך נאך די שקיעה? כמדומה לי ששמעתי חצי שעה, נאר דא אין ארה"ב נאכן אסיפה וכו'.

איך בין אויך מסופק וואס דער רבי ז"ל האט געהאלטן למעשה נאכן אסיפה...
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג אפריל 05, 2012 5:56 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:נאך די שקיעה איז דאס זיכער נישט געווען. רביה"ק שרייבט אליין ביי די הגהה צום דרך החיים אז כאטש עיקר הדין איז די ר"ת גערעכט מוז מען מחמיר זיין ביי שבת וואס איז א דאורייתא.


איז נישט אמת אז אינדערהיים האט די רעבעצין געצינדען אסאך נאך די שקיעה? כמדומה לי ששמעתי חצי שעה, נאר דא אין ארה"ב נאכן אסיפה וכו'.

איך בין אויך מסופק וואס דער רבי ז"ל האט געהאלטן למעשה נאכן אסיפה...

מען זאגט אז קלויזנבארגער רב איז געווען די איינציגסטע (עכ"פ דא אין אמעריקא) וואס האט געהאלטען זמן ר"ת אפילו לקולא, ווייסט איינער מער איבער דעם?

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דאנארשטאג מאי 31, 2012 6:55 pm

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:ווען מען פלעגט דאווענען שחרית ווייסט איר
אה מיינסט צו זאגען פאר מוסף וע"כ זיכער געווען מבעוד יום ויל"ע


אוודאי, דער בעש"ט האט געדאווענט וותיקין ובפרט שבועות וואס איז איינע פון די 5 השכמות
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג יוני 01, 2012 12:49 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:נאך די שקיעה איז דאס זיכער נישט געווען. רביה"ק שרייבט אליין ביי די הגהה צום דרך החיים אז כאטש עיקר הדין איז די ר"ת גערעכט מוז מען מחמיר זיין ביי שבת וואס איז א דאורייתא.


איז נישט אמת אז אינדערהיים האט די רעבעצין געצינדען אסאך נאך די שקיעה? כמדומה לי ששמעתי חצי שעה, נאר דא אין ארה"ב נאכן אסיפה וכו'.

איך בין אויך מסופק וואס דער רבי ז"ל האט געהאלטן למעשה נאכן אסיפה...

דא אין אמעריקא האט די רביצין עטליכענע מאל (ווען זי איז צוריקגעקומען שפעט פון א ביקור חולים טריפ וכדו') געצינען נאך די שקיעה, און אפילו שפעטער ווי א האלבע שעה. פרעגט אייך נאך ביי די הויז-בחורים.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג יוני 01, 2012 12:59 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן: רביה"ק שרייבט אליין ביי די הגהה צום דרך החיים אז כאטש עיקר הדין איז די ר"ת גערעכט מוז מען מחמיר זיין ביי שבת וואס איז א דאורייתא. אויך איז באוואוסט אז ביי א קינד וואס איז געבוירן ערב שבת אפילו א מינוט נאך די שקיעה, האט די רבי נישט געלאזט מאכן די ברית שבת מחשש חילול שבת.


און וואס וועט דער דאיען זאגן צו דעם?
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך יוני 06, 2012 3:41 am

נו הרב סאכדעס?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך יוני 06, 2012 3:36 pm

כ'ברויך מאכן ריסערטש אויף די ברית ענין, מ'דארף הערן וואס איז געווען די דיבורים וואס ער האט געזאגט כדי צו לערנען דערפון אויפ'ן יסוד הענין. אבער דאס וואס איך האב געשריבן איבער צינדן שפעט, דאס ווייס איך פאר זייער קראנט.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך יוני 13, 2012 1:01 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן: רביה"ק שרייבט אליין ביי די הגהה צום דרך החיים אז כאטש עיקר הדין איז די ר"ת גערעכט מוז מען מחמיר זיין ביי שבת וואס איז א דאורייתא. אויך איז באוואוסט אז ביי א קינד וואס איז געבוירן ערב שבת אפילו א מינוט נאך די שקיעה, האט די רבי נישט געלאזט מאכן די ברית שבת מחשש חילול שבת.


און וואס וועט דער דאיען זאגן צו דעם?

מיר איז נישט באוויסט איבער א מינוט נאך די שקיעה, נאר עטוואס שפעטער (20 מינוט בערך, געוואנדן אין פארשידענע פרטים).

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך יוני 13, 2012 1:06 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
סאדע_באטל האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אויך איז באוואוסט אז ביי א קינד וואס איז געבוירן ערב שבת אפילו א מינוט נאך די שקיעה, האט די רבי נישט געלאזט מאכן די ברית שבת מחשש חילול שבת.


מקור ?

בענין ערב שבת אחר השקיעה המקור כאן, ולענין כל השבוע שהקיל כר"ת לא מצאתי כעת.

יעצט צוריקגעקוקט פון ווי דער פאוסט קומט, זע איך אז ער לינקט צו שו"ת ישראל והזמנים וואס ברענגט יא אזוי פון כמה מקורות, צום סוף ברענגט ער אנדערע פעלער ווי דער רבי האט יא גערעכנט מבעוד יום ביז 17 מינוט, ויש עוד לדון בזה.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג יוני 14, 2012 11:07 pm

אהה, ברוך השם צוריקגעקומען. ווי אויבנדערמאנט, א מינוט נאך די שקיעה האט ער זיכער נישט געהייסן אפשטופן אויף זונטאג, נאר עס מאכן פרייטאג.
איצט כאפ איך זיך אז די גאנצע דיון איז דא אי רעלאווענט, ווייל פונקט פארקערט דער רבי האט נישט געלאזט מאכן אום שבת, ווייל ביז'ן זמן פון ר"ת איז נאך פרייטאג. נאר וואס, נאך א גוטע 20 מינוט נאכ'ן די שקיעה, האט דער רבי אפגעשטופט פון פרייטאג אויף זונטאג, און נישט געלאזט מאכן די ברית שבת נאר אויב עס איז געבוירן בעצם יום השבת.

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » פרייטאג יוני 15, 2012 2:33 am

און אויב עס איז געבוירן שבת נאך די שקיעה?
שויתי השם לנגדי תמיד

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך ינואר 11, 2017 12:17 am

יוסף שרייבער האט געשריבן: מען זאגט אז קלויזנבארגער רב איז געווען די איינציגסטע (עכ"פ דא אין אמעריקא) וואס האט געהאלטען זמן ר"ת אפילו לקולא, ווייסט איינער מער איבער דעם?

בבית מרן הקדוש מבאבוב זצ"ל האט מען אויך גאר מקיל געווען ווען עס איז געקומען צום שקיעה ערש"ק.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
נא_שכל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3921
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך ינואר 11, 2017 1:28 am

לכבוד דער נייער ניק "מאירים" (וואס זיין תגובה איז שוין אין מיסט), אדרבה זייט מקיים "פתח פיך ויאירו דבריך", קלארט אויס די הלכה פארן עולם.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך ינואר 11, 2017 1:40 am

וואס ווען וואו
פארצייל

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך ינואר 11, 2017 1:50 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן: מען זאגט אז קלויזנבארגער רב איז געווען די איינציגסטע (עכ"פ דא אין אמעריקא) וואס האט געהאלטען זמן ר"ת אפילו לקולא, ווייסט איינער מער איבער דעם?

בבית מרן הקדוש מבאבוב זצ"ל האט מען אויך גאר מקיל געווען ווען עס איז געקומען צום שקיעה ערש"ק.

אבער היינט אפילו אין באבוב טוט מען נישט מלאכות נאך די שקיעה.

די אלע וואס קומען אן מיט די מעשיות, דערמאנען מיר אין א געוויסן זין, ווען בערך א צוואנציג יאר צוריק האב איך מיטגעהאלטן א שמועס מיט עמיצער פון די היינטיגע זקני ת"ח שבדור, מ'האט גערעדט פון משנה ברורה וחזון איש, וכו' וואס ביי געוויסע גייט נאך דער פזמון איך האב נאך גע'פסק'נט בעפאר די ספר איז ארויסגעקומען, האט ער מיר געזאגט אז ער איז געווען א קינד אין ירושלים פאר די קריג האט ער געלערנט אין ראנד'ס שול האט ער זיך געקאכט אויף א ר' עקיבא איגר איז דארט געזעצן אן אלטער איד גאר א זקן, וואס האט מיט די סאך צייט אין טאג נישט געוואוסט וויאזוי זיך א עצה צו געבן, זאגט ער אים וואס עקיבא איגר, ווילסט איך זאל דיר פארציילן וואס מ'האט ביי אונז אין שטעטל גערעדט ... ר' עקיבא איגר לערנסטו מיר.. מאכט נישט זאגט ער, דער איז פשוט צוריק געבליבן מיט די יארן, ונסתובב השיחה אודות זקני חסידים בחצר סאדיגורא איך שדיברו מפני שכך שמעו, אז איינער זאגט דאס היינט אבער פירט ער אויס, ואסיים בטוב.
די תימנ'ע לאכן אויך פון די וואס שניידן שטיקער פלייש פון בהמה אין מיסט אריין נישט קענענדיג ניקור.

יא, אינדערהיים איז געווען מקומות ווי ס'איז געווען ר"ת לקולא, ווי א יאר שפעטער פאר די קריג האט מען מער און מער אנגעהויבן מחמיר צו זיין, פאר די קריג איז שוין כמעט נישט געווען מקילין בענין, און ס'איז אוודאי געווען דאן די אלטע וואס ווייסן דען די אינגווארג .. איך געדענק נאך וכו'. אבער אזוי גייט עס מיט די וועלט, און נישט נאר ביי שבת.

דאס איז געווען דעמאלט, נאכן קריג אבער איז נמנו וגמרו איבעראל אזוי, און ס'איז נישטא בימינו א מקום ווי נישט, חוץ געציילטע אויבער חכמים אין געוויסע קהלות וואס מיינען אז מיט דעם זענען זיי חסידים ראשונים [שווענץ בלע"ז], אבער מי לנו גדול מרבינו מסאטמאר וואס האט כל ימיו געשטורעמט אויף רבינו תם מוצאי שבת, און געפלאנט צו שרייבן א חיבור דערוועגן, און ער שרייבט אליין בהגה לדרך החיים אז וויבאלד שבת איז א איסור חמור מדאורייתא, דארף מען חייש זיין לחומרא צו צינדן פאר די שקיעה, ווער איז קלוגער פון אים? אדער ווער איז מער חסיד פון רבינו תם פון אים ?
און אזוי איז אפגעמאכט געווארן באסיפת הרבנים, דורך אונזערע רבנים, אונזערע מורי הוראות, און אזוי איז עס געבליבן און איינגעגלידערט געווארן, צווישן דיינים פון אלע קהלות, [אדרבה פרעג אן עני דיין היינט איבער טון מלאכות נאך די שקיעה היינט צוטאגס למעשה] און איינמאל ס'איז געווארן א תקנה און אפילו אויב נאר א מנהג קען מען עס נישט טוישן, ואסור לזלזל בזה, וכן לא זלזל בזה רביה"ק מסאטמאר, אף אחר זמן הדלקת הנרות שהוא טו מינוטין לפני השקיעה, וכידוע מה שאמר לכמה אנשים למה החמיר במילה אחר השקיעה, כיון שאצל יהודי אמעריקא כבר שבת קודש.

נאר וואס דען, ס'איז נאר אנגענומען לנהוג כן לחומרא, ובזה יש נפקותא להלכה. ס'איז ווייניגער ווי בין השמשות ווי געוויסע שבותין זענען מותר לצורך מצוה. [וגם לענין מנחה אינו כקבלת שבת].

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך ינואר 11, 2017 7:56 am

חייש זיין צו צינדן און טון א מלאכה לעת הצורך איז צוויי אנדערע זאכן.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1305
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מיטוואך ינואר 11, 2017 10:11 am

איסר האטלקי האט געשריבן:חייש זיין צו צינדן און טון א מלאכה לעת הצורך איז צוויי אנדערע זאכן.

כשדיברו מהדלקת הנרות דברו מזמן פרישה ממלאכה ודבר אחד הוא, עיי' בשו"ע סי' רס"א ס"ג, מי שאינו בקי בשיעור זה ידליק בעוד שהשמש וכו', וכן תראה בכל הפוסקים כל אימת דעסקו בזמן פרישה ממלאכה נקטו הדלקת הנרות, ונשים שהן מדליקות הנרות מקבלין שבת ע"י ההדלקה, וכן הוא בכל הלוחות מעולם שכתבו בהלוח הזמן דהדלקת הנרות כהזמן האחרון של היתר מלאכה והזמן האחרון שמותר עוד להדליק הנרות ולא אחר כן ובזה מסיימין, ועיי' בגמרא שבת ל"ה ע"ב תקיעה שלישית סילק המסלק והטמין המטמין והדליק המדליק ושוהה כדי לצלות דג קטן ושובת, ובנרות אמרו שלא להקדים להדליק רק כשניכר שהוא לכבוד שבת ואם רוצה להקדים צריך לקבל שבת מיד, ואין להאריך בדבר פשוט.


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט