אסיפת התאחדות הרבנים בנוגע שיטת רבינו תם לעניני זמנים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, איך_הער, גבאי ביהמד

מאטקע
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » דינסטאג ינואר 25, 2011 3:02 am

אין דער נייע קובץ "עץ חיים" באבוב, איז דא א בריוו, ווי איינער שרייבט אריין, אז האדמו"ר ר' שלמה מבאבוב זצ"ל, וואס האט זיך משתתף געווען אין דעם אסיפה, האט אויסגענומען א תנאי צו לייגען זיין חתימה, מיט דעם וואס מ'וועט נישט אריינשרייבען אז דער זמן פון 72 מינוט, איז עפ"י תורתינו הקדושה, ס'זאל נישט הייסען אז דער וואס האלט דער זמן פריער פירט זיך קעגען דער תורה, נאכדעם וואס מ'האט מסכים געווען צום תנאי, האט ער צוגעלייגט זיין חתימה, אבער דער תנאי איז נישט געהאלטען געווארען, דאס האט איהם גאר וויי געטוהן, מער האט ער זיך נישט משתתף געווען אין דער אסיפות פון התאחה"ר.

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » מאנטאג מאי 09, 2011 1:03 pm

ובקובץ גינת ורדים החדש של פסח, השיב א' על מכתב זה שנתפרסם בקובץ עץ חיים.

גם ע"פ פשטות לא נראית עובדא זו כאמיתית, שכל הרבנים המובהקים התחשבו עם דעת אדמו"ר צעיר [אף שאין לגרוע מחשיבותו בהיותו השריד לחסידות גאליצי' המפוארת].

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4318
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מאי 09, 2011 1:56 pm

איז די מעשה אמת אדער נישט? השערות מאכט נישט אויס, ובנוגע צו מ'האט זיך גערעכנט מיט זיין דעה, עכ"פ צו האבן זיין חתימה האט מען דאך איהם גערופען צום אסיפה, ממילא גלייב איך נישט אז עס כאפט א נפק"מ זיין יאהרגאנג כלפי די אנדערע רבנים.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3528
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג מאי 09, 2011 2:49 pm

כבן בוזי ועוד לקרוא. אויב האט מען מסכים געווען צו זיין תנאי, דאן אפי' זאל ער זיין הקטן שבקטנים ברויך מען זיך רעכענען דערמיט.

צעיר, אפשר ברענגסטו אהער וואס מ'האט געשריבן אין גינת ורדים?
לחיים ולברכה!

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג מאי 09, 2011 4:49 pm

מעיקרא דדינא פירכא (?)
באבוב'ער רב האט זיך קיינמאל נישט מער משתתף געווען ביי התאחדות אסיפות? כ'מיין איך האב בילדער פון אים ביי אסיפות התאחה"ר (אלס זקן).

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות.
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג מאי 09, 2011 6:39 pm

נחמן נתן האט געשריבן:כבן בוזי ועוד לקרוא. אויב האט מען מסכים געווען צו זיין תנאי, דאן אפי' זאל ער זיין הקטן שבקטנים ברויך מען זיך רעכענען דערמיט.

צעיר, אפשר ברענגסטו אהער וואס מ'האט געשריבן אין גינת ורדים?


אלא מאי איז די טענה אז די מעשה איז נישט אמת.

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דינסטאג מאי 10, 2011 4:09 am

סאכדעס האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:כבן בוזי ועוד לקרוא. אויב האט מען מסכים געווען צו זיין תנאי, דאן אפי' זאל ער זיין הקטן שבקטנים ברויך מען זיך רעכענען דערמיט.

צעיר, אפשר ברענגסטו אהער וואס מ'האט געשריבן אין גינת ורדים?


אלא מאי איז די טענה אז די מעשה איז נישט אמת.

לא זכיתי להבין דברות קדשו, אך הנני מצטרף לבקשת ר' נחמן נתן.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18005
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג מאי 10, 2011 6:05 am

מיין טאטע זזג האט מיר אמאהל דערציילט אז ווען סאטמאר רב ז"ל איז אמאהל געפאהרען אין א קאר פרייטיג נאך די שקיעה אין ירושלם האט מען איהם נאכגעשריגען שבת! שבת! הגם עס איז געווען פאר דעם זמן לפי ר"ת
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג מאי 10, 2011 9:45 am

נישט נאך די שקיעה. נאך די ירושלימער זמן וואס איז פערציג מינוט פאר די שקיעה
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18005
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג מאי 10, 2011 9:59 am

הרב סאדע-באטעל
מיינסטו צו זאגען אז אפילו מענער זענען מחוייב פורש זיין ממלאכה ביי די זמן הדלקה
איך מיין אז די פערציג מינוט פאר די שקיעה איז נאר געווען די זמן הדלקת הנרות פאר די פרויען
אבער מנחה האט נאך יעדער געקענט דאווינען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג מאי 10, 2011 10:04 am

אין ירושלים פערציג מינוט פארן שקיעה איז ווי איבעראל נאכן זמן הדלקת נרות, מטוט מער נישט קיין מלאכה. מנחה דאווענט מען נאכדעם פונקט ווי איבעראל.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג מאי 10, 2011 12:08 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:איבעראל נאכן זמן הדלקת נרות, מטוט מער נישט קיין מלאכה.

? ? ?
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18005
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג מאי 10, 2011 12:10 pm

כיהודא ועוד לקרא ווי אדמו"ר מביקסאד שליט"א פרעגט
מעגען דען מענער נישט מער טוען מלאכות נאך זמן הדלקה?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דינסטאג מאי 10, 2011 12:47 pm

אני אפרש דברי יגעתי.

ער מיינט צוזאגן, אז אפי' עס איז שוין א צייט וואס מען טוט שוין נישט קיין מלאכה (וואס אין ירושלים איז דאס 40 מינוט פארן שקיעה), דאוונט מען נאך אלץ מנחה, אזוי ווי איבעראל וואס מען דאוונט מנחה אין א צייט וואס מען טוט שוין נישט קיין מלאכה.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג מאי 10, 2011 12:50 pm

אין ירושלים טוט קיינער נישט (חוץ בחורי חו"ל...) מלאכות בפרהסיא 25 מינוט נאך זייער זמן הדלקת הנרות (אונזער זמן הדלקת הנרות, פופצן מינוט פאר די שקיעה)
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג מאי 10, 2011 12:52 pm

גערעכט, טעיתי. אבער קען זיין אז וויבאלד דאס איז געווען ברבים האט מען געשריגן, אזויווי ווען איינער זאל פארן אין א קאר אפאר מינוט פארן שקיעה וועט דאס זיין תמוה, און אין ירושלים מיינט דאס קולות...
נאך די שקיעה איז דאס זיכער נישט געווען. רביה"ק שרייבט אליין ביי די הגהה צום דרך החיים אז כאטש עיקר הדין איז די ר"ת גערעכט מוז מען מחמיר זיין ביי שבת וואס איז א דאורייתא. אויך איז באוואוסט אז ביי א קינד וואס איז געבוירן ערב שבת אפילו א מינוט נאך די שקיעה, האט די רבי נישט געלאזט מאכן די ברית שבת מחשש חילול שבת.

-----
איזעי האקט.
אויך גוט פארענטפערט, און דאס איז ריכטיג אויך. ווייל די מקור צו די פערציג מינוט איז די שיטת היראים. אויב אזוי איז דאס ווי ביי אונז נאך די שקיעה, און עס איז נישט מקושר דווקא צו די נשים.

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » דינסטאג מאי 10, 2011 12:54 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אויך איז באוואוסט אז ביי א קינד וואס איז געבוירן ערב שבת אפילו א מינוט נאך די שקיעה, האט די רבי נישט געלאזט מאכן די ברית שבת מחשש חילול שבת.


מקור ?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג מאי 10, 2011 1:00 pm

כוועל נאכקוקן בל"נ. די חידוש איז נאכמער, ווייל אויב די ברית איז ביום ז' דארף מען הטפת דם ברית דעם אכטן טאג, קומט אויס אז ווען א קינד ווערט געבוירן נאך די שקיעה גייט דאס אריין אין די שאלה, פארט פלעגט רביה"ק פסק'נען ביי דעם ווי רבינו תם און נישט חושש געווען צו די גאונים, משא"כ שבת

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » דינסטאג מאי 10, 2011 1:01 pm

אנטשולדיגט, ווען איך האב געשריבן 40 מינוט האב איך זיך נאר באצויגן אויף דברי יגעתי, אבער פון מיינטעוועגן קען זיין אז סאדע באטל איז גערעכט, אז נאר פון 25 נאכן זמן טוט מען נישט קיין מלאכה אין ירושלים.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך מאי 11, 2011 11:00 am

סאדע_באטל האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אויך איז באוואוסט אז ביי א קינד וואס איז געבוירן ערב שבת אפילו א מינוט נאך די שקיעה, האט די רבי נישט געלאזט מאכן די ברית שבת מחשש חילול שבת.


מקור ?

בענין ערב שבת אחר השקיעה המקור כאן, ולענין כל השבוע שהקיל כר"ת לא מצאתי כעת.

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מיטוואך מאי 11, 2011 4:42 pm

די רבי האט דעמאלטס ביי די שבת שרייעריי זיך באקלאגט אז אויב שוין מחמיר זיין ,פארוואס זענען זיי נישט מחמיר מוצשב"ק זיך נוהג צו
זיין ווי שיטת ר"ת,וואס איז לרוב הפוסקים דער אמתער זמן,און אנשטאט איז מען מקבל שבת 40 מינוט פארן זמן-א זאך וואס ווערט נישט
דערמאנט אין קיין שום פוסק.
אגב,ידוע שזה היה אחד מהטעמים ע"מ שלא רצה רבינו לקבל כתר הרבנות בירושלים,שלא היה ניחא ליה לקבל אחריות על דבר
חמור כזה,ואכמ"ל.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » מיטוואך מאי 11, 2011 6:58 pm

אבער צום סוף האט ער אנגענומען דאס רבנות, פארוואס טאקע?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18005
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

מילה בתוך שמונה

תגובהדורך msp » מיטוואך יוני 01, 2011 9:22 am

עס האט זיך לעצטענס געמאכט א גראטשקע נאכדעם וואס הרב אלישיב שליט"א האט געפסקנ'ט אז יונגעלעך וואס זענען געבוירען נאך די תחילת השקיעה און זייערע פוסקים האבען געהאלטען אז דאס קינד איז געבוירען ביי טאג לשיטת ר"ת און מען האט זיי געמל'ט ביום השמיני לשיטתם אז זיי דארפען הטפת דם ברית
ווייל מען גייט נאך ר"ת דוקא לחומרא...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך יוני 01, 2011 10:42 am

די שאלה איז עפעס היינט געבוירן געווארן? דאס איז א אלטע דיון אין די פוסקים און יעדע מורה הוראה האט זיך מקובל די פסקים פון זיינע רבי'ס וויאזוי צו פסק'נען.

די חת"ס איז מצדד ערגעץ אין א תשובה אז אפילו שבת וואו עס איז דא א שאלה פון חילול שבת נעמט מען אן די ר"ת "להקל".

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מאנטאג יוני 20, 2011 7:26 am

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:ובקובץ גינת ורדים החדש של פסח, השיב א' על מכתב זה שנתפרסם בקובץ עץ חיים.

.

פליז, לייגען זי ארויף מה שהשיב א' בקובץ הנ"ל ! יישר כוחכם.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: קליינקעפיק און 2 געסט