אסיפת התאחדות הרבנים בנוגע שיטת רבינו תם לעניני זמנים

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
ליסקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 9:13 am

תגובהדורך ליסקא » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 8:29 am

נחמן נתן האט געשריבן:ליסקא, זייט אזוי גוט, און זייט מברר וויאזוי די 'אשכנזים' האבן זיך געפירט אינדערהיים, אין דעם נושא. (החל ממרן רשכבה"ג החתם סופר זי"ע ותלמידיו הקדושים ותלמידי תלמידיהם).

פון חת"ס ווייס איך נישט איך האב נאר געהערט פון אפאר עלטערע אידען (מיינע משפחה) אז אינדערהיים האבן זיי אפילו נישט געוואסט פון אזא מין זאך ווי ר"ת זמן. זיי האבן געוואנט אין אויבערלאנד אונגארן

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 10:02 am

נחמן נתן האט געשריבן:געהערט פון הרה"ח ר' זושא פריעדמאן שליט"א מחשובי חסידי וויזשניץ מאנסי, אז ער האט אמאל געהערט פון זיין רבי'ן (מוויזשניץ מאנסי) שליט"א אז דער סאטמארער רבי זי"ע האט אמאל געשיקט צו איהם (צו ר' מאטעלען - נאך ווען ער האט נאך געוואוינט אין וויליאמסבורג) א שליחות, אז ער זאל מסכים זיין צו קובע זיין דעם זמן כשיטת ר"ת. דער וויזשניצער רבי, דאן וויזשניצער רב, האט זיך שטארק געקווענקעלט איבער דעם, ווי נישט ווי האט ער געהאלטן ביים ממשיך זיין כמסורת בית אבותיו, און דא האט ער באקומען א פערזענליכען שליחות פונעם רבי'ן איבער דעם.
דאך האט ער שפעטער געזאגט, אז ווען דער רבי וואלט איהם דאס אליין געזאגט וואלט ער אפשר געביטן, נאר וויבאלד דער רבי האט איהם דאס געבעטן דורך א שליח, איז א סימן אז דער רבי האט איהם נישט געוואלט אינגאנצן נייטן ממש צו דעם, און איהם געגעבן א מקום זיך ארויסצודרייען צו קענען ממשיך זיין לעשות כרצונו.

איך האב געהערט מאחד מחסידי וויזניץ מאנסי, אז מען האט געפרעגט דעם וויזשניצער רבי שליט"א (כ'געדענק נישט צו ער אליינס האט געפרעגט, אדער ער איז געווען דערביי ווען איינער האט געפרעגט, אדער ער האט נאר נאכגעהערט), פארוואס ער האט זיך נישט צוגעשטעלט אין צייט ווען צענדליגע (כמעט 50) רבנים האבן אזוי באשטימט און אונטערגעשריבן?
האט ער געענטפערט, עס זענען געווען צוויי לייבן (סאטמאר, קלויזענבורג) וואס האבן עס ארויף געווארפן אויף אלע רבנים!

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 12:02 pm

באנקיר האט געשריבן:

ווי קומט דא קלוזענבורג אריין אינעם בילד?

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 1:25 pm

חס ליה להגה"ק מווישזניץ שליט"א צו זאגן אזוי!
ביסט דאך אליין מודה אז דיין שמועה איז א כלי שני אדער שלישי, ואידך פירושא זיל גמור.
דער מציאות איז דאך סיי ווי נישט געווען אזוי, רובם ככולם האבן אזוי געהאלטן. און דער ווישזניצער רבי האט דאס גוט געוואוסט, אע"פ כן לא שינה דעתו. איך מיין אז דיין תגובה איבער דעם ענין אינהאלט אין זיך אביסל אומ-וואוסענקייט אין ערך גדולי ישראל. ואתך הסליחה.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 2:12 pm

ליסקא האט געשריבן:געהערט אמאל (אבער איך ווייס נישט פון קראנטע מקור) אז הרב מיכאל בער ווייסמאנדל איז אויך געווען ביי די מיטינג אין ווען מען האט פארלאנגט אז מען זאל אינטערשרייבן האט ער א קלאפ געגעבן אויפן טיש "ח"ו אז מיינע אבות הק' זענען געווען מחללי שבתים" ווי באקאנט איז אינדערהיים ובפרט ביי אשכנזים "נישט" געווען איינגעפירט שיטת ר"ת אשר ע"כ האט ער נישט געוואלט אינטערשרייבן.

דער מעשה איז געווען אז דער שאפראנער רב איז געגאנגען צו הרב ברויער אין די וואשינגטאן הייטס רעדן מיט איהם איבער דער ענין, זיי זענען ביידע געווען פראנקפורטער, האט הרב ברויער געזאגט אויף דויטש (בערך אזוי): ווילן זי פילייכט זאַגן דאַס אונזערע עלטערן וואַר זענען מחללי שבת?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

איטשע
שר האלף
תגובות: 1423
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:14 am

קרעמער האט געשריבן:יישר כח אלע מגיבים, ובפרט מאטקע. ביטע זוך אפיר יענעם ספר און לאז מיך וויסן.

אין ספר נשמת שבת חלק ו' שרייבט ער אז דער מנהג דאהי איז אז א קינד וואס ווערט געבוירן שבת פארנאכטס צווישן די שקיעה און צאת הכוכבים מל'ט מען נישט אום שבת.

דאס איז שוין א צווייטע זאך.
דער קול קורא רעדט פון צינדען לעכט ערש"ק, איסור עשית מלאכה ערב שבת, הייבט זיך אן לויט שיטת רבינו תם ביים צווייטן שקיעה (13.5 מינוט פאר 72), און ערב שבת איז מען מחמיר לשיטת רבינו תם, כדעת המנחת כהן, וואס לפי דעם קען מען רוהיגער הייט מאכן א מלאכה ביז עטליסט א גוטע דרייאפערטל שעה נאכ'ן לעכט צינדען.

לגבי מילה, ווייסיך נישט, אבער אויב מאכט מען נאך א מלאכה נאכן ערשטען שקיעה (אין די גאליציאנער קרייזן) איז דאך נאך פרייטאג, ווי קען מען מל זיין אין שבת?

יעצט דער מעשה מיט'ן שינאווא רב איז אזוי.
אין רוב ערי גאליציא האט מען געהאלטן שי' רבינו תם כמנהג המנחת כהן (וואס איז גאנץ ענדליך צום נארמאלע שטאט זמן), צו האלטן גענוי 72 איז אפי' אין גאליציא נישט געווען אזוי אנגענומען. איז לגבי מילה, אפי' לויט שי' רבינו תם דארף מען מחמיר זיין לשי' המנחת כהן בדעת ר"ת.

מאטקע
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 8:39 am

איטשע

זיי מעיין אין דעם ספר וואס כ'האב צוגעברענגט, ער איז מאריך אין דיינע ווערטער.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 8:55 am

אליבא דאמת, האט דער דברי יואל געוואלט אז איינפירן דא אין ניו יארק שיטת רבינו תם לקולא ולחומרא, ד"ה אז ערב שבת זאל מען געהעריג טוהן מלאכות ביז א האלבע שעה נאכן שקיעה (אזוי ווי דער חת"ס שרייבט אין א תשובה או"ח סי' פ).
למעשה האט זיך דער אסיפה "נישט" אויסגעשטעלט ווי דער רבי האט געוואלט נאר מען איז געקומען מיט אן אפמאך דו האלסט וואס דו האלטסט און איך וואס איך. נאר אז יעדער וועט גיין לחומרא לגבי קבלת ויציאת שבת.

(בשעת הדחק נעמט מען טאקע אן לקולא, מיין חבר האט מיר דערציילטף אז פאריאר ווען עס איז געווען די גרויסע שניי בליזארט אין א פרייטאג און ער איז געבליבן שטיין אינמיטן די הייוועי אויפן וועג ארויס קיין קרית יואל, (ער האט געהאט פרויען און קינדער אין די קאר( האט ער אנגעקאלט דעם קרית יואל'ער דיין הגאון בעל אגלי דבש שליט"א, און ער האט אין גע'פסק'ט אז ער מעג פארן מיט די קאר ביז א האלבע שעה נאך די שקיעה (3/4 שעה נאכן זמן), ביז ער קומט אן צו א באוואוינטע געגנט (דער דיין האט געזאגט ביזן פאליס סטעישאן).
לעצט פאראכטן דורך אלף בית אום דינסטאג דעצמבער 22, 2009 9:04 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 16673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 8:57 am

כבוד רב אלף בית, איר האט א געהעריגן מקור אויף דעם?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 9:11 am

farshlufen האט געשריבן:כבוד רב אלף בית, איר האט א געהעריגן מקור אויף דעם?

כהאב עס געהערט שוין לאנג צוריק. כוועל עס פרובירן נאכצוגיין. (אפשר וועלן די אנדערע חברי הפורום האבן א מקור)

אגב, כהאב געהערט פון הרב אלימלך שווארטץ שליט"א, אז נאכדעם וואס דער רבי האט געשריבן דעם ויואל משה, האט ער געזאגט אז ער וויל נאך ארויסגעבן דריי חיבורים 1. איבער ניסים פאר רשעים 2. וועגן שיטת רבינו תם. די דריטע דענק איך שוין נישט.
איבער ניסים פאר רשעים איז טאקע ארויסגעקומען דער "על הגאולה" אבער די אנדערע לא זכינו לאורו.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 9:19 am

נחמן נתן האט געשריבן:חס ליה להגה"ק מווישזניץ שליט"א צו זאגן אזוי!
ביסט דאך אליין מודה אז דיין שמועה איז א כלי שני אדער שלישי, ואידך פירושא זיל גמור.
דער מציאות איז דאך סיי ווי נישט געווען אזוי, רובם ככולם האבן אזוי געהאלטן. און דער ווישזניצער רבי האט דאס גוט געוואוסט, אע"פ כן לא שינה דעתו. איך מיין אז דיין תגובה איבער דעם ענין אינהאלט אין זיך אביסל אומ-וואוסענקייט אין ערך גדולי ישראל. ואתך הסליחה.

די דרשה איז באוואוסט, טאקע נישט מיט די אויסדרוקן וואס משרייבט נאר פיל שארפער.
דער וויזשניצער רבי האט למעשה א טאג נאכדעם געהאלטן נאך א דרשה און ער האט איבער געבעטן דעם קלויזענבורגער רב, און ער האט געגעבן 200 דאלער פאר מפעל הש"ס.
(פארוואס ער האט איבערגעבעטן נאר דעם קלויזענבורגער און נישט דעם דברי יואל? איני יודע)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך דעצמבער 23, 2009 11:43 am

אלף בית האט געשריבן:
נחמן נתן האט געשריבן:חס ליה להגה"ק מווישזניץ שליט"א צו זאגן אזוי!
ביסט דאך אליין מודה אז דיין שמועה איז א כלי שני אדער שלישי, ואידך פירושא זיל גמור.
דער מציאות איז דאך סיי ווי נישט געווען אזוי, רובם ככולם האבן אזוי געהאלטן. און דער ווישזניצער רבי האט דאס גוט געוואוסט, אע"פ כן לא שינה דעתו. איך מיין אז דיין תגובה איבער דעם ענין אינהאלט אין זיך אביסל אומ-וואוסענקייט אין ערך גדולי ישראל. ואתך הסליחה.

די דרשה איז באוואוסט, טאקע נישט מיט די אויסדרוקן וואס משרייבט נאר פיל שארפער.
דער וויזשניצער רבי האט למעשה א טאג נאכדעם געהאלטן נאך א דרשה און ער האט איבער געבעטן דעם קלויזענבורגער רב, און ער האט געגעבן 200 דאלער פאר מפעל הש"ס.
(פארוואס ער האט איבערגעבעטן נאר דעם קלויזענבורגער און נישט דעם דברי יואל? איני יודע)

כפארשטיי נאך אלץ נישט ווי קימט דא דער קלוזענבארגער רב אריין אין בילד? אז דער וויזשניצער רבי האט אים גאר געברויכט איבערבעטן, לויט וויפיל איך ווייס האט דער קלוזש'ער רב נישט געהאט קיין חלק אין די אסיפה אין איז לכאורה נישט געווען אפילו נאנט דערצי לויטן מצב פון יענע צייט.

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

תגובהדורך יונה כהן » דינסטאג ינואר 05, 2010 12:14 pm

ערגעץ האב איך געזעהן 'געדרוקט' אין איינע פון די דרשות וואס מ'האט געדרוקט פון דעם וויזניצער רבי'ן און ער זאגט קלאר העובדא כפי שהובא מהנ"ל אין לפי זיכרוני האט ער געזאגט אז מ'האט אים נישט גערופן צו דער אסיפה אין נישט אלע וואס וואלטן נישט מסכים געווען האט מען גערופען צו דער אסיפה ער האט כמה וכמה פעמים דערציילט די סיפור בפומבי.

עוד לאלקי מילין:
דאס וואס מ'שרייבט דא אז אשכנזים [או מנהג חת"ס] האבען נישט געהאלטן ר"ת זמן איז א טעות מוחלט! זיי האבען געהאלטן אז ר"ת מיינט נישט דוקא 72 מינוט! כמבואר בשו"ת חת"ס אות פ' וכפי שהאריך [והוכיח] הרה"ג מיכאל בער ווייסמאנדעל זצ"ל בספרו תורת חמ"ד ועוד כמה וכמה ספרים ביניהם הביאור הלכה בסי' רצ"ג דלפי שיטת המנחת כהן אם רואים ג' כוכבים לפני .מינוט72 אז כבר לילה אף לשיטת ר"ת.

די חילוק מיט די גאונים לפי שיטה זו איז, אז בין השמשות [לגבי ספק למילה] פאנגט נאר אהן ג' רבעי מיל פאר צאת הכוכבים [ר"ת] אין אויב למשל צה"כ לפי התשובה פ' בחת"ס הנ"ל איז געוועהן 52 מינוט נאך די שקיעה הנראית, דאמאלס איז דער ספק נאר 13 מיט האלב מינוט לפני זה ולא יותר ולפני זה לפי האשכנזים ולפי השו"ע וכל הפוסקים שהלכה כר"ת הרי יש לזה דין יום ודאי! ולפי הגאונים [והגר"א, והרב] צריכים להחמיר כהגאונים שהספק בהשמ"ש מתחיל תיכף עם השקיעה הנראית. [אבל לפי הגאונים הרי 13 וחצי מינוט אחרי השקיעה כבר דין לילה לכל הדברים ואין מי שנוהג כך לגבי שבת אף לא חסידי חב"ד]

די זמן ווואס מ'האלט אין וויזניץ [גור חב"ד וכו' ] איז ר"ת לפי האופק, כמו שנהגו כמעט כל הקהילות קודש רובן ככולם בכל רחבי איירופה לפני החורבן מ'קען כמעט נישט טרעפען א לוח פון דער אלטער היים אנדערש ווי דער מנחת כהן הנ"ל לפי האופק. דאס וואס מ'זאגט אויף דעם זמן אז עס איז שיטת הגאונים איז נישט מער אז מ'איז מחמיר אז בין השמשות פאנגט זיך אהן גלייך ביי די שקיעה.

פאר די וואס שטאמען פון אונגארן אשכנזים איז א פלא ממש וואס זיי זענען זיך מקיל צו דאווענען שפעט מנחה [עד 72] אין אנדערע קולות, למשל ווי דערמאנט דא 45 מינוט! מילא חסידי ותלמידי רביה"ק פון סאטמאר רבי זצ"ל יש להם אילן גדול על מה לסמוך אבער די חותמים האבען נאר געשריבען לגבי שבת דאס הייסט נישט, אז זיי האבען געהאלט אז אזוי פסק'נט מען לקולא, אויך פאר די וואס האבען קיינמאל נישט געהאלטן דעם זמן פון 72 שוה לכל מקומות ואופקים. און טאקע און פאפא לאט מען נישט דאווענען מנחה שפעט נאכען זמן פון צאה"כ לפי האופק.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 16673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 05, 2010 2:56 pm

כ"ק אדמו"ר בעל ויואל משה האט געזאגט פאר הגאון רבי אהרן קאטלער אמאל אויף זיין פראגע פארוואס ער דאווענט מנחה שפעט:
"ענדערש 70 יאר דאווענען מנחה שפעט ווי איידער אז איין איד זאל מחלל שבת זיין. "
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך ינואר 06, 2010 8:52 am

כ'האב געהערט פון א חסיד אז א ראש ישיבה האט געפרעגט פון כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א איבער דאווענען נאך זמו תפילה וכו', האט ער אים געזאגט: מיר זענען מחמיר ביי זמן שבת דאוריתא, אין מקיל אין זמן תפלה; איר זענט מקיל אין שבת און מחמיר בתפלה.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יונה כהן
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2009 2:48 pm

פלא והפלא

תגובהדורך יונה כהן » מיטוואך ינואר 06, 2010 10:59 am

וואס האט חילול שבת צו טוהן מיט זמן תפלה?
איך גלייב עס נישט אויף אזא גאון וצדיק ווי דער סאטמאר רב זצ"ל זאל האבען געזאגט אזא זאך אין דאס וואס ער אליין האט זיך געפירט צו דאווענען שפעיט איז ווייל ער האט אזוי אנגענומען להלכה [ובפרט שהחות דעת זקינו כותב בפשיטות שלפי ר"ת עד 58 מינוט אז היא יום גמור] ומי יבוא אחר המלך וכאמור רוב הקהילות לא נהגו ככה
נאך מער ר' אהרן קאטלער זצ"ל האט דאך געהאלטן 72 כמו שנהגו כל המחמירים והבני תורה עוד בליטא אין לייקוואוד האלטען כולם כאחד 72 כהג' ר' אהרן 72, אבל גם לא הרהיב להקיל אף נגד הגר"א ולכן התפלל מנחה לפני השקיעה להחמיר גם לשיטה שבבין השמשות כבר אי אפשר להקריב התמיד ולכן החמיר כמבואר במש"ב,

אבל לפי החת"ס ורוב הפוסקים אפשר ומותר להתפלל מנחה בבין השמשות וכן הוא דעת התניא בהסידור [אך שנקט כדעת הגאונים] אבל לאחר צאה"כ לפי האופק, [בניו יארק בערך 35-40 מינוט לאחר השקיעה] וואס רוב קהילות האבען געהאלטן איז נאכט ודאי איז א פלא.

אבער איין זאך איז קלאר אז דער כרוז איז א שמאלע קבלה רק להחמיר בשבת. לגבי שאר דברים כל אחד אפילו לדברי הכרוז דארף זיך יעדער פירען כמנהג אבותיו אין אויב למשל איר זענט א נייטרא ווינער וכו' איז נישט דא קיין שום מקום צו דאווענען ביז 72 מנחה

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 05, 2010 12:00 pm

איז איינער אפשר באקאנט מיט א ווארט פון סאטמאר רבי'ן זי"ע אויף די גמרא פון כחצות הלילה פארוואס משה האט געזאגט כחצות און נישט בחצות, אז דאס האט עפעס צו טוהן מיט די צייט פון בין השמשות אדער צאת הכוכבים, וואס ביי אונז איז דאס אנדערש ווי ביי די גוים?

ביטע צוצייכענען א מראה מקום (שמעתי אז עס ווערט געברענגט אין טהרת יו"ט, ואין הספרים תחת ידי, וגוגעל אינו מוצאו).

אבלי קראקעווער
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:24 pm

תגובהדורך אבלי קראקעווער » מיטוואך פאברואר 10, 2010 1:08 pm

איך מיין אין ס"ג פר' החודש תשט"ז איז דא כעין זה.

( קוק דורך די פר' החודש תורות בכלליות (וויפיל ס'איז דא געדרוקט) דארטן רעדט ער אסאך ארום איבער דעם כחצות בחצות).
ביי אונז אין קראקע, בעסער פרעג נישט...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך פאברואר 10, 2010 1:31 pm

א שיינעם דאנק ר' אבלי, איך האב טאקע פארגעסן צוצושרייבן א דאנק פאר והוא-פלאי וואס האט מיר שוין פרייטאג נאכמיטאג אנגערופן מיט דעם מראה מקום.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » זונטאג יוני 06, 2010 1:40 pm

יונה כהן האט געשריבן:וואס האט חילול שבת צו טוהן מיט זמן תפלה?
איך גלייב עס נישט אויף אזא גאון וצדיק ווי דער סאטמאר רב זצ"ל זאל האבען געזאגט אזא זאך אין דאס וואס ער אליין האט זיך געפירט צו דאווענען שפעיט איז ווייל ער האט אזוי אנגענומען להלכה [ובפרט שהחות דעת זקינו כותב בפשיטות שלפי ר"ת עד 58 מינוט אז היא יום גמור] ומי יבוא אחר המלך וכאמור רוב הקהילות לא נהגו ככה
נאך מער ר' אהרן קאטלער זצ"ל האט דאך געהאלטן 72 כמו שנהגו כל המחמירים והבני תורה עוד בליטא אין לייקוואוד האלטען כולם כאחד 72 כהג' ר' אהרן 72, אבל גם לא הרהיב להקיל אף נגד הגר"א ולכן התפלל מנחה לפני השקיעה להחמיר גם לשיטה שבבין השמשות כבר אי אפשר להקריב התמיד ולכן החמיר כמבואר במש"ב,

איך האב געהערט די מעשה פון הרה"ח רבי סענדר דייטש ז"ל נאר אויף אן אנדערע ווערסיע:
דער סאטמארער רבי זי"ע האט זיך געטראפן אין שעראן ספרינגס מיט הגאון רבי אהרן קאטלער זצ"ל און זיי האבן געשמועסט בדברי תורה. אינצווישן איז אויסגעקומען די שמועס איבער עניני מקוואות. נאך א לענגערע שקלא וטריא האט זיך דער רבי אנגערופען צו רבי אהרן: איך וואונדער זיך זייער אויף אייך, אפילו עס קען זיין אז מען קען טאקע מקיל זיין, אבער פארוואס זאל מען זוכען קולות אין הלכות מקוואות וואס איז טהרתן של ישראל, מען דארף דא זוכן יוצא צו זיין אלע דיעות און חומרות!
האט זיך רבי אהרן קאטלער אנגערופען: און פארוואס פארלאזט איר זיך אויף קולות ביים דאווענען שפעט מנחה?
האט אים דער רבי ז"ל געענטפערט: אונז פירען זיך צו דאווענען מנחה גאר שפעט, אפשר אזוי וועלן מיר מצליח זיין צו פועל'ן אז ענק זאלן איינזען און זיך מתבונן זיין אפילו נאר איינמאל אז ווען מען טוט א מלאכה מוצאי שבת אין זי צייט וואס מיר דאווענען נאך מנחה, אז מען איז עובר אויף חילול שבת!... וד"ל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרת אלפים
תגובות: 23224
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 16, 2010 4:06 pm

אן איינלאדענונג צו אן אסיפה ביי התאחדות, געשיקט פאר ר' חיים בלאך אונטערגעשריבען דורך ר' שבתי מרדכי בערקאוויטש ע"ה מזכיר התאחה"ר בשנת תשכ"א.
http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 3/mode/2up

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג דעצמבער 26, 2010 8:17 pm

קרעמער האט געשריבן:ווייסט איינער די פונקטליכע מימרא פון בעלזא רב זצ"ל בנוגע א קינד וואס איז געבוירן בין השמשות, אז אויב עס איז געווען אין די צייט וואס ער האט געדאווענט מנחה (אדער לכמה גירסאות די צייט וואס מען זאגט יצוה ביי שלש סעודות) איז נאך טאג?

דא שטייט די מעשה, אגב וועגן דעם נושא פון זמן ר"ת איז אינטרעסאנט וואס אבד"ק אודווארי זאגט דא וועגן א פדיון הבן.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 26, 2010 8:27 pm

ביידע לינקס קומען ארויף ביי מיר אלס "ערראר"

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7526
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג דעצמבער 26, 2010 8:30 pm

דאס איז יא גוט? דף יא און דף יב.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרת אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג דעצמבער 26, 2010 11:24 pm

יישר כח פאר די הערליכע שמועסן.

אגב, האב איך דארט געזען אז דאס וואס איך האב געהערט בשם הרה"ק ר' איציקל מ'פשעווארסק (כמדומה) לגבי בישול בשבת, אז אויב מען שאקלט אויס א גלעזל דריי מאל מעג מען דערנאך ארויפגיסן הייס וואסער, ברענגט דער אודוואריער רב זצ"ל בשם אדמו"ר מ'סקווירא זצ"ל.

צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יאנקעל פעדראטשיק, נא_שכל און 6 געסט