אסיפת התאחדות הרבנים בנוגע שיטת רבינו תם לעניני זמנים
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אסיפת התאחדות הרבנים בנוגע שיטת רבינו תם לעניני זמנים
עס איז מיר יעצט נוגע צו וויסן א קאפיטל היסטאריע איבער די התאחדות הרבנים מיטינג וואס איז פאררופן געווארן דן צו זיין וועגן די זמנים פון ליכט צינדן און דאס גלייכן.
איך בעט ווער עס קען בייהילפיג זיין מיט קראנטע אינפארמאציע, וועלכע יאר איז דאס פארגעקומען, וואס איז געווען די רעזאלוציע, און אלעס ארום. יישר כחכם.

לויט וויפיל איך דענק, איז דעמאלט נאך נישט געווען אזא ארגעניזאציע ווי "התאחדות הרבנים", עס איז בלויז געווען אז דער סאטמאר רבי בעל דברי יואל זי"ע האט צוזאמגערופן אן אסיפה פון אלע רבנים.
כהאב געהערט פון ר' מרדכי דוד קאהן אז ער איז געווען ביי די אסיפה, פשוט, ווייל דעמאלט איז די ישיבה געווען אין רבי'נס בית מדרש'ל אויף 500 בעדפארד. און די אסיפה איז פארגעקומען אין רבי'נס ביהמ"ד דעריבער זענען אלע (14) בחורים דארט געווען.
מיין טאטע האט אונדערהיים די זמירות, אולי וועל איך אהינגיין און נעמען די זמירות און אריינסקענען, (אבער נישט פאר מארגן)

א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35438
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
בן בוזי האט געשריבן:ס'איז ארויס געקומען די קריאה מטעם 'מרכז התאחדות הרבנים דארה"ב וקנדה'
אפשר שפעטער נישט תשי"ד דאן האט נאך קיין התאחדות נישט עקזעסטירט, אין דער קול קורה לויט מיין זכרון האט נישט קיין לעדערהעד פון אן ארגענעזאציע,
אזוי אויך איז דארט אינטערגעשריבן היבש רבנים וואס האבן שפעטער כלל נישט באלאנגט צי די התאחדות ווי דער באבובער רב ר' שלמה ז"ל אין נאך.
כ'האב קיינע גרויסע ידיעות דערוועגן איך האב בלויז געשריבן פון דא
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
געהערט פון הרה"ח ר' זושא פריעדמאן שליט"א מחשובי חסידי וויזשניץ מאנסי, אז ער האט אמאל געהערט פון זיין רבי'ן (מוויזשניץ מאנסי) שליט"א אז דער סאטמארער רבי זי"ע האט אמאל געשיקט צו איהם (צו ר' מאטעלען - נאך ווען ער האט נאך געוואוינט אין וויליאמסבורג) א שליחות, אז ער זאל מסכים זיין צו קובע זיין דעם זמן כשיטת ר"ת. דער וויזשניצער רבי, דאן וויזשניצער רב, האט זיך שטארק געקווענקעלט איבער דעם, ווי נישט ווי האט ער געהאלטן ביים ממשיך זיין כמסורת בית אבותיו, און דא האט ער באקומען א פערזענליכען שליחות פונעם רבי'ן איבער דעם.
דאך האט ער שפעטער געזאגט, אז ווען דער רבי וואלט איהם דאס אליין געזאגט וואלט ער אפשר געביטן, נאר וויבאלד דער רבי האט איהם דאס געבעטן דורך א שליח, איז א סימן אז דער רבי האט איהם נישט געוואלט אינגאנצן נייטן ממש צו דעם, און איהם געגעבן א מקום זיך ארויסצודרייען צו קענען ממשיך זיין לעשות כרצונו.

לחיים ולברכה!
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
קרעמער, כ'האב נישט קיין תירוץ אויף דיין פראגע, אבער מענין לענין האב איך מיר דערמאנט מה ששמעתי פעם מפי הגה"צ אב"ד וויען שליט"א אז בצעירותו האט ער זיך אמאל נישט גוט געפילט און האט געהאלטן פאר שחרית, האט איהם זיין פאטער הגה"צ אב"ד סאמבאטהעלי זצ"ל געזאגט אז ער זאל קיין קוקן ווי דער רבי (סאטמארער רב זצ"ל) האלט מיטן דאווענען; אויב האט דער רבי נאכנישט געדאווענט שחרית, דעמאלסט קען ער דאווענען שחרית מיט-איהם, אבער אויב האט דער רבי שוין יא געדאווענט, דאן דארף ער דאווענען צוויי מנחה'ס!
לחיים ולברכה!
קרעמער
וואס מ'זאגט נאך, אז דער בעלזער רב ר' ישכר בער זי"ע, פלעגט צו זאגען בנוגע א קינד וואס איז געבוירען שבת, טאמער איז ער געבוירען פאר יצוה זאל מען איהם מל'ען אין שבת, נאך יצוה זאל שוין זיין דער ברית זונטאג. [דרך אגב, דער סאטמערער רב זי"ע האט זיך געוואונדערט וואס פאר א מין זמן איז דאס עפעס "יצוה" !!!].
דער מימרא האב איך געהערט פון פארשידענע מקורות, אבער ס'איז דא א ספר - כ'האף שפעטער וועל איך דאס אפירזוכען - וואס ברענגט א בריוו פון א תושב פון שטאט בעלזא תרס"ו, ווי ער שרייבט אז אין בעלזא, כאטש מ'נעמט אן רבינו תם אינגאנצען, אבער לגבי מל'ען א קינד, טאמער איז ער געבוירען אן האלבע שעה נאכן שקיעה, מאכט מען שוין דעם ברית זונטאג, אזוי אז ס'עפעס נישט גלאטיק דעם נושא.

געהערט אמאל (אבער איך ווייס נישט פון קראנטע מקור) אז הרב מיכאל בער ווייסמאנדל איז אויך געווען ביי די מיטינג אין ווען מען האט פארלאנגט אז מען זאל אינטערשרייבן האט ער א קלאפ געגעבן אויפן טיש "ח"ו אז מיינע אבות הק' זענען געווען מחללי שבתים" ווי באקאנט איז אינדערהיים ובפרט ביי אשכנזים "נישט" געווען איינגעפירט שיטת ר"ת אשר ע"כ האט ער נישט געוואלט אינטערשרייבן.
יישר כח פארן עפענען אזא אשכול וואס וועט האפנטליך האבן אי"ה אסאך ווערדפולע היסטארישע אינפארמאציע
מענין לענין איבער א קינד וואס איז געבוירן נאך די שקיעה
האב איך געהערט נישט לאנג צוריק, אז ס'איז געווען אזא מעשה ביים שינאווער רב (נישט זיכער אזוי מיין איך), ער האט געענדיגט מנחה און ער האט זיך געהאלטן פארן וואשן צו שלש סעודות, און מען איז אים געקומען פרעגן אויף א קינד וואס איז יעצט געבוירן געווארן ווען מען זאל מאכן דעם ברית, האט ער געזאגט ער וועט ענטפערן באלד, ער האט זיך געוואשן ער האט געגעסן א כזית, און ער האט געזאגט מען זאל מאכן די ברית זונטאג, הפנים ער האט נישט געוואלט אזוי פסק'נען פארן עסן שלש סעודות, ווייל לפי זה ווי אזוי קען ער זיך יעצט וואשן.
כך שמעתי לפני כמה שבועות, וכמדומה שהמעשה הי' עם הרה"ק משינאווא

אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.