דורך מי יודע » זונטאג דצמבר 20, 2009 10:14 am
יישר כח פארן עפענען אזא אשכול וואס וועט האפנטליך האבן אי"ה אסאך ווערדפולע היסטארישע אינפארמאציע
מענין לענין איבער א קינד וואס איז געבוירן נאך די שקיעה
האב איך געהערט נישט לאנג צוריק, אז ס'איז געווען אזא מעשה ביים שינאווער רב (נישט זיכער אזוי מיין איך), ער האט געענדיגט מנחה און ער האט זיך געהאלטן פארן וואשן צו שלש סעודות, און מען איז אים געקומען פרעגן אויף א קינד וואס איז יעצט געבוירן געווארן ווען מען זאל מאכן דעם ברית, האט ער געזאגט ער וועט ענטפערן באלד, ער האט זיך געוואשן ער האט געגעסן א כזית, און ער האט געזאגט מען זאל מאכן די ברית זונטאג, הפנים ער האט נישט געוואלט אזוי פסק'נען פארן עסן שלש סעודות, ווייל לפי זה ווי אזוי קען ער זיך יעצט וואשן.
כך שמעתי לפני כמה שבועות, וכמדומה שהמעשה הי' עם הרה"ק משינאווא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.