די טיילונג אין אונגארן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 2:01 pm

נומער 15 האט צי א לאנגער לעצטע נאמען אז דאס זאל זיין 'שאג'
צוגעלייגטע
abraham.jpg
abraham.jpg (13.59 KiB) געזעהן 2840 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 2:05 pm

הרב מילער: זכור ימות עולם ברעגט נאר ר' יצחק רייך נישט ר' קאפיל. - אין די ליסטע פין די אלטע צייטונג (די מקור פין זכור ימות עולם) שטייט "JGNAB REICH".
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום דינסטאג נובעמבער 24, 2009 2:07 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21594
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 2:06 pm

בן בוזי, דו קענסט אונגעריש?

עס זעט מיר איצט אויס ווי "שארף".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 9:43 am

נעם טו דאם קיין אונגעריש קען איך נישט אבער איך מיין אז ס'שטייט דארט אברהם י שווארץ, איגען? און מיר דאכט זיך אויך אז אויף דער לעצטער שורה שטייט געשריבן בערעגאסאז. בלויז אן השערה.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 10:39 am

בן בוזי האט געשריבן:נעם טו דאם קיין אונגעריש קען איך נישט אבער איך מיין אז ס'שטייט דארט אברהם י שווארץ, איגען? און מיר דאכט זיך אויך אז אויף דער לעצטער שורה שטייט געשריבן בערעגאסאז. בלויז אן השערה.


ריכטיגע השערה - נאר אברהם שווארץ - אהן דעם אות י'.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 10:46 am

קוק גוט איבער שטייט דארט א גרויסער Y פאר דאס ווארט שווארץ?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21594
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 10:57 am

בן בוזי, דאס איז אן S.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 11:11 am

גערעכט, ס'איז אלס נאר צוליב מיין שוואכן אונגעריש...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 11:15 am

אין די זייט פונעם פי.ד.עף. איז דא א רונדע בילדער, זעהט אויס פון די באטייליגטע.

אט איז צוויי בילדער וואס דער ערשטער קלער איך אז ס'קוקט אויס ווי א טייטעלבוים מגזע התמרים, און דער צווייטער ענדעלט אין ר' משה ארי' פריינד פון סיגוט, אויב ס'שטימט מיטן דריטן בילד וואס כהנא האט געברענגט אינעם אשכול גדויל ישראל ווער ווייס. ס'איז אביסל ענדליך צו דעם בילד, די שאלה איז נאר ווי אלט ר' משה ארי' איז געווען.
צוגעלייגטע
Teitel.jpg
Teitel.jpg (30.13 KiB) געזעהן 2697 מאל
freund.jpg
freund.jpg (35.71 KiB) געזעהן 2697 מאל
IMAGE1%20%2825%29.JPG
IMAGE1%20%2825%29.JPG (45.39 KiB) געזעהן 2697 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 12:53 pm

הרב יוסעלמאן, איך ווייס נישט אויב ס'ענדעלט צי ר' משה ארי'ס בילד וואס כהנא האט געברענגט, אבער ס'ענדעלט אביסעל צי ר' משה גבאי וואס איז אן אייניקעל פין ר' משה ארי'. (קלענערע בארד, אין שמאלערע פנים).


יהיה היאך שיהיה, איז אביסעל שווער: ווייל די בילד פין די PDF איז 133 מענטשען, אין ביים קונגרעס איז געווען איבער 200; אויך זעט מען כמעט נישט קיין בארד אין פיאות דארט. ממילא בין איך משער אז דעס בילד איז גענימען געווארען נאכדעם וואס 56 גדולי ישראל זענען ארויס אינמיטען קונגרעס. (אולי איז עס גענימען געווארען ביים סיום הקונגרעס). עכ"פ ר' משה ארי' איז געווען פין די מענשטען וואס זענען ארויס אינמיטען.

ס'קען זיין עס איז א פשעטעל...
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום מיטוואך נובעמבער 25, 2009 12:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 12:57 pm

הרב מילער: לויט זכור ימות עולם, איז ר' יצחק רייך ארויס אינמיטען קונגרעס (מיט די 56 וואס זענען דעלמאץ ארויס). אין ר' קאפיל רייך זצ"ל איז געווען פין די 38 ערליכע וואס זענען געבליבן דארט ביז סיום הקונגרעס.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 12:57 pm

כבוד הרב מברוקלין, כ'גלייב נישט אז מ'האט זיך געשטעלט פאר א בילד. לכאו' האט דער בוך וואס האט געמאכט דעם ליפלעט צוזאמגענומען בילדער - וויפיל ער האט געקענט - פון די באטייליגטע.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 1:14 pm

איז מעגליך אויב איינער קען גרויסמאכען, קלארמאכען, אין ברענגען די פיקטשער'ס פין דארט (איך קען נישט).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 2:43 pm

איך האב פרובירט גרויס צו מאכען דעם בילד אבער עס איז ווערט גאר אומקלאר, חבל, דער וועב-זייטל זעלבסט האט נישט מער איבער דעם נושא.

איך מיין אז מיר האבן אבער דערווישט גאנץ א פיינעם דאקומענט אן די בילדער אויך, אפשר ווייסט איינער ווי מ'קען געפונען דעם גאנצען דאקומענט, ר' בנציון אין זכור ימות עולם אדער ר' סענדער אינעם 'די טיילונג' אדער י. י. גר"וו האבן נישט דעם דאקומענט?

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 2:51 pm

ישר כח הרב מילער פאר די דאקימענט.
ניין זיי האבען נישט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21594
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 3:03 pm

מיללער, פרוביר אויף דזשואיש דזשען ביי די אונגארישע רעקארדס, אדער פרעג אן אין פאבליק.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך נובעמבער 25, 2009 3:18 pm

פורבירט דאס בעסטע מיט די בילדער, ואני את נפשי הצלתי. ס'איז זייער שווער צו מאכן עפעס בעסער דערפון.
צוגעלייגטע
Pages from flyer0910-3.jpg
Pages from flyer0910-3.jpg (34.87 KiB) געזעהן 2614 מאל
Pages from flyer0910-2.jpg
Pages from flyer0910-2.jpg (34.91 KiB) געזעהן 2614 מאל
Pages from flyer0910.jpg
Pages from flyer0910.jpg (33.47 KiB) געזעהן 2614 מאל
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דינסטאג דעצמבער 22, 2009 5:19 pm

אפשר לייגט איינער אריבער די בילדער צי די אשכול פין: בילדער פין גדולי ישראל וואס איך וויל וויסען, אפשר וועט דאס איינער דערקענען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 31, 2011 5:32 pm

דער טיילונג אין אונגארן האט אסאך כעהאט צוטאן מיט די טרויעריג בארימטע 'אסיפת ברוינשווייג' וועלכע איז געווען פון די יסודות פון די רעפארם באוועגונג איינצושטעלן די פארשידענע ענדערונגען אינעם אידישען מהלך החיים, אלס אנטווארט צו די אסיפה איז געדרוקט געווארן בריווען פון גדולי ישראל בשנת תר"ה אונטערן נאמען 'תורת הקנאות', היברו-בוקס האט לעצטענסט צוגעלייגט דאס צווייטע מחברת, פאלגענד זענען ביידע:

תורת הקנאות - מחברת הראשונה

תורת הקנאות - מחברת השנית

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » מיטוואך פאברואר 02, 2011 12:00 am

און יש להוסיף תורת הקנאות מחברת השלישית - בריוון מגדולי אשכנז נגד אסיפת ברונשווייג וואס איז קיינמאל נישט געקומען לאור עולם דעמאלטס בשעתו, און איז געדרוקט געווארן בשנת תשס"ח פון א כתב יד אין ספר "שנות דור ודור" כרך שלישי

און מען קען צולייגן צו די רשימה נאך אסאך ספרים און העפטן וואס זענען ארויסגעקומען בשייכות מיט די טיילונג, לפני זה ולאחרי זה
אולי כשיהיה קצת עטי ועתי בידי אחזור לזה [איך ווייס נישט צי אין דעם אשכול איז דאס פלאץ דערפון, סוכ"ס בין איך א גרינער און נאך נישט אזוי באקאנט מיט די שטאטוטען דאהי.....]

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 02, 2011 10:28 am

כבוד הרב מסטראשעלע,

אדרבא ואדרבא, בריך מתייך לשלם, דאס איז די ריכטיגע פלאץ דערפאר זייטס מוסיף כיד ה' הטובה עליכם, וכל המוסיף מוסיפין לו

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » מיטוואך פאברואר 02, 2011 4:10 pm

איך הייב אן מיט די רשימה פון די מערכה אקעגן די מתחדשים אין המבורג, דארט איז געווען דאס ערשטע מאל וואס די הולכי קדימה האבן זיך אפן ארויסגעשטעלט מיט זייערע נייע שינויים, מ'קען זאגן "מהמבורג תפתח הרעה" פאר די גאנצע רעפארמער-ניאלאגען באוועגונג, זיי האבן ארויסגעגעבן עטליכע אויסגאבעס צו בארעכטיגן זייערע המצאות, און עטליכע רבני איטאלי' זענען נמשך געווארן אחריהם.
1. קונטרס אמת מארץ תצמח, ליוורנו, תקנ"ו. פון רבני ליוורנו נגד המתחדשים.
2. כדור קטן, ברעסלא, תקע"ט.
3. אלה דברי הברית, אלטונא, תקע"ט. מכתבי גאוני וגדולי הדור נגד המתחדשים בהמבורג.
4. צרור החיים, אמשטרדם, תק"פ. מאת הגאון ר' אברהם לעווענשטאם אבד"ק עמדין.
5. אגרת מלחמת חובה, אמשטרדם, תקצ"ג.
6. להוד כבוד הרבנים, אמשטרדם, תר"ה. מאת ר' צבי הירש לעהרן מראשי ומנהיגי כולל הו"ד
7. שלומי אמוני ישראל, אלטונא, תר"ה.
8. תשובות באנשי און, פראנקפורט דמיין תר"ה, מאת ר' פינחס מנחם היילפערין נגד אסיפת הרפורמים בפפד"מ באותה שנה [ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא אין תרי"ט]
9. תוכחת מגולה, פראנקפורט דמיין, תר"ו. [דער מחבר איז שי"ר וואס איז אליין געווען פון די מתקדמים]
די רשימה איז ממש א מקצת מן המקצת און נאר אן התחלה, ועוד ידי נטוי' להמשיך בעזרת היוצר, אויסער וואס עס איז דא כמה אויסגאבעס בשפתי לע"ז ווי דייטש פראנצויזיש, אונגאריש, ענגליש וכו'.
ס'איז כדאי אז די חשוב'ע משתתפים זאלן איבערגיין און באארבעטן יעדן קונטרס בפני עצמו [גם אני הק' עזוב תעזוב בל"נ] להעיר ולהאיר על תוכנם, ומיני' ומינן תסתייעא שמעתתא.
לעצט פאראכטן דורך סטראשעלע אום מיטוואך פאברואר 02, 2011 7:43 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » מיטוואך פאברואר 02, 2011 4:22 pm

ראיתי פעם בימי נעורי אצל איש א' ספר הנקרא 'קרע שאינו מתאחה' על הטיילונג, ומני אז לא נזדמן לי לראותו.

היש לאחד מכאן מידע איזה ספר זה, מה טיבו, מהותו, ומה מסופר שם?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 02, 2011 4:56 pm

סטראשעלע האט געשריבן:איך הייב אן מיט די רשימה פון די מערכה אקעגן די מתחדשים אין המבורג, דארט איז געווען דאס ערשטע מאל וואס די הולכי קדימה האבן זיך אפן ארויסגעשטעלט מיט זייערע נייע שינויים, מ'קען זאגן "מהמבורג תפתח הרעה" פאר די גאנצע רעפארמער-ניאלאגען באוועגונג, זיי האבן ארויסגעגעבן עטליכע אויסגאבעס צו בארעכטיגן זייערע המצאות, און עטליכע רבני איטאלי' זענען נמשך געווארן אחריהם.
1. קונטרס אמת מארץ תצמח, ליוורנו, תקנ"ו. פון רבני ליוורנו נגד המתחדשים.
2. כדור קטן, ברעסלא, תקע"ט.
3. אלה דברי הברית, אלטונא, תקע"ט. מכתבי גאוני וגדולי הדור נגד המתחדשים בהמבורג.
4. צרור החיים, אמשטרדם, תק"פ. מאת הגאון ר' אברהם לעווענשטאם אבד"ק עמדין.
5. אגרת מלחמת חובה, אמשטרדם, תקצ"ג.
6. להוד כבוד הרבנים, אמשטרדם, תר"ה. מאת ר' צבי הירש לעהרן מראשי ומנהיגי כולל הו"ד
7. שלומי אמוני ישראל, אלטונא, תר"ה.
8. תשובות באנשי און, פראנקפורט דמיין תר"ה, מאת ר' פינחס מנחם היילפערין נגד אסיפת הרפורמים בפפד"מ באותה שנה [ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא אין תרי"ט]9. תוכחת מגולה, פראנקפורט דמיין, תר"ו. [דער מחבר איז שי"ר וואס איז אליין געווען פון די מתקדמים]
די רשימה איז ממש א מקצת מן המקצת און נאר אן התחלה, ועוד ידי נטוי' להמשיך בעזרת היוצר, אויסער וואס עס איז דא כמה אויסגאבעס בשפתי לע"ז ווי דייטש פראנצויזיש, אונגאריש, ענגליש וכו'.
ס'איז כדאי אז די חשוב'ע משתתפים זאלן איבערגיין און באארבעטן יעדן קונטרס בפני עצמו [גם אני הק' עזוב תעזוב בל"נ] להעיר ולהאיר על תוכנם, ומיני' ומינן תסתייעא שמעתתא.


על הספר תשובות באנשי און ונגדו ספר תוקף התלמיד ווי מיודענו ר' שמחה הי"ו שרייבט דארט איז דער היילפערין גארנישט געווען אזא צדיק, און כבוד הרב ליפשיץ לייגט דארט צו אז ער איז געקומען קיין אמעריקא טאקע און ליגט באהאלטן אין וואשינגטאן די. סי.

-

א דאנק פאר הרב מסטראשעלא פאר דעם ליקוט

סטראשעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:49 pm

תגובהדורך סטראשעלע » מיטוואך פאברואר 02, 2011 11:25 pm

המשך:

די 3 קונטרסים וואס זענען ארויסגעקומען דורך ר' צבי הירש לעהרן ור' אברהם משה פרינץ מראשי ומנהיגי כולל הו"ד (2 האט שוין מיללער דערמאנט, נאר למען השלימות אמרו רבנן בכפילא). – די חיבורים ענטהאלטן אין זיך אלע בריוון וואס די רבנים האבן געענטפערט פאר ר' הירש לעהרן אויף זיין פייערדיגן רוף (ראה #6 'להוד כבוד הרבנים'). תורת הקנאות איז מכתבים מרבני חו"ל און קנאת ציון מגדולי אה"ק.

10. תורת הקנאות [מחברת הראשונה], אמשטרדם, [אדר ראשון] תר"ה.

11. תורת הקנאות [מחברת השניה], אמשטרדם, [ניסן] תר"ה.

12. קנאת ציון, אמשטרדם, תר"ו.

13. מענה רך על חזות קשה, מילהויז, תר"ו. מאת ר' שלמה זאב קליין אבד"ק קאלמאר [קעגן 'חזות קשה' מברוך לייב צייטלין (פאריס תר"ו) התומך בהמתקדמים, ער האט שפעטער ארויסגעגעבן נאך 2 קונטרסים אקעגן 'דרכי המשנה' פון זכריה פראנקעל פון ברעסלויא (לייפציג תרי"ט), 'האמת והשלום אהבו' און 'מפני קשט' (פפד"מ תרכ"א)]
פרטים אודותיו ראה (סקרול אראפ ביז צום ספר 'אז אמר שלמה')

14. מנחת קנאות, זאלקווא, תר"ט. מהגאון ר' צבי הירש חיות.

15. מלחמות ה', הנובר, תקצ"ו. מהגאון ר' אברהם זוטרא

16. מלחמות ה' [מהדורא תנינא], פראנקפורט, תרכ"ב. הנ"ל

17. מלחמות ה' [מהדורא תליתאה], הנובר, תרכ"ג. הנ"ל

18. מלחמות ה' [מהדורא רביעאה], האלבערשטאדט, תרכ"ד. הנ"ל

[ר' אברהם זוטרא, תקמ"ד-תר"ל, למד בישיבות פיורדא ופראג. מרבני גרמניה. רבה של מינסטר. נלחם נמרצות ברפורמים. פעל רבות להטבת מצבם המדיני של יהודי גרמניה, בין היתר ע"י הגשת בקשות והצעות אל הרייכסטאג, העוסקות בעניני כלל ישראל. [מקור: משה צינוביץ, כ"ע "המסלה"].
ידידו של ר"י עטלינגר, בעל ערוך לנר. פרסם גם ב"שומר ציון הנאמן".
לאחרונה, ובהרחבה, ראה: שלמה איידלברג, הרב אברהם זוטרא ממינסטר (1784-1869) - חייו ופועלו, לאות זיכרון: מחקרים בשירה העברית ובמורשת ישראל: ספר זיכרון לאהרן מירסקי, אונ' בר-אילן תשס"ז, שער ששי.] (קרעדיט: 'ציטרון' בפורום ספרים וסופרים)

19. אגרת פתוחה, אונגוואר, תרכ"ח. מאת ר' נתן ליבערמאן [מח"ס אמרי דעת]

20. תוכחת מגולה, קאשוי, תרכ"ח. מאת ר' אברהם גינצלער.

21. מעשה אבות, ירושלים, תרס"א. [פסק בית דין אשר נעשה באסיפת הרבנים בשנת תרכ"ו]

ספעלט נאך היבש פון די רשימה, כשאהיה פנוי יותר אמשיך אי"ה

כ'קען באשטיין צו הערן אביסל פידבעק פון די ידענים דא, ס'קאסט אביסעלע פלאג צאמצוקראצן אזא רשימה


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט