בלאט 7 פון 7

געשריבן: מיטוואך פאברואר 22, 2017 6:22 pm
דורך SPUSMN
וויפיל אודיענסעס ס'איז געווען ביים קיסר (פראנץ יוזשעף) (דריי?), און ווער זענען געווען די רבנים ביים אודיענץ, און אויך די פרטים ארום דעם.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 22, 2017 6:40 pm
דורך גלאזער
דאס איז ברייט בעארבעט

געשריבן: מיטוואך פאברואר 22, 2017 6:43 pm
דורך SPUSMN
איז למעשה דער ערשטע אודיענץ געפלאנט אין תרי"א פארגעקומען?

פון גרינוואלד איז נישט קלאר, אבער ס'דא בריווען פון גדולי ישראל וועגען דעם וואס קען עס אויס קלארען.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 22, 2017 6:49 pm
דורך ווילוויסן
דער אמת איז ס'איז געווען עטליכע אוידיענצן במשך השנים, די עיקר פון וואס מ'רעדט איז צוויי, כ"ד ביים סעמינאר און כ"ט ביים קאנגרעס.
ס'הערשט טאקע א צעמישעניש ביי מאנכע דערוועגן, ווי אויך זעהט מען נאך קראנטע מקורות פון אנדערע גדולים, אבער פון די באקאנטע איז באוואוסט, ביים ערשטן איז געווען זיבן, און ביים צווייטן פינף. די זעלבע ווי פריער נאר דער קאלובער רב און סערדעהעלער רב זענען אוועק אינצווישן. און די אנדערע נעמען זענען געווען שפעטער.

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 1:51 pm
דורך בראשית ברא
ס'וואלט טאקע געווען א געוואלדיגע זאך ווען מ'קען טרעפן די באשרייבונג מצד הקייזער אין די ווינע אינסטאנצן איך גלייב אז היינט קען מען די זאכן טרעפן אויפן אלגעמיינעם געוועב.

געשריבן: דינסטאג מארטש 07, 2017 11:03 pm
דורך בראשית ברא
בראשית ברא האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:ווארטס אויס אידן, אין אפאר וואכן קומט ארויס בע"ה א שטארקע ספר איבער די טיילונג, אלעס וועט קלאר שטיין דארט.

ווי אזוי גייט עס הייסן?

חומת אש

הופיע

געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2017 8:41 am
דורך farshlufen
כ'האב געקויפט דעם חומת אש, כאטש ס'איז ווייט פון א דבר השלם, אבער ס'איז א פיין ספר פאר חובבי היסטאריע.

געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2017 4:41 pm
דורך ארטאדאקס
דער ספר זעהט אויס שיין

עס איז מיר אינטערסאנט צו מען האט זיך געטיילט פון יחידים אויך אדער נאר פון קהילות ? דהיינו צו ארטאדאקסישע קהילות האבן מרחק א יחיד וואס איז נישט געווען ערליך ?
אדער נאר א קהילה וואס האט זיך נישט צוגעשטעלט צו ארטאדאקסי האט מען זיך געטילט פון די קהלה מיט אירע מיטגלידער?

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 1:37 pm
דורך טייטל
האט מען שוין דאס אהער געברענגט?
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 19&t=30081
א קונטרס פון הגה"צ פאפא רב פון מאנטריאלוועגן די טיילונג
פון די שער בלאט:
רישומי זכרונות וגרגרים מובחרים
בקורות ותהלוכות קהילות היראים במדינת אונגארין,
תולדות רבניה ומנהיגיה, הגה"ק בעל החת"ס זצ"ל ותלמידיו אחריו,
ההפרדה הנודעת בין קהילות היראים והניאולוגים,
שמירת הגחלת הטהורה וההקפדה על מנהגי ישראל
נלקטו כעמיר גורנה מבין בתרי מכתביו של רבינו
הגה"צ רבי יעקב יצחק ניימאן זצוק"ל
מח"ס שו"ת 'אגורה באהלך'
אב"ד קהל מחזיקי הדת דחסידי בעלזא - מאנטריאל
ומלפנים אב"ד פאפא ומעלבארן
אשר היה ידוע בבקיאותו הרחבה בתולדות יהדות אונגארין וקהילותיה הקדושות, ודרכו והשקפתו הק' של החת"ס ותלמידיו זצוקכ"ל היו נר לרגליו בהנהגת בני קהילתו, ובפעולותיו הרבות בכל מקום ומקום להעמדת הדת על תילה

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 4:36 pm
דורך מי יודע
איך האב אמאל יארן צוריק געזען ערגעץ א קול קורא אונטערגעשריבן בנוגע דעם טיילונג, אדער בדומה לזה פון יענע יארן אסאך רבנים אונטערגעשריבן, דאכט זיך כ'האב עס געזען אין איינע פון די ספרים וואס ווערט געדרוקט דורך די שווארץ משפחה 'וילקט יוסף' וכו', דארט איז אויך געווען א חתימה פון ר' יחזקאל משולם טעללער אב"ד נירמאדע, אויב איינער וואס איך רעד און קען מיר מציין זיין א מ"מ צו דעם קול קורא אדער ברענגן א קאפי למצוה גדולה יחשב

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 5:05 pm
דורך צד תמות
אפשר מיינסטו דאס?
פסק בי''ד תרכ''ו.PDF
(189.35 KiB) דאונלאודעד 122 מאל

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 6:23 pm
דורך Gevald Geshrigen
אויב ווילסטו קוקן אין וילקט יוסף אז דא א סעט אין מתבתא ערוגת הבושם אויף העיווארד

געשריבן: זונטאג אוקטובער 22, 2017 6:28 pm
דורך מי יודע
צד תמות האט געשריבן:אפשר מיינסטו דאס?
פסק בי''ד תרכ''ו.PDF

יאפ, דאס האב איך געמיינט, א ריזן ייש"כ
וואס איז די פסק בי"ד אויף וואס מ'חתמ'ט דארט?

געשריבן: דינסטאג נובעמבער 27, 2018 2:04 pm
דורך וואץ
להודיע האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:געהערט איבער עפעס א גאר נאענטער תלמיד (ניין יאר געווען שבת בחור) פונעם חתם סופר מחבר ספר "שבט שמעון", וואס די גרויסע תלמידים פונעם חתם סופר האבן זיך געמיטשעט מיט אים, זיך נישט ווילנדיג צושטעלן צום טיילונג.

איינער ווייסט מער איבער די תלמיד? און צו ער האט איבערגעלאזט דורות?

אגב סיפר כ"ק אדמו"ר מטאהש זי"ע אז זיין זיידע השרף מטאהש זי"ע איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר פערלס וואס האט זיך ליידער נישט צוגעשטעלט צום טיילונג (ומה שנעשה עם דורותיו ידוע), יארן שפעטער ווען זיי האבן זיך אמאל געטראפן האט דער שרף איבערגעזאגט פאר זיין געוועזענעם רבין אלע חידושים וואס ער האט געהאט געהערט פון אים, זאגנדיג דערנאך "איך האב מער נישט געהאט קיין כח זיך ארומצוטראגן מיט זיינע סחורה"

דער תלמיד וואס האט זיך קודם נישט געוואלט צו שטעלען צום טיילונג איז געווען מיין זיידע הגאון רבי אברהם שאג זצ"ל (וואס דער חתם סופר זי"ע האט געזאגט אויף אים אז ער איז זיין געלונגענסטע תלמיד אין אלעס). זיינע נימוקים און די סיבות פארוואס ער האט זיך צום סוף יא צוגעשטעלט, און עס נאך אנגעפירט; איז ברייט באשריבען אין זיין תולדות.



סידיראם רעדט פונעם בעל מחבר שבט שמעון. הג"ר שמעון סידאן ז"ל אב"ד טירנא.

היום הוא יומא דהילולא שלו הג''ר שמעון ב''ר יהודה זצ''ל נפטר ביום י''ט כסלו תרנ''ב לפ''ק

דר' ריינער

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2019 10:43 am
דורך לבלר
בערך תר"צ - תש"י איז געווען מזכיר הלשכה איינער דר' יצחק אייזיק ריינער,
אפשר איז דא איינער וואס ווייסט מי הוא זה? און צו איז ער מקושר צו הרצו"פ [ספר יבא חיים - ווייטצען תרע"ז] ער איז געווען א בחור דעמאלט כמבוא' במ"א שם.