בלאט 7 פון 14

געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2017 6:22 pm
דורך SPUSMN
וויפיל אודיענסעס ס'איז געווען ביים קיסר (פראנץ יוזשעף) (דריי?), און ווער זענען געווען די רבנים ביים אודיענץ, און אויך די פרטים ארום דעם.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2017 6:40 pm
דורך גלאזער
דאס איז ברייט בעארבעט

געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2017 6:43 pm
דורך SPUSMN
איז למעשה דער ערשטע אודיענץ געפלאנט אין תרי"א פארגעקומען?

פון גרינוואלד איז נישט קלאר, אבער ס'דא בריווען פון גדולי ישראל וועגען דעם וואס קען עס אויס קלארען.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2017 6:49 pm
דורך ווילוויסן
דער אמת איז ס'איז געווען עטליכע אוידיענצן במשך השנים, די עיקר פון וואס מ'רעדט איז צוויי, כ"ד ביים סעמינאר און כ"ט ביים קאנגרעס.
ס'הערשט טאקע א צעמישעניש ביי מאנכע דערוועגן, ווי אויך זעהט מען נאך קראנטע מקורות פון אנדערע גדולים, אבער פון די באקאנטע איז באוואוסט, ביים ערשטן איז געווען זיבן, און ביים צווייטן פינף. די זעלבע ווי פריער נאר דער קאלובער רב און סערדעהעלער רב זענען אוועק אינצווישן. און די אנדערע נעמען זענען געווען שפעטער.

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2017 1:51 pm
דורך בראשית ברא
ס'וואלט טאקע געווען א געוואלדיגע זאך ווען מ'קען טרעפן די באשרייבונג מצד הקייזער אין די ווינע אינסטאנצן איך גלייב אז היינט קען מען די זאכן טרעפן אויפן אלגעמיינעם געוועב.

געשריבן: דינסטאג מארטש 07, 2017 11:03 pm
דורך בראשית ברא
בראשית ברא האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:ווארטס אויס אידן, אין אפאר וואכן קומט ארויס בע"ה א שטארקע ספר איבער די טיילונג, אלעס וועט קלאר שטיין דארט.

ווי אזוי גייט עס הייסן?

חומת אש

הופיע

געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2017 8:41 am
דורך farshlufen
כ'האב געקויפט דעם חומת אש, כאטש ס'איז ווייט פון א דבר השלם, אבער ס'איז א פיין ספר פאר חובבי היסטאריע.

געשריבן: מיטוואך מארטש 08, 2017 4:41 pm
דורך ארטאדאקס
דער ספר זעהט אויס שיין

עס איז מיר אינטערסאנט צו מען האט זיך געטיילט פון יחידים אויך אדער נאר פון קהילות ? דהיינו צו ארטאדאקסישע קהילות האבן מרחק א יחיד וואס איז נישט געווען ערליך ?
אדער נאר א קהילה וואס האט זיך נישט צוגעשטעלט צו ארטאדאקסי האט מען זיך געטילט פון די קהלה מיט אירע מיטגלידער?

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 1:37 pm
דורך טייטל
האט מען שוין דאס אהער געברענגט?
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 19&t=30081
א קונטרס פון הגה"צ פאפא רב פון מאנטריאלוועגן די טיילונג
פון די שער בלאט:
רישומי זכרונות וגרגרים מובחרים
בקורות ותהלוכות קהילות היראים במדינת אונגארין,
תולדות רבניה ומנהיגיה, הגה"ק בעל החת"ס זצ"ל ותלמידיו אחריו,
ההפרדה הנודעת בין קהילות היראים והניאולוגים,
שמירת הגחלת הטהורה וההקפדה על מנהגי ישראל
נלקטו כעמיר גורנה מבין בתרי מכתביו של רבינו
הגה"צ רבי יעקב יצחק ניימאן זצוק"ל
מח"ס שו"ת 'אגורה באהלך'
אב"ד קהל מחזיקי הדת דחסידי בעלזא - מאנטריאל
ומלפנים אב"ד פאפא ומעלבארן
אשר היה ידוע בבקיאותו הרחבה בתולדות יהדות אונגארין וקהילותיה הקדושות, ודרכו והשקפתו הק' של החת"ס ותלמידיו זצוקכ"ל היו נר לרגליו בהנהגת בני קהילתו, ובפעולותיו הרבות בכל מקום ומקום להעמדת הדת על תילה

געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2017 4:36 pm
דורך מי יודע
איך האב אמאל יארן צוריק געזען ערגעץ א קול קורא אונטערגעשריבן בנוגע דעם טיילונג, אדער בדומה לזה פון יענע יארן אסאך רבנים אונטערגעשריבן, דאכט זיך כ'האב עס געזען אין איינע פון די ספרים וואס ווערט געדרוקט דורך די שווארץ משפחה 'וילקט יוסף' וכו', דארט איז אויך געווען א חתימה פון ר' יחזקאל משולם טעללער אב"ד נירמאדע, אויב איינער וואס איך רעד און קען מיר מציין זיין א מ"מ צו דעם קול קורא אדער ברענגן א קאפי למצוה גדולה יחשב

געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2017 5:05 pm
דורך צד תמות
אפשר מיינסטו דאס?
פסק בי''ד תרכ''ו.PDF
(189.35 KiB) געווארן דאונלאודעד 237 מאל

געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2017 6:23 pm
דורך Gevald Geshrigen
אויב ווילסטו קוקן אין וילקט יוסף אז דא א סעט אין מתבתא ערוגת הבושם אויף העיווארד

געשריבן: זונטאג אקטאבער 22, 2017 6:28 pm
דורך מי יודע
צד תמות האט געשריבן:אפשר מיינסטו דאס?
פסק בי''ד תרכ''ו.PDF

יאפ, דאס האב איך געמיינט, א ריזן ייש"כ
וואס איז די פסק בי"ד אויף וואס מ'חתמ'ט דארט?

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 27, 2018 2:04 pm
דורך וואץ
להודיע האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:געהערט איבער עפעס א גאר נאענטער תלמיד (ניין יאר געווען שבת בחור) פונעם חתם סופר מחבר ספר "שבט שמעון", וואס די גרויסע תלמידים פונעם חתם סופר האבן זיך געמיטשעט מיט אים, זיך נישט ווילנדיג צושטעלן צום טיילונג.

איינער ווייסט מער איבער די תלמיד? און צו ער האט איבערגעלאזט דורות?

אגב סיפר כ"ק אדמו"ר מטאהש זי"ע אז זיין זיידע השרף מטאהש זי"ע איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר פערלס וואס האט זיך ליידער נישט צוגעשטעלט צום טיילונג (ומה שנעשה עם דורותיו ידוע), יארן שפעטער ווען זיי האבן זיך אמאל געטראפן האט דער שרף איבערגעזאגט פאר זיין געוועזענעם רבין אלע חידושים וואס ער האט געהאט געהערט פון אים, זאגנדיג דערנאך "איך האב מער נישט געהאט קיין כח זיך ארומצוטראגן מיט זיינע סחורה"

דער תלמיד וואס האט זיך קודם נישט געוואלט צו שטעלען צום טיילונג איז געווען מיין זיידע הגאון רבי אברהם שאג זצ"ל (וואס דער חתם סופר זי"ע האט געזאגט אויף אים אז ער איז זיין געלונגענסטע תלמיד אין אלעס). זיינע נימוקים און די סיבות פארוואס ער האט זיך צום סוף יא צוגעשטעלט, און עס נאך אנגעפירט; איז ברייט באשריבען אין זיין תולדות.



סידיראם רעדט פונעם בעל מחבר שבט שמעון. הג"ר שמעון סידאן ז"ל אב"ד טירנא.

היום הוא יומא דהילולא שלו הג''ר שמעון ב''ר יהודה זצ''ל נפטר ביום י''ט כסלו תרנ''ב לפ''ק

דר' ריינער

געשריבן: פרייטאג יוני 21, 2019 10:43 am
דורך הלבלר בקולמסו
בערך תר"צ - תש"י איז געווען מזכיר הלשכה איינער דר' יצחק אייזיק ריינער,
אפשר איז דא איינער וואס ווייסט מי הוא זה? און צו איז ער מקושר צו הרצו"פ [ספר יבא חיים - ווייטצען תרע"ז] ער איז געווען א בחור דעמאלט כמבוא' במ"א שם.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 21, 2020 10:43 pm
דורך א גוטן יונה
געהערט לעצטענס א מעשה אז ביים אסיפה פונעם טיילונג האט מען געדארפט האבן געלט, האבן די רבנים געבעטען איינעם בערגער ער זאל געבן געלט און ר' הלל קאלאמייער האט אים אנגעווינטשען אריכות ימים און ער האט געלעבט 100 יאר, איינער ווייסט מער דיטעילס איבער די מעשה?

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 12:19 am
דורך למדן וצדיק
סאיז באקאנט די גרויסע אסיפה אין מיהאלאוויץ וואס איז פארגעקומען עטליכע יאר פאר די פרשה פון די טיילונג ווי עס איז דארט ארויסגעגעבן געווארן די באקאנטע "תקנות מיהאלאוויץ". די אסיפה אין מיהאלאוויץ האט נישט עכט דירעקט געהאט קיין שייכות מיט די פרשה פון די טיילונג, אבער אומדירעקט האט עס געהאט א שטיקל השפעה, און די פרשה פון די אסיפת מיהאלאוויץ און די פרשה פון די טיילונג ווערט אפט פארעכנט ווי אלס איין גרויסע פרשה.

ווי באקאנט האבן נישט אלע גדולי ישראל פון אונגארן אונטערגעשריבן אויף די תקנות מיהאלאוויץ אפילו אזעלכע גדולים וואס האבן שפעטער שטארק געשטיצט די טיילונג. א טייל פון די גדולים האבן זיך געהאט זייערע סיבות פארוואס זיי האבן נישט געוואלט אונטערשרייבן און אויף א טייל איז אויך באקאנט פארשידענע מעשיות. פון דער מהר"ם שיק איז באקאנט די בריוו וואס איז אריינגעדרוקט אין די תשובות ווי ער איז מסביר פארוואס ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן.

כדי צו ארויסהאבן קלארער די פרשה און צו האבן א בעסערע פערספעקטיוו האב איך אמאל געוואלט צאמגעשטעלן א שטיקל רשימה פון די גדולי ישראל פון יענע צייט פון אונגארן פון די וואס האבן יא און פון די וואס האבן נישט אונטערגעשריבן די תקנות.

למעשה צאמצושטעלן אזא רשימה איז א בחינה פון אין לדבר סוף ווייל אויב וועט מען אריינרעכענען יעדע רב און דיין פון יעדן קליינעם שטעטל וועט זיך עס קיינמאל נישט ענדיגן האב איך לעת עתה נאר צאמגעשטעלט א רשימה פון גדולי ישראל מיט די פאלגענדע תנאים:

א) נאר ממש דירעקטע תלמידים פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע. וועגן דעם למשל האב איך נישט אריינגעלייגט דער מנוחת אשר, הג"ר ירמיהו לעוו און נאך וואס האבן נישט אונטערגעשריבן וואס אפילו זיי זענען פון די גרעסטע רבנים אין אונגארן אין יענע צייט זענען זיי אבער נישט געווען קיין תלמידים פונעם חת"ס. און ווי פארשטייט זיך פון די אנדערע זייט די גאר גרויסע רבנים וואס האבן יא אונטערגעשריבן ווי למשל דער ייטב לב און הג"ר שלמה גאנצפריעד בעל קיצור שו"ע און נאך וואס זענען אויך נישט געווען קיין תלמידי חת"ס.

ב) נאר אזעלכע וואס האבן דעמאלטס משמש געווען ברבנות אין אונגארן און נישט קיין אנדערע פלעצער. וועגן דעם למשל האב איך נישט אריינגעלייגט הג"ר שמעון סופר וואס איז דעמאלטס געווען רב אין קראקא און האט געהאט א גרויס טייל אין די פרשה פון די טיילונג און האט אבער נישט אונטער געשריבן אויף די מיהאלאוויץ תקנות.

ג) נאר אזעלכע וואס האבן משמש געווען ברבנות אין א שטאט, נישט קיין דיינים, מוצי"ם אדער שוחטים וכדומה.

[align=center]***[/align]
גאונים ורבנים תלמידי החת"ס שלא חתמו על תקנות מיהאלאוויץ


הג"ר אברהם שאג
מרן הגאון המהר"ם שיק
מרן הגאון הכתב סופר
הג"ר חיים צבי מאנהיימער אב"ד אונגוואר
הג"ר חזקי' פייוול פלויט אב"ד שוראן בעל ליקוטי חבר בן חיים
הג"ר אליעזר זוסמאן סופר אב"ד פאקש
הג"ר יואל אונגאר אב"ד פאקש
הג"ר דוד שיק אב"ד טאקייא
הג"ר מאיר אבעלעס אב"ד קיצע
הג"ר מנחם כ"ץ פרוסטיץ אב"ד צעהלים
הג"ר ישראל יצחק אהרן לאנדסבערג אב"ד גרויסווארדיין
הג"ר אהרן יוסף שמואל סג"ל אב"ד טרענטשין
הג"ר חיים בצלאל פאנעט אב"ד טאשנאד
הג"ר אברהם אהרן פשערהויפער אב"ד פרויענקירכן
הג"ר אברהם יעקב קאפל זינגער אב"ד לאשאנץ
הג"ר אברהם צבי אבעלעס אב"ד שארבאגארד
הג"ר אהרן קוטנא אב"ד טאטוס
הג"ר אהרן דוד דייטש אב"ד יארמוט
הג"ר אליעזר ווינטער אב"ד שטאמפען
הג"ר אליקים געץ האן אב"ד גיירינג
הג"ר אשר אנשיל הירשלער אב"ד נאמעסוויט
הג"ר בירך אברהם טינטנר - אוסטערליץ אב"ד סקאליץ
הג"ר בנימין זאב וואלף זוסמאן סופר אב"ד חברה ש"ס בודאפעסט
הג"ר בנימין זאב וואלף פוקס אב"ד סערעד
הג"ר גבריאל הלוי דעסויער אב"ד באלאטאן-פעקאיאר
הג"ר ידידי' גוטליב פישער אב"ד שטוהל-ווייסנבורג
הג"ר יוחנן הלוי שפיץ אב"ד טאב
הג"ר יוסף וואלף אב"ד קאלאטשא
הג"ר יוסף דוב לאק אב"ד מעדיער
הג"ר יעקב עהרליך אב"ד נאדאש
הג"ר מנחם גרשון גרינוואלד אב"ד קערעסטיר
הג"ר מנחם מענדל פרידלענדער אב"ד יערגין
הג"ר מרדכי ארי' לייבוש וואלד אב"ד העלמעץ
הג"ר משה הערצפעלד אב"ד סילאש באלהאש
הג"ר משה וויינרעבע אב"ד שליינינג
הג"ר משה לעווינגער אב"ד ווייטצען
הג"ר נפתלי סופר אב"ד ניידארף
הג"ר נפתלי הירץ קלעצקין אב"ד שימבורג
הג"ר נתן נטע קאלמאן אב"ד טשארנא
הג"ר נתן צבי בלומגראנד אב"ד באלעשאף
הג"ר עקיבא פישער אב"ד טעטה
הג"ר פינחס יהודה פייפער אב"ד קאוועגרעש
הג"ר שלמה דייטש אב"ד נייטרא
הג"ר שמעון ווינער אב"ד לאשברין
(הג"ר שמעון סידאן אב"ד טירנא)
הג"ר שמעון פרידמאן אב"ד גאלאנטא
הג"ר שרגא פייש יונגרייז אב"ד טשעטשע


גאונים ורבנים תלמידי החת"ס שחתמו על תקנות מיהאלאוויץ


הג"ר חיים יוסף גאטליעב אב"ד סטראפקוב
הגה"צ ר' הילל קאלאמייער
הגאון בעל קול אריה אב"ד מאדע
הגאון בעל מחנה חיים אב"ד בודאפעסט
הג"ר מאיר פערלס אב"ד קראלי
הג"ר יהושע אהרן צבי וויינבערגער אב"ד מארגערעטן
הג"ר אהרן גרינבערגער אב"ד מיהאלאוויץ
הג"ר משה כ"ץ גראס אב"ד ניידארף
הג"ר חיים אברהם ארנשטיין אב"ד בארדיוב
הג"ר אהרן פריעד אב"ד בעסערמין
הג"ר בנימין זאב וואלף מאנדלבוים אב"ד סאטמאר
הגאון בעל מעגלי צדק מדעעש
הג"ר פינחס וויינבערגער אב"ד נעגרעשט
הג"ר יחזקאל משולם טעללער אב"ד נירמאדע
הג"ר ישראל אפרים פישל סופר אב"ד נאנאש
הג"ר הילל פאלאק אב"ד סאסרעגן
הג"ר מרדכי צבי שלעזינגער אב"ד נאדפאללע
הג"ר שמואל גינז אב"ד אבראהאם

געשריבן: מיטוואך יאנואר 22, 2020 6:06 am
דורך גלאזער
לבלר האט געשריבן:בערך תר"צ - תש"י איז געווען מזכיר הלשכה איינער דר' יצחק אייזיק ריינער,
אפשר איז דא איינער וואס ווייסט מי הוא זה? און צו איז ער מקושר צו הרצו"פ [ספר יבא חיים - ווייטצען תרע"ז] ער איז געווען א בחור דעמאלט כמבוא' במ"א שם.

גראדע דרוקט מען יעצט איבער דער יבא חיים

געשריבן: מיטוואך פעברואר 12, 2020 6:55 am
דורך Yossi3183
מיללער האט געשריבן:יישר-כחכם הרב מברוקלין, מיינע הערות הנוגעים להצילום אין באלד.

ברוקלין האט געשריבן:
דאס זענען א טייל רבנים וואס זענען געווען ביי די קונגרעס, ולכאורה הוא הוא.

הגה"ק: ר' שמואל סופר אב"ד מאטסדורף החתן סופר,
ר' מנחם א"ש אב"ד אנגוואר (שוין געטראפען),
ר' שמואל פרענקעל אב"ד דאראג (שוין געטראפען),
ר' ישעי' בייערן אב"ד שארשאפאטאק,
ר' שאול עהרענפעלד אב"ד סיקסא,
ר' שמעון יהודה פאמפעדער אב"ד מאגענדארף,
ר' משה אריה פריינד מסיגוט,
ר' שלמה גאנצפריעד (שוין געטראפען)
ר' שמואל גינצלער אב"ד אויבערווישווא מח"ס משיב נפש,
ר' ירמי' לעוו אב"ד איהעל ה'דברי ירמיה',
ר' מרדכי יהודה לעוו אב"ד אינטערדאם,
ר' חיים צבי מאנהיימער אב"ד ווערבוי (ואח"כ אב"ד אונגוואר),
ר' נחמן מילער אב"ד סעטשין,
ר' יהודה מודרן מסיגוט (שוין אויסגערעכענט),
ר' מנחם מענדל פאנטה אב"ד דעש ה'מעגלי צדק'
ר' יצחק רייך מעירו טעמישוואר - שוין געטראפן (נישט ר' קאפל) # 5
ר' משה שרייבער (בן הכתב סופר) מעירו אודווארהלי,
ר' חיים סופר אב"ד מונקאטש (ואח"כ אב"ד פעסט) המחנה חיים,
ר' יעקב סנידערס אב"ד ראאב,
ר' משה שיק אב"ד חוסט (שוין געטראפען),
ר' שרגא צבי טענענבוים אב"ד סענדרא (ואח"כ אב"ד טשאטה) ה'נטע שורק' (שוין געטראפען),
ר' פנחס ווינבערגער אב"ד ניגערעשט - שוין געטראפן # 18ר' אברהם יצחק ווינבערגער אב"ד קליינוארדיין
ר' אהרן יהשוע צבי ווינבערגער אב"ד מאגרעטען - ר' יהושע צבי וויינבערגער-שוסבורג בעמח"ס מהריא"ץ ממארגערעטען איז ווארשיינליך 'הערמאן וויינבערגער' # 10 אויף מיין ליסטע
ר' אברהם שאג אב"ד קויבערסדאף זי"ע - 15 (פארשלאפן)

צ״ל ר׳ נתן מיללער אב״ד סעטשין

געשריבן: מיטוואך פעברואר 12, 2020 2:34 pm
דורך אונגארישע הייזער
למדן וצדיק האט געשריבן:[align=center]***[/align]
גאונים ורבנים תלמידי החת"ס שלא חתמו על תקנות מיהאלאוויץ




.

געשריבן: מיטוואך פעברואר 12, 2020 2:42 pm
דורך אונגארישע הייזער
Gevald Geshrigen האט געשריבן:א פחד פון א מעשה פון ר׳ מאיר פערלס זצ״ל איז באקאנט אז ר׳ הלל מקאלאמיי האט מתפלל געווען אז עס זאל אים נישט איבערבלייבן א נין ונכד בישראל. איך האב געהערט פון א איד וואס האט געטון געשעפטן מיט ר׳ מאיר׳ס אן אייניקל וואס איז א בעל תשובה און האט אויפגעשטעלט א פרומע משפחה און האט אליינס פארציילט פון ר׳ הלל און האט צוגעלייגט אז ער איז שוין דער פערטער דור און איז שוין נישט אין כלל פון נין ונכד.


זייער א שיינער אשכול דאס, הלואי ירבו כמותו אויפן וועלטל
לגבי ר' מאיר פערלס, איז ידוע ביי נכדי זקיני הרבני החסיד ר' טובי' גדלי' פריינד ז"ל מעיר קראלי אז ר' טובי' גדלי' האט געפירט א מלחמת חרמה אקעגן ר' מאיר הנ"ל נאכדעם וואס ער האט זיך נישט געוואלט צושטעלן, עד כדי כך אז איין נאכט האט ער זיך איינגעבראכן אין זיין שטיבל און דארטן געטראפן ספרי חיצונים, און ער איז ארומגעגאנגען אין די גאנצע שטאט מפרסם זיין וואס ער האט געטראפן ביים רב כדי דער עולם זאל זיך אפטיילן, און די חברה האבן איהם פאר'מסר'ט פאר די באהערדע און מען האט איהם געוואלט ארעסטירן איז ער אנטלאפן קיין ארץ ישראל און דארט אויסגעלעבט זיינע יארן, ומנו"כ בהר הזיתים בחלקת הרבנים סמוך ונראה לציונו של ר' אברהם שאג זצ"ל ור' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל
יהא זכרו ברוך

Re:

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 2:09 pm
דורך נחוניא
א גוטן יונה האט געשריבן:געהערט לעצטענס א מעשה אז ביים אסיפה פונעם טיילונג האט מען געדארפט האבן געלט, האבן די רבנים געבעטען איינעם בערגער ער זאל געבן געלט און ר' הלל קאלאמייער האט אים אנגעווינטשען אריכות ימים און ער האט געלעבט 100 יאר, איינער ווייסט מער דיטעילס איבער די מעשה?

דער עושר איז געווען ר' זלמן בערגער
די מעשה דארף צו שטיין אינעם ספר פון זיין אייניקל הגרי"ש אונגער זצ"ל

Re:

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2020 4:57 pm
דורך קאנטרי מאוד
למדן וצדיק האט געשריבן:סאיז באקאנט די גרויסע אסיפה אין מיהאלאוויץ וואס איז פארגעקומען עטליכע יאר פאר די פרשה פון די טיילונג ווי עס איז דארט ארויסגעגעבן געווארן די באקאנטע "תקנות מיהאלאוויץ". די אסיפה אין מיהאלאוויץ האט נישט עכט דירעקט געהאט קיין שייכות מיט די פרשה פון די טיילונג, אבער אומדירעקט האט עס געהאט א שטיקל השפעה, און די פרשה פון די אסיפת מיהאלאוויץ און די פרשה פון די טיילונג ווערט אפט פארעכנט ווי אלס איין גרויסע פרשה.

ווי באקאנט האבן נישט אלע גדולי ישראל פון אונגארן אונטערגעשריבן אויף די תקנות מיהאלאוויץ אפילו אזעלכע גדולים וואס האבן שפעטער שטארק געשטיצט די טיילונג. א טייל פון די גדולים האבן זיך געהאט זייערע סיבות פארוואס זיי האבן נישט געוואלט אונטערשרייבן און אויף א טייל איז אויך באקאנט פארשידענע מעשיות. פון דער מהר"ם שיק איז באקאנט די בריוו וואס איז אריינגעדרוקט אין די תשובות ווי ער איז מסביר פארוואס ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן.

כדי צו ארויסהאבן קלארער די פרשה און צו האבן א בעסערע פערספעקטיוו האב איך אמאל געוואלט צאמגעשטעלן א שטיקל רשימה פון די גדולי ישראל פון יענע צייט פון אונגארן פון די וואס האבן יא און פון די וואס האבן נישט אונטערגעשריבן די תקנות.

למעשה צאמצושטעלן אזא רשימה איז א בחינה פון אין לדבר סוף ווייל אויב וועט מען אריינרעכענען יעדע רב און דיין פון יעדן קליינעם שטעטל וועט זיך עס קיינמאל נישט ענדיגן האב איך לעת עתה נאר צאמגעשטעלט א רשימה פון גדולי ישראל מיט די פאלגענדע תנאים:

א) נאר ממש דירעקטע תלמידים פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע. וועגן דעם למשל האב איך נישט אריינגעלייגט דער מנוחת אשר, הג"ר ירמיהו לעוו און נאך וואס האבן נישט אונטערגעשריבן וואס אפילו זיי זענען פון די גרעסטע רבנים אין אונגארן אין יענע צייט זענען זיי אבער נישט געווען קיין תלמידים פונעם חת"ס. און ווי פארשטייט זיך פון די אנדערע זייט די גאר גרויסע רבנים וואס האבן יא אונטערגעשריבן ווי למשל דער ייטב לב און הג"ר שלמה גאנצפריעד בעל קיצור שו"ע און נאך וואס זענען אויך נישט געווען קיין תלמידי חת"ס.

ב) נאר אזעלכע וואס האבן דעמאלטס משמש געווען ברבנות אין אונגארן און נישט קיין אנדערע פלעצער. וועגן דעם למשל האב איך נישט אריינגעלייגט הג"ר שמעון סופר וואס איז דעמאלטס געווען רב אין קראקא און האט געהאט א גרויס טייל אין די פרשה פון די טיילונג און האט אבער נישט אונטער געשריבן אויף די מיהאלאוויץ תקנות.

ג) נאר אזעלכע וואס האבן משמש געווען ברבנות אין א שטאט, נישט קיין דיינים, מוצי"ם אדער שוחטים וכדומה.

[align=center]***[/align]
גאונים ורבנים תלמידי החת"ס שלא חתמו על תקנות מיהאלאוויץ


הג"ר אברהם שאג
מרן הגאון המהר"ם שיק
מרן הגאון הכתב סופר
הג"ר חיים צבי מאנהיימער אב"ד אונגוואר
הג"ר חזקי' פייוול פלויט אב"ד שוראן בעל ליקוטי חבר בן חיים
הג"ר אליעזר זוסמאן סופר אב"ד פאקש
הג"ר יואל אונגאר אב"ד פאקש
הג"ר דוד שיק אב"ד טאקייא
הג"ר מאיר אבעלעס אב"ד קיצע
הג"ר מנחם כ"ץ פרוסטיץ אב"ד צעהלים
הג"ר ישראל יצחק אהרן לאנדסבערג אב"ד גרויסווארדיין
הג"ר אהרן יוסף שמואל סג"ל אב"ד טרענטשין
הג"ר חיים בצלאל פאנעט אב"ד טאשנאד
הג"ר אברהם אהרן פשערהויפער אב"ד פרויענקירכן
הג"ר אברהם יעקב קאפל זינגער אב"ד לאשאנץ
הג"ר אברהם צבי אבעלעס אב"ד שארבאגארד
הג"ר אהרן קוטנא אב"ד טאטוס
הג"ר אהרן דוד דייטש אב"ד יארמוט
הג"ר אליעזר ווינטער אב"ד שטאמפען
הג"ר אליקים געץ האן אב"ד גיירינג
הג"ר אשר אנשיל הירשלער אב"ד נאמעסוויט
הג"ר בירך אברהם טינטנר - אוסטערליץ אב"ד סקאליץ
הג"ר בנימין זאב וואלף זוסמאן סופר אב"ד חברה ש"ס בודאפעסט
הג"ר בנימין זאב וואלף פוקס אב"ד סערעד
הג"ר גבריאל הלוי דעסויער אב"ד באלאטאן-פעקאיאר
הג"ר ידידי' גוטליב פישער אב"ד שטוהל-ווייסנבורג
הג"ר יוחנן הלוי שפיץ אב"ד טאב
הג"ר יוסף וואלף אב"ד קאלאטשא
הג"ר יוסף דוב לאק אב"ד מעדיער
הג"ר יעקב עהרליך אב"ד נאדאש
הג"ר מנחם גרשון גרינוואלד אב"ד קערעסטיר
הג"ר מנחם מענדל פרידלענדער אב"ד יערגין
הג"ר מרדכי ארי' לייבוש וואלד אב"ד העלמעץ
הג"ר משה הערצפעלד אב"ד סילאש באלהאש
הג"ר משה וויינרעבע אב"ד שליינינג
הג"ר משה לעווינגער אב"ד ווייטצען
הג"ר נפתלי סופר אב"ד ניידארף
הג"ר נפתלי הירץ קלעצקין אב"ד שימבורג
הג"ר נתן נטע קאלמאן אב"ד טשארנא
הג"ר נתן צבי בלומגראנד אב"ד באלעשאף
הג"ר עקיבא פישער אב"ד טעטה
הג"ר פינחס יהודה פייפער אב"ד קאוועגרעש
הג"ר שלמה דייטש אב"ד נייטרא
הג"ר שמעון ווינער אב"ד לאשברין
(הג"ר שמעון סידאן אב"ד טירנא)
הג"ר שמעון פרידמאן אב"ד גאלאנטא
הג"ר שרגא פייש יונגרייז אב"ד טשעטשע


גאונים ורבנים תלמידי החת"ס שחתמו על תקנות מיהאלאוויץ


הג"ר חיים יוסף גאטליעב אב"ד סטראפקוב
הגה"צ ר' הילל קאלאמייער
הגאון בעל קול אריה אב"ד מאדע
הגאון בעל מחנה חיים אב"ד בודאפעסט
הג"ר מאיר פערלס אב"ד קראלי
הג"ר יהושע אהרן צבי וויינבערגער אב"ד מארגערעטן
הג"ר אהרן גרינבערגער אב"ד מיהאלאוויץ
הג"ר משה כ"ץ גראס אב"ד ניידארף
הג"ר חיים אברהם ארנשטיין אב"ד בארדיוב
הג"ר אהרן פריעד אב"ד בעסערמין
הג"ר בנימין זאב וואלף מאנדלבוים אב"ד סאטמאר
הגאון בעל מעגלי צדק מדעעש
הג"ר פינחס וויינבערגער אב"ד נעגרעשט
הג"ר יחזקאל משולם טעללער אב"ד נירמאדע
הג"ר ישראל אפרים פישל סופר אב"ד נאנאש
הג"ר הילל פאלאק אב"ד סאסרעגן
הג"ר מרדכי צבי שלעזינגער אב"ד נאדפאללע
הג"ר שמואל גינז אב"ד אבראהאם
.

א געוואלדיגע היסטארישע ארבעט.

אפשר מאכסטו א ליסטע פון אלע גדולי אונגארן נישט תלמידי החת"ס וואס האבן יא אדער נישט אינטערגעשריבן?

ווי אויך אפילו אסאך האבן נישט אינטערגעשריבן, איז עס דאכט זיך נאכאלס אנגענומען געווארן שפעטער ביי יעדעם, וויל איך וויסן מעיקרא מאי קסברי רבנן ולבסוף ווען איז עס נתפשט געווארן, א געוואלדיגע ייש"כ פאר אלע משיבים ומגיבים כאו"א בשמו הטוב יבורך.

Re: די טיילונג אין אונגארן

געשריבן: מאנטאג יולי 05, 2021 11:51 am
דורך יהוסף
rjch_a_1796371_f0001_oc.jpeg
rjch_a_1796371_f0001_oc.jpeg (249.43 KiB) געזען 625 מאל


כ'האב דאס געפינען אנליין (לכבוד דעם 150 יארטאג פון דעם אידישען קאנגרעס) - עס איז דער אויסשטעל פון די זיצען ביים קאנגרעס אין פעסט בשנת תרכ"ט
זיי שרייבען אז די נעאלאגען זענען בעיקר געזיצען אויפען רעכטכן זייט (117 זיצען) און די ארטעדאקסען בעיקר אויפען לינקען זייט (99 זיצען)
עס איז נישט אזוי קלאר (כ'האב פרובירט צו זיכען די נאמען פון מיין זיידען הגה"צ רבי מרדכי יודה לעוו זצ"ל אב"ד אינטערדאם אבער אן ערפאלג)
אפשר קען איינער דא אויסקלארען און צישטעלען די נעמען פון די גדולים אוואו יעדער איז געזיצן?

Re: די טיילונג אין אונגארן

געשריבן: מאנטאג יולי 05, 2021 2:09 pm
דורך נא_שכל
אפשר שטעלסטו א לינק מ'זאל קענען אראפנעמען די ארגינעלע וואס איז מער קלאר.