בלאט 5 פון 7

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:16 pm
דורך אויסגערעכנט
ווען עס וואלט ווען געווען א חתם סופר נאכן קריג וואלטן אסאך זאכן אנדערש אויסגעזען

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:28 pm
דורך נא_שכל
אויסגערעכנט האט געשריבן:אויב איינער וויל וויסן צו עס האט זיך געלוינט זאל ער קוקן וואס עס איז געבליבן פון די וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט.

פון די אנדערע זייט קען מען טענה'ן אז ווען נישט מ'שניידט זיי ארויס, וואלט זיי זיך נישט אזוי דערקייקלט, ובפרט די שטאטוס-קווא.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:34 pm
דורך קיקיון
פרעג די גאליציאנער שואלים
צו מען קען מדמה זיין דעם מספר פון קינדער פון פרומע שטיבער וואס זענען פארפאלען געווארען?
פארוואס האט מען געזאגט אז אין באבאוו איז נישט דא קיין בכורים?
ווייל די טאטעס האבען געשיקט די אינגערע ווען די עלטערע זענען אפפגעפארען
פארוואס האבען בעלזא רב און ר שמעון סופר מיסד געווען שומרי הדת?
פארוואס האט דער אמרי אמת געשריבען דעם בריעף פאר די גבאים אין די שטיבלעך?

די אפגעפארנע ? וואס האסט די מיט זיי? זיי ווילען פארשטיין?

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:35 pm
דורך SPUSMN
נא_שכל האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:אויב איינער וויל וויסן צו עס האט זיך געלוינט זאל ער קוקן וואס עס איז געבליבן פון די וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט.

פון די אנדערע זייט קען מען טענה'ן אז ווען נישט מ'שניידט זיי ארויס, וואלט זיי זיך נישט אזוי דערקייקלט, ובפרט די שטאטוס-קווא.

דאס איז דער צווייטער דיבעיט, צו נאכען טיילונג צו מען האט געדארפט אסר'ן דער סטאטוס קווא און זיי מאכען גלייך ווי די נעאלאגען.

רבי אברהם שאג שיקט א בריוו נאכען טיילונג צום ראש הקהל אין פריישטאדט (זיין היים שטאט) ווי ער שרייבט אים אז פאר דער טיילונג זענען די וואס זענען נישט מיט געשטאנען געווען שוגגים און מען קען צו זיי נישט האבען קיין טענות; אבער יעצט נאך דער טיילונג "מוזען" זיי זיך צושטעלען צום טיילונג.

קומט אויס אז שילדיג צו וואס דער שטאטוס-קווא האט זיך דערקייקעלט פאלט סקווער אויף די וואס האבען זיך געבליבען שלאגען פארען שטאטוס קווא.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:42 pm
דורך סידיראם
SPUSMN האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:געהערט איבער עפעס א גאר נאענטער תלמיד (ניין יאר געווען שבת בחור) פונעם חתם סופר מחבר ספר "שבט שמעון", וואס די גרויסע תלמידים פונעם חתם סופר האבן זיך געמיטשעט מיט אים, זיך נישט ווילנדיג צושטעלן צום טיילונג.

איינער ווייסט מער איבער די תלמיד? און צו ער האט איבערגעלאזט דורות?

אגב סיפר כ"ק אדמו"ר מטאהש זי"ע אז זיין זיידע השרף מטאהש זי"ע איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר פערלס וואס האט זיך ליידער נישט צוגעשטעלט צום טיילונג (ומה שנעשה עם דורותיו ידוע), יארן שפעטער ווען זיי האבן זיך אמאל געטראפן האט דער שרף איבערגעזאגט פאר זיין געוועזענעם רבין אלע חידושים וואס ער האט געהאט געהערט פון אים, זאגנדיג דערנאך "איך האב מער נישט געהאט קיין כח זיך ארומצוטראגן מיט זיינע סחורה"

דער תלמיד וואס האט זיך קודם נישט געוואלט צו שטעלען צום טיילונג איז געווען מיין זיידע הגאון רבי אברהם שאג זצ"ל (וואס דער חתם סופר זי"ע האט געזאגט אויף אים אז ער איז זיין געלונגענסטע תלמיד אין אלעס). זיינע נימוקים און די סיבות פארוואס ער האט זיך צום סוף יא צוגעשטעלט, און עס נאך אנגעפירט; איז ברייט באשריבען אין זיין תולדות.

און דער ערשטע טאהשער רבי זצ"ל איז געווען א תלמיד מובהק פון הגאון רבי אברהם שאג (און וועמען ער שרייבט אז ער איז געווען צו אים ווי א טאטע). ער איז נישט געווען א תלמיד (לפי ידיעתי) בכלל פון הגאון רבי מאיר פערלס זצ"ל (וואס איז געווען דער גרעסטע תלמיד פון חתם סופר קעגען דער טיילונג).

אין מיין מיינונג (פון אלעס וואס כ'האב געזעהן ביז אהער); ווען נישט רבי אברהם שאג, וואלט נישט געווען א טיילונג. ווייל אנדערע תלמידי חתם סופר (און מען רעדט צעהנדליגע) וואלטען אן גענומען זיין חות דעת. פאר זיין ווארט האט געציטערט גאנץ אונגארן.

דאס איז קלאר (צו מיר און אנדערע וואס האבען שטארק א דורך געטוהן דער נושא), אז דער טיילונג האט געראטעוועט אונגארישע אידענטום.

די מאכסט דא א מישמאש.

טאשער רבי השרף איז יא געווען א תלמיד פון רבי מאיר פערלס און די מעשה איז געווען מיט אים.

ווער רעדט דא פון רבי אברהם שאג? ליין נעקסט טיים בעסער מיין תגובה, ווי איך האב קלאר ארויסגעשריבן אז איך רעד פונעם תלמיד החת"ס מחבר ספר "שבט שמעון" וואס האט זיך נישט צוגעשטעלט צום טיילונג

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:46 pm
דורך סידיראם
נא_שכל האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:אויב איינער וויל וויסן צו עס האט זיך געלוינט זאל ער קוקן וואס עס איז געבליבן פון די וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט.

פון די אנדערע זייט קען מען טענה'ן אז ווען נישט מ'שניידט זיי ארויס, וואלט זיי זיך נישט אזוי דערקייקלט, ובפרט די שטאטוס-קווא.

שטותים. ווען מען שניידט זיי נישט ארויס וואלטן זיי ארויסגעשניטן כלל ישראל מחיק אביהם שבשמים. זיי האבן זיך געוואלט בעלבת'ווען אויף אלע קהילות, און ווען נישט די טיילונג וואלט נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון יהדות אונגארן.

אגב דער הייליגער בני יששכר אין מעיין גנים שרייבט די זעלבע אז מען דארף זיי אויסשפייען פון כלל ישראל לעשות פתם ויינם יין נסך וכו' והי' המחנה הנשאר לפליטה

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:53 pm
דורך SPUSMN
סידיראם האט געשריבן:

טאקע פארפעלט די פיר ווערטער ווי איר שרייבט אז עס איז דער שבט שמעון; ווייל די איבעריגע פונעם שורה האט געשטימט מיט רבי אברהם שאג פאר דער טיילונג, און רבי אברהם שאג האט געלערענט ביים חתם סופר 7-8 יאר, און אויך געווען מאוכלי שלחנו און נאך מער דער חתם סופר האט אים חתונה געמאכט און געווען העומד מצד החתן (הגאון רבי אברהם שאג איז געווען א יתום מאביו).

דאס אז ער האט זיך קודם נישט געוואלט צושטעלען צום טיילונג שטייט אויך אין ספר 'מלחמת מצוה' אבער בעילום שמו.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 7:00 pm
דורך SPUSMN
סידיראם האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:אויב איינער וויל וויסן צו עס האט זיך געלוינט זאל ער קוקן וואס עס איז געבליבן פון די וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט.

פון די אנדערע זייט קען מען טענה'ן אז ווען נישט מ'שניידט זיי ארויס, וואלט זיי זיך נישט אזוי דערקייקלט, ובפרט די שטאטוס-קווא.

שטותים. ווען מען שניידט זיי נישט ארויס וואלטן זיי ארויסגעשניטן כלל ישראל מחיק אביהם שבשמים. זיי האבן זיך געוואלט בעלבת'ווען אויף אלע קהילות, און ווען נישט די טיילונג וואלט נישט געבליבן קיין שריד ופליט פון יהדות אונגארן.

אגב דער הייליגער בני יששכר אין מעיין גנים שרייבט די זעלבע אז מען דארף זיי אויסשפייען פון כלל ישראל לעשות פתם ויינם יין נסך וכו' והי' המחנה הנשאר לפליטה

דער צד קעגען דער טיילונג איז געווען דער רוב (א געפעלשטע רוב אדער א אמת'ע, אבער א רוב זענען זיי געווען), און טאקע ביים קאנגרעס האבען זיי איבער גענומען דאס ווארט און געטוהן וואט זיי האבען געוואלט מיטען כח פון רוב האבען זיי מכריע געווען אז דער שלחן ערוך איז זיי נישט מחייב [עפרם לפיהם].

דאס האט גורם געווען פארען מחנה חיים צו שרייען מי לה' אלי, און מען האט פארלאזט די קאנגרעס. ס'געווען וואס האבען זיך געיושב'ט (אפשר ארבעטען פון אינעווייניג) אבער ווען זיי האבען געזעהן ווי דער גרויסער גאון רבי אברהם שאג פארלאזט דער קאנגרעס האבען זיי געטוהן ווי ער. אזוי שרייבט דער מעגלי צדק צו הגאון רבי מרדכי יודא לעוו זצ"ל אבד"ק אינטערדאם.

מען האט זיך אפגעטיילט, ווייל אויב נישט וואלטען די נעאלאגען געווען בעל הבית אין אונגארן אויך אויף די ארטאדאקסען און ס'וואלט נישט געבליבען א שריד ופליט.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 8:56 pm
דורך קיקיון
אויסגערעכנט האט געשריבן:ווען עס וואלט ווען געווען א חתם סופר נאכן קריג וואלטן אסאך זאכן אנדערש אויסגעזען

האסט געקענט שרייבען ווען עס וואלט ווען געווען א רמ"א נאכן קריג וואלטן אסאך זאכן אנדערש אויסגעזען
די טיילונג איז שוין געווען לאחרי פטירת החת"ס די עומדים בראש זענען געווען תלמידיו
מיר זעהן אויס ווי מיר זעהען ווייל די שארית הפליטה האט געהאט מנהיגים תלמידי תלמידיהם

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 9:42 pm
דורך יין ישן
נא_שכל האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:אויב איינער וויל וויסן צו עס האט זיך געלוינט זאל ער קוקן וואס עס איז געבליבן פון די וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט.

פון די אנדערע זייט קען מען טענה'ן אז ווען נישט מ'שניידט זיי ארויס, וואלט זיי זיך נישט אזוי דערקייקלט, ובפרט די שטאטוס-קווא.

אקדמות מילין איידער איך הייב אן צו שפרעכן וויל איך קלאר שטעלן אז איני מכניס ראשי בין ההרים אפי' נישט צו געבן הסכמתי אז די טיילונג האט אפגעראטעוועט דעם כלל ישראל אויף דעם האבן שוין עדות געזאגט צדיקים ושרפי מעלה, איך וויל נאר ארויסברענגען דאס וואס הרב נא שכל ברענגט וואס מ'קען טענה'ן, יא ס'איז באוואוסט אז ס'זענען געווען גדולים וואס האבן געהאלטן מען זאל נישט צוגיין מיט אזא שטייפע מהלך, אבער אויף דעם איז באקאנט דער גאר רייכע מאמר פון הג"ר מאיר שפירא זצוק"ל ר"י חכמי לובלין "דרך החתם סופר נצח", וואו ער לייגט אראפ זיין באזוך אין פראג און אין פרעשבורג און די געוואלדיגע חילוק וואס האט זיך אנגעזעהן, ואלו תו"ד, אז ווען די פושעים האבן געוואלט אונטערברענגען די תוה"ק איז געווען צוויי מהלכים וויאזוי ארויסצוגיין קעגן זיי, איינס ווי די חת"ס ותלמידיו האבן געהאלטן צו גיין בכל התוקף און זיך גענצליך אפטיילן פון די פושעים, ווידעראום די רבנים אין פראג (מיינענדיג לכאו' די מער דייטשע רבנים) האבן געהאלטן אז מען דארף צוגיין בדרכי נועם, זאגט ער אז עס איז אים אויסגעקומען צו באזוכן אין ביידע מקומות, איז ווען ער איז געקומען קיין פרעשבורג און געבעטן צו זעהן דעם אידישן לעבן האט מען אים געוויזן די ישיבות און די מקומות תורה ווי די תורה לעבן האט געשפרודלט כבזמן שהחת"ס הי' קיים, ווידעראום ער איז געקומען קיין פראג און ער האט געבעטן צו זעהן די אידישע לעבן דארט אין שטאט, האט מען אים געזאגט אז מ'קען נישט ביז מארגן אכט אזייגער אינדערפרי, צומארגנס האט אים זיין באגלייטער גענומען צום ביה"ח וואו עס ליגן באגראבן די גדולי עולם, האט ער געזאגט פארן באגלייטער איך וויל זעהן די אידישע "לעבן", האט ער אים געענטפערט אז אינעם ראטהויז איז דא א זייגער מיט העברעאישע בוכשטאבן, דערויף פירט אויס הגר"מ זצ"ל אז מ'קען זאגן אז די וועג פונעם חתם סופר האט געזיגט.
[פאר'ן מאמר בדיוק קוקט אינעם נארוואס ערשינענעם ס' "באילנא דחיי" ח"ב ביים שמועס פונעם פאלטיטשענער רב זצ"ל וואס איז געווען א תלמיד פון הגר"מ ברענגען זיי א העתקה פונעם מאמר]

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 9:53 pm
דורך גלאזער
SPUSMN האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:אויב איינער וויל וויסן צו עס האט זיך געלוינט זאל ער קוקן וואס עס איז געבליבן פון די וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט.

פון די אנדערע זייט קען מען טענה'ן אז ווען נישט מ'שניידט זיי ארויס, וואלט זיי זיך נישט אזוי דערקייקלט, ובפרט די שטאטוס-קווא.

דאס איז דער צווייטער דיבעיט, צו נאכען טיילונג צו מען האט געדארפט אסר'ן דער סטאטוס קווא און זיי מאכען גלייך ווי די נעאלאגען.

רבי אברהם שאג שיקט א בריוו נאכען טיילונג צום ראש הקהל אין פריישטאדט (זיין היים שטאט) ווי ער שרייבט אים אז פאר דער טיילונג זענען די וואס זענען נישט מיט געשטאנען געווען שוגגים און מען קען צו זיי נישט האבען קיין טענות; אבער יעצט נאך דער טיילונג "מוזען" זיי זיך צושטעלען צום טיילונג.

קומט אויס אז שילדיג צו וואס דער שטאטוס-קווא האט זיך דערקייקעלט פאלט סקווער אויף די וואס האבען זיך געבליבען שלאגען פארען שטאטוס קווא.

רב ספוסמן, א דיבעיט איבער וואס גדולי ישראל שמפיהם אנו חיים האבן גע'פסק'נט ? א דיבעיט ?
דער מהר"ם שיק פסק'נט אז ס'איז לא תעמוד על דם רעך

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 9:59 pm
דורך גלאזער
SPUSMN האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:..................דאס איז קלאר (צו מיר און אנדערע וואס האבען שטארק א דורך געטוהן דער נושא), אז דער טיילונג האט געראטעוועט אונגארישע אידענטום.

איך בין מוחה :i"

די שרפי מעלה דארפען דיין הסכמה ?

מיין שווער א גאליצאנער האט מיר עטליכע מאל געפרעגט דער קשיא "צו וואס האט אויס געפעלט דער טיילונג אין אונגארן"? די גאליציאנער אידען קענען נישט פארשטיין פארוואס מען האט געטוהן אזא דראסטישע שריט.

אונטער דער אונטערשלאק ווי עס איז דא א דיבעיט צווישען חוקרים צו עס האט אויס געפעלט אדער נישט; איז פאר זיי האביך געשריבען די ווערטער אז איך ווייס נאך וואס זיי ווייסען און בין קלאר ביי די מיינונג אז עס האט יא אויס געפעלט.

די גדולי ישראל דארפען טאקע נישט מיין הסכמה; אבער דער היינטיגע פארפארענע דור דארף ליידער יא הערען ווי אזעליכע ווי מיר (וואס האבען דורך געטוהן דער נושא) נעמען זיך אן פאר די שרפי מעלה. אפשר וועט עס העלפען.

ווער דען זאל זיך אן נעמען פאר די שרפי מעלה, אויב נישט אונז?

איינער וואס פרעגט וואס האט אויסגעפעלט ווייסט נישט וואס דארט איז געווען, ווען נישט מ'פועלט ביים קייזער צו קענען האבן צוויי קהלות, שטייען די נעאלאגען בראש אלע קהלות און כאשר יוציא מפיהם יעשו, לא נשתייר משונאי ישראל שריד ופליט, מ'האט נישט געמאכט א טיילונג פון איין טאג אויפן צווייטן פאר פאן..

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 10:02 pm
דורך בראשית ברא
ווארטס אויס אידן, אין אפאר וואכן קומט ארויס בע"ה א שטארקע ספר איבער די טיילונג, אלעס וועט קלאר שטיין דארט.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 10:11 pm
דורך בראשית ברא
גלאזער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:אויב איינער וויל וויסן צו עס האט זיך געלוינט זאל ער קוקן וואס עס איז געבליבן פון די וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט.

פון די אנדערע זייט קען מען טענה'ן אז ווען נישט מ'שניידט זיי ארויס, וואלט זיי זיך נישט אזוי דערקייקלט, ובפרט די שטאטוס-קווא.

דאס איז דער צווייטער דיבעיט, צו נאכען טיילונג צו מען האט געדארפט אסר'ן דער סטאטוס קווא און זיי מאכען גלייך ווי די נעאלאגען.

רבי אברהם שאג שיקט א בריוו נאכען טיילונג צום ראש הקהל אין פריישטאדט (זיין היים שטאט) ווי ער שרייבט אים אז פאר דער טיילונג זענען די וואס זענען נישט מיט געשטאנען געווען שוגגים און מען קען צו זיי נישט האבען קיין טענות; אבער יעצט נאך דער טיילונג "מוזען" זיי זיך צושטעלען צום טיילונג.

קומט אויס אז שילדיג צו וואס דער שטאטוס-קווא האט זיך דערקייקעלט פאלט סקווער אויף די וואס האבען זיך געבליבען שלאגען פארען שטאטוס קווא.

רב ספוסמן, א דיבעיט איבער וואס גדולי ישראל שמפיהם אנו חיים האבן גע'פסק'נט ? א דיבעיט ?
דער מהר"ם שיק פסק'נט אז ס'איז לא תעמוד על דם רעך

בשו"ת דברי יואל או"ח סי' י', כותב באמצע, 'מאן ספון בדור הזה לחלוק על האריות האלה'

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 10:21 pm
דורך בראשית ברא
סידיראם האט געשריבן:אגב סיפר כ"ק אדמו"ר מטאהש זי"ע אז זיין זיידע השרף מטאהש זי"ע איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר פערלס וואס האט זיך ליידער נישט צוגעשטעלט צום טיילונג (ומה שנעשה עם דורותיו ידוע), יארן שפעטער ווען זיי האבן זיך אמאל געטראפן האט דער שרף איבערגעזאגט פאר זיין געוועזענעם רבין אלע חידושים וואס ער האט געהאט געהערט פון אים, זאגנדיג דערנאך "איך האב מער נישט געהאט קיין כח זיך ארומצוטראגן מיט זיינע סחורה"

אמר פעם א' לרבינו זי"ע על אודות חיבוריו שנשארו בכת"י, ואמר שהוא טובה לנשמתו, לענין נסיון, שבזה לא רואים גדלותו בתורה. [אולי נדפס במוש"י?]
אגב ראה במצורף

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 10:31 pm
דורך קיקיון
יין ישן האט געשריבן:.................... אבער אויף דעם איז באקאנט דער גאר רייכע מאמר פון הג"ר מאיר שפירא זצוק"ל ר"י חכמי לובלין "דרך החתם סופר נצח", וואו ער לייגט אראפ זיין באזוך אין פראג און אין פרעשבורג און די געוואלדיגע חילוק וואס האט זיך אנגעזעהן,...................

דער חת"ס האט געזיגט פון הרב מאיר שפירא זצ"ל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 10:55 pm
דורך נא_שכל
לאמיך קלארשטעלן וואס כ'האב געשריבן, כ'זעה אז מ'האט מיך שלעכט פארשטאנען.

כ'האב בכלל נישט גערעדט צו מ'האט יאר אדער נישט זיך געדארפט אפטיילן, נאר "אויסגערעכענט" האט געשריבן, אז מ'קען זיך ברענגן א "ראיה" אז ס'האט זיך געלוינט, פון דעם וואס מ'קוקט וואס איז געבליבן פון די אנדערע קהילות. אויף דעם האביך געשריבן אז פון די תוצאות קען מען נישט ברענגן קיין ראיה, ווייל אפשר זענען די תוצאות געקומען - ובפרט ביי די שטאטוס-קווא קהילות צוליב וואס מ'האט זיי אינגאנצען דערווייטערט.

די גדולים וקדושים וואס האבן געהייסן טיילן, האבן געוויסט אז דאס קען פאסירן, אבער זיי האבן געהאלטן אז מ'דארף עס טון, כדי צו ראטעווען בשלימות די ארטאהדאקסען.

SPUSMN האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:אויב איינער וויל וויסן צו עס האט זיך געלוינט זאל ער קוקן וואס עס איז געבליבן פון די וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט.

פון די אנדערע זייט קען מען טענה'ן אז ווען נישט מ'שניידט זיי ארויס, וואלט זיי זיך נישט אזוי דערקייקלט, ובפרט די שטאטוס-קווא.

דאס איז דער צווייטער דיבעיט, צו נאכען טיילונג צו מען האט געדארפט אסר'ן דער סטאטוס קווא און זיי מאכען גלייך ווי די נעאלאגען.

רבי אברהם שאג שיקט א בריוו נאכען טיילונג צום ראש הקהל אין פריישטאדט (זיין היים שטאט) ווי ער שרייבט אים אז פאר דער טיילונג זענען די וואס זענען נישט מיט געשטאנען געווען שוגגים און מען קען צו זיי נישט האבען קיין טענות; אבער יעצט נאך דער טיילונג "מוזען" זיי זיך צושטעלען צום טיילונג.

קומט אויס אז שילדיג צו וואס דער שטאטוס-קווא האט זיך דערקייקעלט פאלט סקווער אויף די וואס האבען זיך געבליבען שלאגען פארען שטאטוס קווא.

איר זענט גערעכט. כ'האב נישט געשריבן ווער ס'גערעכט אדער ווער ס'שולדיג, נאר ס'מעגליך אז די פירות פון זייערע קהילות איז געווען א תוצאה פון דעם וואס מ'האט זיי אינגאנצען ארויסגעשניטן, אבער זיי אליינס זענען שולדיג ווייל זיי האבן זיך נישט צוגעשטעלט.

מלמה"ד: ס'געווען א ישיבה, און ס'געווען א חבורה פון גאר שלעכטע בחורים, אויך איז דארט געווען גאר גוטע און ערליכע בחורים וואס ס'האט זיי זייער געשטערט, און זיי האבן זיך געשלאגען מיט די שוואכע. נאכדעם איז געווען וואוילע בחורים אבער זיי האבן זיך נישט געהאלטן ביים קריגן מיט די שוואכע, זיי האבן זיך איינגערעדט אז זיי קענען זיין אפגעזונדערט און נישט נשפע ווערן פון די שוואכע.

האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער גייט ארויסווארפן אלע שוואכע בחורים, און אויך אלע אנדערע (די בינונים) וואס ווילן נישט מקבל זיין אויף זיך צו אפהאקן אינגאנצען מיט די שלעכטע.

זענען געווען אפאר אויבער-חכמים וואס זענען געווען וואוילע אבער זיי האבן געהאלטן אז זיי מוזן נישט אפהאקען אינגאנצען מיט די שלעכטע ארויסגעווארפענע בחורים.

און דער ר"י האלט זיך ביי זיינס, אומר ועושה, ער ווארפט ארויס די בחורים פון ישיבה.

וואס האט פאסירט מיט די בינונים?

סיי האבן זיך געדרייט אויפן גאס און געווארען אינגאנצען אפגעשוואכט.

יעצט וועלן קומען מענטשען און זאגן אז קוק מ'האט זיי טאקע געדארפט ארויסווארפן פון ישיבה, והא ראיה קוק ווי שוואך זיי זענען יעצט?

איך וואלט נישט אזוי געזאגט, ווייל דער אמת איז אז זיי זענען געווארען שוואך ווייל מ'האט זיי ארויסגעווארפן אויפן גאס. אבער ס'קען נאכאלס זיין אז זיי זענען אליינס שולדיג אויף דעם, ווייל זיי וואלטן געקענט לכתחלה פאלגן דעם ראש ישיבה און אפהאקן מיט די שוואכע בחורים.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 11:16 pm
דורך גלאזער
ועל זה אמר הבעש"ט [בזמן הפרנק] שהשכינה בוכית שכל זמן שהאבר עוד מחובר להגוף וכו' ועיי' גם בליקו"מ מענין זה, (ועד"ז מתאמרא משמי' דהייליגער רב בזמן הטיילונג)

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 11:18 pm
דורך סידיראם
גלאזער האט געשריבן:ועל זה אמר הבעש"ט [בזמן הפרנק] שהשכינה בוכית שכל זמן שהאבר עוד מחובר להגוף וכו' ועיי' גם בליקו"מ מענין זה, (ועד"ז מתאמרא משמי' דהייליגער רב בזמן הטיילונג)

ואכן השכינה בוכה אבל לדאבון לב הי צריכין לעשות אפאראציע כזו להציל כלל ישראל

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 11:41 pm
דורך נא_שכל
יין ישן האט געשריבן:יא ס'איז באוואוסט אז ס'זענען געווען גדולים וואס האבן געהאלטן מען זאל נישט צוגיין מיט אזא שטייפע מהלך, אבער אויף דעם איז באקאנט דער גאר רייכע מאמר פון הג"ר מאיר שפירא זצוק"ל ר"י חכמי לובלין "דרך החתם סופר נצח", וואו ער לייגט אראפ זיין באזוך אין פראג און אין פרעשבורג און די געוואלדיגע חילוק וואס האט זיך אנגעזעהן.
[פאר'ן מאמר בדיוק קוקט אינעם נארוואס ערשינענעם ס' "באילנא דחיי" ח"ב ביים שמועס פונעם פאלטיטשענער רב זצ"ל וואס איז געווען א תלמיד פון הגר"מ ברענגען זיי א העתקה פונעם מאמר]

יישר כח פארן אפשרייבן די ווערטער, און צוצייכענען דעם שמועס אין אילנא דחיי.

גראדע האביך א שטיק צייט צוריק אביסל דורכגעטון פראג, און פארשייטט זיך דער מאמר פון רבי מאיר שפירא.

אבער ס'קומט נישט דא אריין, ווייל פראג האבן א טייל רבנים געהאלטן אז מ'מעג מאכן געוויסע שינויים, און א טייל האבן געהאלטן אז אביסל לימודי חול איז נישט אזוי געפערליך. ווי אויך האבן זיי געהאלטן אז פרייהייט פאר די אידן איז א גוטע זאך. משא"כ דער חתם סופר האט געהאלטן אלעס פונקט פארקערט, די רעדע איז נישט געווען איבער א טיילונג פון די משכילים, נאר לגבי השכלה (למחצה לשליש ולרביע) זעלבסט.

און לגבי דעם האט ר"מ שפירא געזאגט אז דער חת"ס האט געזיגט. און כ'ווייס בכלל נישט וואס רמ"ש האט געהאלטן איבער די טיילונג. ממילא לפענ"ד קומט דער בריוו נישט אריין דא.

געשריבן: דינסטאג פאברואר 21, 2017 11:56 pm
דורך פימפערנוטער
גלאזער האט געשריבן:ועל זה אמר הבעש"ט [בזמן הפרנק] שהשכינה בוכית שכל זמן שהאבר עוד מחובר להגוף וכו' ועיי' גם בליקו"מ מענין זה, (ועד"ז מתאמרא משמי' דהייליגער רב בזמן הטיילונג)

דער רבי האט כידועה נישט געוואלט מקבל זיין די מעשה, על אף מהאט אים געזאגט ווער עס ברענגט עס.

אגב, ווען איינער שמד זיך רייסט ער זיך אפ? זייט ווען ווערט א משומד פטור פון מצוות? וואס איז א משומד ערגער ווי א פלענע אפיקורס, אדער סתם א עובד עבודה זרה וואס איז געווען ביים ביהמ"ק?
האבן די אידן ביים עגל זיך אפגעריסן? אדער בימי הנביאים?

און אויב יא, וואס איז דער דמיון צו ווען איינער טיילט זיך אפ פון יענעם ווייל ער וויל זיך נישט חבר'ן מיט יענעם?

-

ידועה אז ערליכע אידן האבן געהאלטן אז דעם רב הכולל'ס טעות איז געווען אז ער האט נישט געמאכט שבת פאר זיך, און אוועק געשטעלט א ערליכע ווינקל, אז ווער עס "וויל" זאל האבן די מעגליכקייט צו בלייבן ערליך, און דורך דעם איז ער דורך געפאלן, און מיליאנען אידן זענען געגאנגען חרוב, אויף דעם האט די שכינה געוויינט.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 22, 2017 12:06 am
דורך אויסגערעכנט
בראשית ברא האט געשריבן:ווארטס אויס אידן, אין אפאר וואכן קומט ארויס בע"ה א שטארקע ספר איבער די טיילונג, אלעס וועט קלאר שטיין דארט.

ווי אזוי גייט עס הייסן?

געשריבן: מיטוואך פאברואר 22, 2017 12:13 am
דורך סידיראם
פימפערנוטער האט געשריבן:
גלאזער האט געשריבן:ועל זה אמר הבעש"ט [בזמן הפרנק] שהשכינה בוכית שכל זמן שהאבר עוד מחובר להגוף וכו' ועיי' גם בליקו"מ מענין זה, (ועד"ז מתאמרא משמי' דהייליגער רב בזמן הטיילונג)

דער רבי האט כידועה נישט געוואלט מקבל זיין די מעשה, על אף מהאט אים געזאגט ווער עס ברענגט עס.

אגב, ווען איינער שמד זיך רייסט ער זיך אפ? זייט ווען ווערט א משומד פטור פון מצוות? וואס איז א משומד ערגער ווי א פלענע אפיקורס, אדער סתם א עובד עבודה זרה וואס איז געווען ביים ביהמ"ק?
האבן די אידן ביים עגל זיך אפגעריסן? אדער בימי הנביאים?

און אויב יא, וואס איז דער דמיון צו ווען איינער טיילט זיך אפ פון יענעם ווייל ער וויל זיך נישט חבר'ן מיט יענעם?

-

ידועה אז ערליכע אידן האבן געהאלטן אז דעם רב הכולל'ס טעות איז געווען אז ער האט נישט געמאכט שבת פאר זיך, און אוועק געשטעלט א ערליכע ווינקל, אז ווער עס "וויל" זאל האבן די מעגליכקייט צו בלייבן ערליך, און דורך דעם איז ער דורך געפאלן, און מיליאנען אידן זענען געגאנגען חרוב, אויף דעם האט די שכינה געוויינט.

דער רבי האט "כידוע" נישט געוואלט מקבל זיין... ידוע פאר וועים? ביינונז אין סאטמאר זאגט יעדער וואס ער וויל, וואס עס געפעלט נישט פאר איינעם לייגט ער עס אן אויפן רבין און אז ער האט דאס מקבל געווען פון רבין איש מפי פיש. (פארשטיי אליין אז א צדיק מדורינו איז נישט קיין בר פלוגתא מיטן הייליגן קאמארנער וד"ל)

און קיינער רעדט נישט אז זיי זענען פטור פון מצוות וכדומה, מען רעדט נאר אז מען האט זיי אויסגעשלאסן אויף א אופן ווי די חכמים האבן אויסגעשלאסן די צדוקים און קראים פון כלל ישראל, מען האט זיי אויסגעשלאסן כאילו זיי זענען גוים גמורים אז מען טאר זיך נישט מתחתן זיין מיט זיי, זיי זענען מנסך יין ווי גוים וכו', און אויף דעים האט די שכינה געוויינט אז מען האט דאס געמיזט טוהן.

געשריבן: מיטוואך פאברואר 22, 2017 12:14 am
דורך פומפדותא
יישר כח @קיקיון פאר די לינק

געשריבן: מיטוואך פאברואר 22, 2017 1:33 am
דורך נודה לך
פומפדותא האט געשריבן:יישר כח @קיקיון פאר די לינק

גיב אכטונג

קיקיןס חתימה...

בקשה!
ווען איר ענטפערט, קריטיזירט, אדער דאנקט מיר, ביטע לייגט נישט צו דעם שטרודל @
איך בין עמפינדלעך דערצו