די טיילונג אין אונגארן

אידישע און אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג מאי 24, 2012 3:15 pm

שכוח פארן איבערגעבן די "אלף בית" פונעם טיילונג
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2245
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג מאי 24, 2012 4:12 pm

א גרויסען שכוח פאר די "אלף בית" אין די סוגיה,

ביטע שעין אויב סיז מעגליך ווען די האסט מער ווי איין שפיץ גאפעל, עס אריין צי פיטערען אין מויל מיט א שעפ לעפעל...
איך וואלט געקענט באשטיין צו וויסען די בעקראונד פון די פיגורן וואס זענען געווען פון די הויפט שפילער (אויב מ'מעג עס אזוי אנרופען)

נאכאמאל א דאנק פאר א"ב פאר די א"ב אין די פרשה !
-------
שנאפס האקט
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

מאטקע
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 05, 2008 4:20 am

תגובהדורך מאטקע » זונטאג יוני 10, 2012 7:00 pm

ווייסט איינער א ספר מיט פונקטליכען דעטאלען לויט קהילות אין רבנים וואס פאר א שטעלונג זיי האבען גענומען ביים טיילונג?

א דאנק

[בעיקר געזוכט כרגע אויף נייטרא]

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » זונטאג יוני 10, 2012 7:18 pm

מאטקע האט געשריבן:ווייסט איינער א ספר מיט פונקטליכען דעטאלען לויט קהילות אין רבנים וואס פאר א שטעלונג זיי האבען גענומען ביים טיילונג?

א דאנק

[בעיקר געזוכט כרגע אויף נייטרא]



איך האב אמאל דאס געזען אין א ספר, מן הסתם אין איינער פון ר' גריינוואלד'ס ספרים.

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

תגובהדורך שמואלישעי » דאנארשטאג יוני 20, 2013 3:26 pm

וואס איז געווען די השתלשלות פין " שומרי הדת "
איז עס נתייתד געווערן תיכף ביים טיילונג?
ווי לאנג האט עס אנגעהלטן?
ווער איז געווען בראשו?
האט יעדע שטאט גהאט א פארשטייער?

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:21 pm

סטראשעלע האט געשריבן:און יש להוסיף תורת הקנאות מחברת השלישית - בריוון מגדולי אשכנז נגד אסיפת ברונשווייג וואס איז קיינמאל נישט געקומען לאור עולם דעמאלטס בשעתו, און איז געדרוקט געווארן בשנת תשס"ח פון א כתב יד אין ספר "שנות דור ודור" כרך שלישי

דא איז א דירעקט לינק צו דעם אויבנדערמאנטן ספר תורת הקנאות חלק ג'

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:33 pm

מיללער האט געשריבן:דער טיילונג אין אונגארן האט אסאך כעהאט צוטאן מיט די טרויעריג בארימטע 'אסיפת ברוינשווייג' וועלכע איז געווען פון די יסודות פון די רעפארם באוועגונג איינצושטעלן די פארשידענע ענדערונגען אינעם אידישען מהלך החיים, אלס אנטווארט צו די אסיפה איז געדרוקט געווארן בריווען פון גדולי ישראל בשנת תר"ה אונטערן נאמען 'תורת הקנאות', היברו-בוקס האט לעצטענסט צוגעלייגט דאס צווייטע מחברת, פאלגענד זענען ביידע:

תורת הקנאות - מחברת הראשונה

תורת הקנאות - מחברת השנית

אין דעם ערשטן לינק מחברת הראשונה, ליגט שוין ביידע מחברות צוזאמען [ס'האט נאר נישט די עקסטערע שער בלאט פאר מחברת השנית]

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

רשימת הרבנים שכתבו אגרות נגד אסיפת ברונשווייג

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:00 pm

ס'וואלט געווען כדאי צו מאכן א רשימה פון אלע רבנים וואס האבן געשריבן בריוו צו די צוויי צדיקים ר' צבי הירש לעהרן און ר' אברהם אלי' פרינץ פון אמשטרדם, אנטקעגן די טרויעריג בארימטע אסיפת ברוינשווייג וואס האט אנגעפירט א העסליכע קאמפיין על השם ועל משיחו [רובם ככולם פון די אגרות זענען א קונטרס שלם צו ווערן געדרוקט בפני עצמו].
ביזדערווייל איז דא דריי מחברות פון תורת הקנאות, ווי אויך איז פארווארפן דא דארט פרישע בריוו, און פון צייט צו צייט וואקסט אויס נייע בריוון וואס איז נאכנישט געדרוקט.

אין די מחברות תורת הקנאות געדרוקט אין אמשטרדם אין יאר תר"ה איז דא א סך הכל פון 37 בריוו.
און אין שנות דור ודור איז דא 15 בריוו, צוזאמען איז עס 52.

ואתחיל בהמובאים בשנות דור ודור.
א. ר' יעקב צבי זקש אב"ד לויטנבורג.
ב. ר' שלמה דייטש מסערדעהעלי תופס ישיבה בנייטרא. [מקודם רב באיפאלישאג].
ג. ר' דוד ב"ר זעליגמאן ווייסקאפף אב"ד אאוב ואח"כ בוואלערשטיין. [תלמיד ר' אברהם בינג].
ד. ר' אהרן הלוי ענגלמאן אב"ד קויל. מח"ס בית אהרן.
ה. ר' יוסף בר"א אב"ד בלאשקי הסמוך לקאליש.
ו. ר' אברהם ראזענבוים אב"ד טאב.
ז. ר' דוד האלבראן [היילברוין] אב"ד פפאסטאדט גליל עליון דמדינת עלזאס.
ח. ר' יודא ב"ר הערץ מיקענדם, מלמד להועיל וש"ץ בק"ק גאהר [האלאנד].
ט. ר' יוסף צבי איש וועשטפאלען אב"ד גרייזנאך [קרויצנאך] ואגפי'. [תלמיד ר' הירש שייאר אב"ד מגנצא].
י. ר' יודא לעהמאן אב"ד בעלפארט באלזאס פראנקרייך. [אבי ר' יוסף לעהמאן שהי' מעורב בפרשת אין תנאי בנישואין].
יא. ר' נחמי' גאטליב אב"ד סאנטאב.
יב. ר' וואלף בר"מ ווערבויא מסעמניטץ [כבר בא ביחד עם האב"ד ר' יודא אסאד וכאן בא בארוכה בעצמו]
יג. אגרת בלי שם שנקטעה בסוף.

די פאלגנדע צוויי איז נישט ממש מאותו ענין אבער מענין לענין.
יד. ר' זעליגמאן גוטשא גוגנהיימער אב"ד קאלמאר.
טו. ר' אברהם וועקסלער אב"ד שוואבאך

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:10 pm

ואלו הרבנים שנעתקו אגרותיהם במחברת 'תורת הקנאות', מחברת הראשונה.

א. ר' אברהם אויערבאך אב"ד בונא, ר' יעקב קאפל ב"ב הלוי אב"ד ווארמס, ר' צבי בנימין אויערבאך אב"ד דארמשטאדט, ר' אהרן אויערבאך רב בקאנסיסטאריאל של דעפארטמענט רהיין אונד מאזעל וחונה פה ק"ק בונא, ר' מאיר ב"ר אייזעמאן פרענקעל אב"ד וויטצענהויזען, ר' וואלף אב"ד מיכעלשטאדט.
ב. ר' שמשון ב"ר רפאל הירש אב"ד עמדן.
ג. ר' מנחם מענדל לעווענשטאם אב"ד ראטערדאם.
ד. ר' הירש ב"ר מאיר טרויב אב"ד מאנהיים.
ה. ר' יאקב ראזענבערג אב"ד פולדא.
ו. ר' אברהם זוטרא אב"ד מינוטער מארק ופאדערבארען.
ז. ר' ליב עללינגער מו"ץ בק"ק מיינץ, ר' משה רייס, שמואל באנדי.
ח. הג"ר אברהם וואלף ב"ר ליפמאן המבורג אב"ד פיורדא [הנקרא אוה"ב] מח"ס שמלת בנימין.
ט. ר' ברוך בענדיט הלוי דושנית העומד עהתוה"ע פה לעווארדען.
י. ר' יעקב פיראריס רב בק"ק חונן דל בהאג.
יא. ר' משה שווארצשילד אב"ד שליכטערען במדינת קורהעססן.
יב. ר' אליעזר דוב ב"ר נפתלי מו"ץ בק"ק האכבערג.
יג. ר' שלמה זלמן ב"ר מאיר טאלמעסינגען הנקרא זלמן פירסט, אב"ד היידעלבורג.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 6:29 pm

ואלו הרבנים שנעתקו אגרותיהם במחברת 'תורת הקנאות', מחברת השניה.

יד. ר' דוב בעריש מייזלש אב"ד קראקא, ואתו עמו, ר' שלמה זלמן הכהן אב"ד שטעקצין, ר' אליעזר ליזר דמשק בעמח"ס שו"ת אבני קודש, ר' מנלי סג"ל הורוויץ, ר' אהרן הירש, ר' יעקב בר"י פראנקפורטער, ר' אברהם יענר.
טו. ר' שאול לאנדא מקראקא, ואתו עמו בי דינא רבא של ר' שאול לאנדא בקראקא, ר' קלמן ריינהאלד, ר' סענדר לאנדא, ר' משה שמואל שמעלקי הלוי איש הורוויץ, ר' יעקב זעליג געלדווערט, ר' פנחס לאנדא.
טז. ר' יצחק אייזיק בר"י [יעקב חבר] אב"ד טיקטין.
יז. ר' יודא מאיר ב"ר שמעון ווילשטאט מורה למדינה פה מעטץ.
יח. ר' זעליגמאן גוטשא רב דקאנסיסטואר דגליל עליון בקאלמאר. [הודעה קצרה].
יט. ר' דניאל וואהל אב"ד מילהויזן.
כ. ר' שלמה וואלף קליין מו"ץ בדירמענאך.
כא. הגאון הגדול ר' יודא אסאד אב"ד סעמניץ ואתו עמו, ר' שמשון זילבערבערג דיין, ר' צבי הירש פאפר משטאמפי, ר' מאיר במהר"י זינרייך, ר' ישראל ברמ"א פישהאף, ר' אהרן צבי קליין, ר' מרדכי בן הרה"ג מהר"י דיין, ר' וואלף ווערבויא בר"מ מסעניטץ, ר' אברהם ישעי' מונק ב"ר אברהם, ר' דוד כ"ץ ביסטריץ, ר' שלמה ברה"ל שפיטצער, ר' אברהם בר"ה.
כב. הגאון הגדול המהר"ם א"ש ר' מאיר אייזענשטאט אב"ד אונגוואר.
כג. הגאון הגדול השערי תורה ר' בנימין וואלף לעוו אב"ד ווערבאף.
כד. הגאון הגדול הכתב סופר ר' אברהם שמואל בנימין סופר אב"ד פרעשבורג.
כה. ר' יצחק משה פערלס מברודא אב"ד באניהאד.
כו. ר' אלעזר שטראסער אב"ד עיר חדשה נייאשטאדטעל אן דער וואג, ור' זרח במ"ש ליפא אב"ד שאכטיץ, ר' אברהם במהר"ל דייטש דיין בק"ק ניקלשבורג אב"ד באצקע, ר' אהרן שטערן דיין בק"ק ניקלשבורג אב"ד נייאדארף.
כז. הגאון הקדוש בעל ייטב לב ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים אב"ד אוהעל.
כח. ר' איצק ווינר אב"ד אורמין.
כט. ר' אברהם אולמאן אב"ד לאקענבאך.
ל. ר' מאיר פערלס אב"ד קראל וקאמיטאט סאטמאהר.
לא. הגאון היריעות שלמה ר' שלמה זלמן אולמאן אב"ד מאקא.
לב. ר' שלמה קוועטש מנ"ש אב"ד לייפניק.
לג. ר' משה אברהם ב"ר יוזפא שושן חד מהיושבים על מדין בק"ק אמשטרדם.
לד. ר' יששכר בעריש בערענשטיין בלא"א הגאון מוה"ר שמואל שהי' אב"ד דקהלתינו, חד מהיושבים על מדין בק"ק אמשטרדם.
לה. ר' שמואל דיין מו"ש בפראג.
לו. הגאון הגדול ר' אברהם שאג אב"ד שאטלסדארף.
לז. ר' שלמה האאס אב"ד שטראסניטץ. [דרעזניץ במעהרין, מח"ס כרם שלמה].

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג אוקטובער 27, 2016 1:21 pm

סטראשעלע האט געשריבן:כ'האב געטראפן נאך א ספר שיש לצרף להרשימה דלעיל (לפי סדר השנים יהיה מקומו אחר מספר 3)

להט החרב המתהפכת, קראקא, תק"פ, דער מחבר איז ר' מאיר לייב רייניץ א דיין אין לייפניק, דער ספר איז אן אנטווארט צו דעם 'חרב נוקמת נקם ברית' (דעסוי תקע"ט) וואס די רעפארמער האבן ארויסגעגעבן אקעגן דעם אויבנדערמאנטן 'אלה דברי הברית' (מספר 3).

ר' מאיר לייב איז דער מחבר פון נאך א ספר בשם 'ילד שעשועים', וואס איז נאך בכתב יד און געפונט זיך אין די ספרייה הלאומית, דער ספר איז א תגובה צום 'ילד זקונים' (וויען תקצ"ט) פון אהרן חארינער.

עס איז אינטערסאנט אנצומערקן אז ער איז געווען א ערשטע קאזין מיט אהרן חארינער, זייענדיג א זון פון זיין טאטנס ברודער ווי ער איז מעיד אויפן שער בלאט.

אין מוריה סיון תשל"ט עמ' צ"ה איז נעתק אייניגע אויסצוגן פון דעם קונטרס, לדוגמא ער שרייבט אויפן היתר פון חארין צו נוצן אן ארגעל ביים דאווענען שבת אין ביהמ"ד, "הס מלהזכיר דבר מכוער משוקץ ומתועב כזה לפניו ית"ש כאשר יתבאר לפנינו"

ער פירט אויס: "אכן אם תקשיח לבך ולא תאבה ולא תשמע לי, הרי אני אעשה זאת שאשלח זה הקונטרס כאשר הוא פה אל ההורים הרבנים היושבים על כס ההוראה, ולא לבד לרבני מדינת מעהרין אלא אף לרבני אונגארן ולרבני דמדינת פולין ולרבני אשכנז וצרפת וכו', וכל או"א יתן לי טעמו ונימוקו, ואקוה שבמשך ג' חדשים יעלו לידי כל המכתבים מכל או"א, ואז אני אוציא קונטרס הזה עם עדיו החתומים בו בדפוס של ידידי מו"ה משה לנדא נ"י מפראג, ואז תהיה לך יותר חרפה וגדופה וכו', והשומע ישמע והחדל יחדל ואני את נפשי הצלתי יפרח צדיק עד בלי ירח ועם נבל כצל פורח"

ווי שטייט אויפן שער אז ער איז א קאזען מיט חארינער.?

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 1:50 am

אלף בית האט געשריבן:
shmate האט געשריבן:אוי וויי.... איך קריך שוין ארים דא דריי בלעטער פון ידועות אויף ידועות. אבער איך האב נאכאלץ נישט געטראפן את שאהבה נפשי, דהינו וואס איז געווען די טיילונג, וואס האט צוגעברענגט די טיילונג, ווער האט זיך אפ-געטיילט פין וועם, ווער זענען געווען די הויפט פירערס (פון ביידע צדדים), אין אזוי ווייטער,

שכוח פון פאראויס !!!

די מעשה בקיצור איז אזוי:
מיט בערך 200 יאר צוריק האט אין אייראפע אנגעהויבן די בלאזן ווינטן פון פרייהייט. אלע מלוכות האבן געוואלט ראטעווען זייער עקזיסטענץ אז זיי זאלן נישט פאלן אונטער די רעוואלאציעס וואס האבן אויסגעבראכן אין מערערע לענדער, האבן זיי איינגעפירט פארשידענע רעפארמען און געגעבן מער רעכטן פארן פארן המון עמון אריינגערעכנט די מינאריטעטן.
אונגארן איז אין יענע צייט געווען אונטער די הערשאפט פון עסטרייך. פראנץ יאזעף, דער קייזער פון עסטרייך האט ווי אלע הערשער, געציטערט פאר זיין שטוהל, און האט אויך אנגעהויבן איינצופירן פארשידענע געזעצן לטובת דעם המון עם. צווישן אנדערן האט ער איינגעפירט דעם געזעץ פון "גלייכבארעכטיגקייט" דאס הייסט, אז אלע בירגער זענען גלייך, נישטא מער אזא זאך ווי חשוב'ערע לייט נידריגערע וכו', אריינגערעכנט די אידן. אין אנדערע ווערטער, אידן זענען די זעלבע חשוב און האבן די זעלבע רעכטן אין לאנד אייניג ווי אלע בירגער.
די רעגירונג האט אויסגעטיילט פארשידענע געלטער לטובת געוויסע צוועקן, פון יעצט וועלן די אידישע ארגענעזאציעס דאס אויך באקומען. די אידן וועלן קענען שיקן זייערע פארלאנגען צו די רעגירונג. וכו. וכו,

דעריבער איז אויפגעשטעלט געווארן א קאנצעליי אין פעסט, די הויפט שטאט אין אונגארן, ווי אלע קהלות וועלן שיקן אהין איינער זאל זיי פארטרעטן, און אלע קהלות וועלן זענען געווארן אונטערגעווארפן אונטער די קאנצעליי.
די רעגירונג האט לעגיטים אנערקענט דעם קאנצעליי אלס די עמטליכע פארשטייער פון די אידן.

די גרויסע שושקעס זענען געווען מאדערענע אידן, וועלכע זענען געווען פארכאפט אין די השכלה אדער ווי עס איז געווארן אנגערופן אויף אנגאריש נעא-לאגיע, זיי האבן זיכער געמאכט אז אין די קאנצעליי זאלן אנקומען זייערע חברה.
די ערליכע אידן און די רבנים האבן זייער שווער געארבעט אז די ערליכע אידן זאלן אנקומען צום קאנצעליי, אבער אן ערפאלג. רוב זיצן פונעם קאנצעליי זענען געווען אין די הענט פון די נעאלאגן.
ביים ערשטן זיצונג פונעם קאנצעליי, וואו עס האט געדארפט אראפגעשטעלט ווערן די שטאטוטן אין די מהלך וויאזוי דער קאנצעליי וועט ווערן געפירט. האבן די ערליכע פארטרעטער די ערשטע זאך אריינגעשטעלט א סעיף אז די קאנצעליי וועט געפירט ווערן לויטן שו"ע.
די נעאלאגן האבן פארפירט אז דער סעיף זאל בשו"א נישט געוואלט אריינלייגן דעם סעיף, איז דורכגעפירט געווארן וואלן צווישן די מעמבער אינעם קאנצעליי, און עס איז ליידער דורכגעפאלן, די קאנצעליי וועט נישט געפירט ווערן לויטן שו"ע. די ערליכע אידן האבן תיכף פרלאזט דעם זאל, אזא פלאץ איז נישט קיין אידישע קאנצעליי, זיי קענען נישט פארטרעטן די אידן, די קאנצעליי איז פארבליבן אין די הענט פון די נעאלאגן.
דא איז געווארן א גרויסער פראבלעם, ווייל אלע קהלות זענען געווען אונטערגעווארפן אונטערן קאנצעליי. דעריבער האבן די ערליכע אידן גאר שווער געארבעט אז מזאל זיך מעגן עמטליך אפטיילן, נאך שווערע ארבעט און עסקנות האט דער רעגירונג מסכים געווען אז די ערליכע אידן זאלן זיך אפטיילן פונעם קאנצעליי און גרינדן א באזונדערע "ארדאסאקסישע קאנצעליי" וואו אלע ערליכע קהילות האבן געשיקט זייערע אייגענע פארשטייער, און די רעגירוננ וועט עס אויך לעגאל אנערקענען.

דאס איז די היסטאריע אויפן שפיץ פונעם שפיץ גאפל.

ווי איך געדענק האט מען נישט סתם געטיילט געלט, עס איז געווען גאר א גרויסע שטייער אויף די אידן פאר די פרייהייט ווינטן האבן אנגעהויבן בלאזן, וואס די קייסער האט געוואלט צוריקגעבן צו בויען אידישע אנשטאלטן, און עס זענען פארגעקומען געשלעגן צו די געלט זאל גיין פאר ערליכע מוסדות צו פאר פרייע אנשטאלטן, דאס איז געווען איינע פון די זאכן וואס האט געברענגט צו קאנגרעס וואס האט געפירט צום טיילונג.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג נובעמבער 17, 2016 3:47 pm

אויסגערעכנט, ריכטיג.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17980
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג פאברואר 21, 2017 9:42 am

פון "עלי זכרון" נומער 31:

איז דאס טאקע נישט געוועזן ידוע ביז היינט?

די נימוקים אקעגן די שטאטוטן פון קאנגרעס
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

סידיראם
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג פאברואר 21, 2017 10:00 am

געהערט איבער עפעס א גאר נאענטער תלמיד (ניין יאר געווען שבת בחור) פונעם חתם סופר מחבר ספר "שבט שמעון", וואס די גרויסע תלמידים פונעם חתם סופר האבן זיך געמיטשעט מיט אים, זיך נישט ווילנדיג צושטעלן צום טיילונג.

איינער ווייסט מער איבער די תלמיד? און צו ער האט איבערגעלאזט דורות?

אגב סיפר כ"ק אדמו"ר מטאהש זי"ע אז זיין זיידע השרף מטאהש זי"ע איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר פערלס וואס האט זיך ליידער נישט צוגעשטעלט צום טיילונג (ומה שנעשה עם דורותיו ידוע), יארן שפעטער ווען זיי האבן זיך אמאל געטראפן האט דער שרף איבערגעזאגט פאר זיין געוועזענעם רבין אלע חידושים וואס ער האט געהאט געהערט פון אים, זאגנדיג דערנאך "איך האב מער נישט געהאט קיין כח זיך ארומצוטראגן מיט זיינע סחורה"
buy some good stuff here. http://amzn.to/2noFRHC

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » דינסטאג פאברואר 21, 2017 11:06 am

farshlufen האט געשריבן:פון "עלי זכרון" נומער 31:

איז דאס טאקע נישט געוועזן ידוע ביז היינט?

די נימוקים אקעגן די שטאטוטן פון קאנגרעס

בשעתו איז געווען דאס און מער וואס איז ערשינען אין איינמאליגע קונטרסים, יקרי המציאות.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 21, 2017 11:46 am

סידיראם האט געשריבן:................
אגב סיפר כ"ק אדמו"ר מטאהש זי"ע אז זיין זיידע השרף מטאהש זי"ע איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר פערלס וואס האט זיך ליידער נישט צוגעשטעלט צום טיילונג (ומה שנעשה עם דורותיו ידוע), יארן שפעטער ווען זיי האבן זיך אמאל געטראפן האט דער שרף איבערגעזאגט פאר זיין געוועזענעם רבין אלע חידושים וואס ער האט געהאט געהערט פון אים, זאגנדיג דערנאך "איך האב מער נישט געהאט קיין כח זיך ארומצוטראגן מיט זיינע סחורה"

נישט אלע תלמידים האבען געוואלט פטור פון זיין סחורה

בונמס זיידע האט געשריבן: הגאון ר עמרם בלום בעל שו"ת בית שערים הי' תלמידו של מהר"ם פערלס זצ"ל ובניו לא הזכירהו בהקדמה אף שהדפיסו את תשובתיו לרבו עם כל התוארים סימנים קנ"זז וקנ"ח וסימנים שמ"ז - מ"ט

וראה מה שאסף בעל נכדתו של הב"ש

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » דינסטאג פאברואר 21, 2017 4:51 pm

farshlufen האט געשריבן:פון "עלי זכרון" נומער 31:

איז דאס טאקע נישט געוועזן ידוע ביז היינט?

די נימוקים אקעגן די שטאטוטן פון קאנגרעס

איך האב עס געליינט, סאיז געוואלדיג...
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:05 pm

סידיראם האט געשריבן:געהערט איבער עפעס א גאר נאענטער תלמיד (ניין יאר געווען שבת בחור) פונעם חתם סופר מחבר ספר "שבט שמעון", וואס די גרויסע תלמידים פונעם חתם סופר האבן זיך געמיטשעט מיט אים, זיך נישט ווילנדיג צושטעלן צום טיילונג.

איינער ווייסט מער איבער די תלמיד? און צו ער האט איבערגעלאזט דורות?

אגב סיפר כ"ק אדמו"ר מטאהש זי"ע אז זיין זיידע השרף מטאהש זי"ע איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר פערלס וואס האט זיך ליידער נישט צוגעשטעלט צום טיילונג (ומה שנעשה עם דורותיו ידוע), יארן שפעטער ווען זיי האבן זיך אמאל געטראפן האט דער שרף איבערגעזאגט פאר זיין געוועזענעם רבין אלע חידושים וואס ער האט געהאט געהערט פון אים, זאגנדיג דערנאך "איך האב מער נישט געהאט קיין כח זיך ארומצוטראגן מיט זיינע סחורה"

דער תלמיד וואס האט זיך קודם נישט געוואלט צו שטעלען צום טיילונג איז געווען מיין זיידע הגאון רבי אברהם שאג זצ"ל (וואס דער חתם סופר זי"ע האט געזאגט אויף אים אז ער איז זיין געלונגענסטע תלמיד אין אלעס). זיינע נימוקים און די סיבות פארוואס ער האט זיך צום סוף יא צוגעשטעלט, און עס נאך אנגעפירט; איז ברייט באשריבען אין זיין תולדות.

און דער ערשטע טאהשער רבי זצ"ל איז געווען א תלמיד מובהק פון הגאון רבי אברהם שאג (און וועמען ער שרייבט אז ער איז געווען צו אים ווי א טאטע). ער איז נישט געווען א תלמיד (לפי ידיעתי) בכלל פון הגאון רבי מאיר פערלס זצ"ל (וואס איז געווען דער גרעסטע תלמיד פון חתם סופר קעגען דער טיילונג).

אין מיין מיינונג (פון אלעס וואס כ'האב געזעהן ביז אהער); ווען נישט רבי אברהם שאג, וואלט נישט געווען א טיילונג. ווייל אנדערע תלמידי חתם סופר (און מען רעדט צעהנדליגע) וואלטען אן גענומען זיין חות דעת. פאר זיין ווארט האט געציטערט גאנץ אונגארן.

דאס איז קלאר (צו מיר און אנדערע וואס האבען שטארק א דורך געטוהן דער נושא), אז דער טיילונג האט געראטעוועט אונגארישע אידענטום.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 11451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:33 pm

SPUSMN האט געשריבן:..................דאס איז קלאר (צו מיר און אנדערע וואס האבען שטארק א דורך געטוהן דער נושא), אז דער טיילונג האט געראטעוועט אונגארישע אידענטום.


איך בין מוחה :i"

די שרפי מעלה דארפען דיין הסכמה ?

להודיע
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:48 pm

SPUSMN האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:געהערט איבער עפעס א גאר נאענטער תלמיד (ניין יאר געווען שבת בחור) פונעם חתם סופר מחבר ספר "שבט שמעון", וואס די גרויסע תלמידים פונעם חתם סופר האבן זיך געמיטשעט מיט אים, זיך נישט ווילנדיג צושטעלן צום טיילונג.

איינער ווייסט מער איבער די תלמיד? און צו ער האט איבערגעלאזט דורות?

אגב סיפר כ"ק אדמו"ר מטאהש זי"ע אז זיין זיידע השרף מטאהש זי"ע איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר פערלס וואס האט זיך ליידער נישט צוגעשטעלט צום טיילונג (ומה שנעשה עם דורותיו ידוע), יארן שפעטער ווען זיי האבן זיך אמאל געטראפן האט דער שרף איבערגעזאגט פאר זיין געוועזענעם רבין אלע חידושים וואס ער האט געהאט געהערט פון אים, זאגנדיג דערנאך "איך האב מער נישט געהאט קיין כח זיך ארומצוטראגן מיט זיינע סחורה"

דער תלמיד וואס האט זיך קודם נישט געוואלט צו שטעלען צום טיילונג איז געווען מיין זיידע הגאון רבי אברהם שאג זצ"ל (וואס דער חתם סופר זי"ע האט געזאגט אויף אים אז ער איז זיין געלונגענסטע תלמיד אין אלעס). זיינע נימוקים און די סיבות פארוואס ער האט זיך צום סוף יא צוגעשטעלט, און עס נאך אנגעפירט; איז ברייט באשריבען אין זיין תולדות.



סידיראם רעדט פונעם בעל מחבר שבט שמעון. הג"ר שמעון סידאן ז"ל אב"ד טירנא.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:55 pm

אין די הקדמות פון הג"ר שמעון סידאן צו זיינע ספרים גיסט ער פעך און שוועבעל קעגען די טיילונג. (אזוי שפעט ווי תרנ"א)
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג פאברואר 21, 2017 5:59 pm

קיקיון האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:..................דאס איז קלאר (צו מיר און אנדערע וואס האבען שטארק א דורך געטוהן דער נושא), אז דער טיילונג האט געראטעוועט אונגארישע אידענטום.


איך בין מוחה :i"

די שרפי מעלה דארפען דיין הסכמה ?

מיין שווער א גאליצאנער האט מיר עטליכע מאל געפרעגט דער קשיא "צו וואס האט אויס געפעלט דער טיילונג אין אונגארן"? די גאליציאנער אידען קענען נישט פארשטיין פארוואס מען האט געטוהן אזא דראסטישע שריט.

אונטער דער אונטערשלאק ווי עס איז דא א דיבעיט צווישען חוקרים צו עס האט אויס געפעלט אדער נישט; איז פאר זיי האביך געשריבען די ווערטער אז איך ווייס נאך וואס זיי ווייסען און בין קלאר ביי די מיינונג אז עס האט יא אויס געפעלט.

די גדולי ישראל דארפען טאקע נישט מיין הסכמה; אבער דער היינטיגע פארפארענע דור דארף ליידער יא הערען ווי אזעליכע ווי מיר (וואס האבען דורך געטוהן דער נושא) נעמען זיך אן פאר די שרפי מעלה. אפשר וועט עס העלפען.

ווער דען זאל זיך אן נעמען פאר די שרפי מעלה, אויב נישט אונז?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:10 pm

כלל ישראל איז אריבער אפעראציעס אין אלע דורות, אסאך האבן געהאלטן אז א אידישע נשמה קען מען נישט אפשאצן און די טיילונג האט ערקלערט אז די סטאטוס קווא און זיכער די נעלאגן זענען נישט א חלק פון כלל ישראל, דאס איז וואס האט זיי געשטערט, למעשה שטעלט זיך ארויס אז טאקע צוליבן גיין אזוי שארף האט מען אפגעראטעוועט כלל ישראל, אויב איינער וויל וויסן צו עס האט זיך געלוינט זאל ער קוקן וואס עס איז געבליבן פון די וואס האבן זיך נישט צוגעשטעלט.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג פאברואר 21, 2017 6:15 pm

ריכטיג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז


צוריק צו “זכור ימות עולם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט