בלאט 7 פון 12

געשריבן: פרייטאג יוני 22, 2018 12:26 pm
דורך סידיראם
פערשט האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:לכאורה (איך קען דאך נישט ארויסנעמען פון קבר די באביטשקע קאטארין) איז די גאנצע ויכוח נאר אויף די בארג און נישט אויפן מדבר און דא כאפט שוין א גרויסע חילוק

איך וויל צולייגן אז ס'איז מסתבר אז מ'איז געגאנגען צו מאכן די פאנטאזיע אין די מדבר וואס ס'האט שוין געהייסן פארדעם סיני . רוכטיג?


מען קען זאגן א סברא פונקט פארקערט, אז מען האט גערופן די מדבר מיט די נאמען סיני על שם וואס די באביטשקע האט געגעבן די נאמען פאר די בארג, סיני. (וגם יתכן אז א מדבר האט ביי די גוים בכלל נישט געהאט קיין נאמען וויבאלד מען האט נישט געוואוינט דארט, וזה סברא נוספת על דרך אפשר)

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2018 5:15 pm
דורך Gevald Geshrigen
מארגן נאכט (מיטוואך מטו׳׳מ) גייט זיין א שיעור אין וומ׳׳ס בביהמ׳׳ד פאפא דורך רב דייטש מליאזניא אין די ראמען פון אירגון שיעורי תורה.
הנושא: המ׳׳ב מסעות ווי די אידן זענען געגאנגען

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2018 5:32 pm
דורך עפל קאמפאוט
אז מען ברענגט רב דויטש דארף מען צושטעלן נעבן דעים א עכטע היסטאריקער צו אראפסלויען די זיכערקייט פון די א.ג. פאקטן.

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2018 5:39 pm
דורך Gevald Geshrigen
עפל קאמפאוט האט געשריבן:אז מען ברענגט רב דויטש דארף מען צושטעלן נעבן דעים א עכטע היסטאריקער צו אראפסלויען די זיכערקייט פון די א.ג. פאקטן.


עס איז אנפורטשונעטלי זייער שווער אריינצוגיין מיט עם אין א ויכוח . עז סאטש טריי איך פשוט צו ממחיש זיין וואס ער זאגט אויב עס שטימט אן זייע מקורות

געשריבן: דינסטאג יולי 10, 2018 5:42 pm
דורך Gevald Geshrigen
איך האף דארט צו זיין בעז׳׳ה און אויב וועט זיין ספעציעלע חידושים וועל איך עס דא לייגן בעזר אדון כל.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 1:41 pm
דורך Gevald Geshrigen
געווען גאנץ דיסעפוינטינג שיעור פונעם ליאזנער. גערעט פון אלע שטותים אויסער פון די מ׳׳ב מסעות. סך הכל אז ער האט א בוק וואס האט אבערגעטייטשט עדזשיפשן היראגליפיקס און דארטן זענען אידענטיפיצירט בערך צוואנציג פון די צוויי און פערציג מסעות און אין יענע בוק ווערטן אויך דערמאנט איפה און הין אלס א מאס און אז ער האט געמאסטן די שיעור אמה פון כוכין אין ארץ ישראל און די מרחק צום עזאזאל די צען פלעצער און שטימט נאר לשיטת הגרא׳׳ח נאה און נישט להחזון איש און אז ער האט 27 ראיות לשיטת הגרא׳׳ח נאה .
די איבריגע חלק איז געווען וועגן זיינע מטבעות, זיין גיין אין עפעס א זו זיך קושן און קראצן די נעזער פון לייבן און טייגערס און געלייגט א פייטאן ארום זיין האלז און אז ער זוכט א 3.5 מיליאן דאללער ספאנסאר פאר א נייע עקזיביט פון אלע זרעים און געוויקסן וואס ווערן דערמאנט אן סדר זרעים און אז ער האט עפעס א מטבע וואס איז א שיעור גריס א טראפעלע גרעסער ווי א דיים און אויך א איסר האיטלקי וואס ער האט געהאט ביידע אויפן פלאץ און אז רב בעלסקי האט עם געבעטן אז ער זאל טון 17 פראיעקטן איינע פון די דעם קומענדיגן עקזיביט פון אלע זרעים און געוויקסן און נאך איינס פון די רצועה מיט וואס דער שמש הבית דין האט געגעבן מלקות אלס אן עקזיביט אויף מסכת מכות

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:38 pm
דורך פערשט
איך האלט יעצט אינמיטן איבער הערן די שיעור פון רב דויטש
ער בויעט אויף א רש"י למזרחה של ארץ ישראל אפשר קען איינער מיר זאגן וואו עס איז די לשון פון רש"י
איך האב עס שוין עטליכע מאל געהערט פון עם אויף קולמע (איך געדענק נישט די ווערטער)
יישר כח למפרע

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:43 pm
דורך סידיראם
איך קען דעם ליאזנער שוין א לאנגע צייט, ביי מיר וואלט דאס נישט געווען דיסעפוינטינג, ווייל איך ווייס שוין יארן ווי קראנט זיינע זאכן זענען, ואי אפשר להאריך כאן כמובן. והמ"י.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:58 pm
דורך Gevald Geshrigen
פרשת בא קאפיטל י׳ פסוק י׳׳ט.
וואס איז באמת פשט אין רש׳׳י און צו עס טוט אונטערשטיצן זיין טעאריע איז אן עקסטרע שמועס.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 3:59 pm
דורך Gevald Geshrigen
here you go

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 4:08 pm
דורך פערשט
Gevald Geshrigen האט געשריבן:here you go

די רש"י רעדט נישט וואו די אידן זענען געגאנען . רש"י רעדט פון די ים סוף (און אויך נישט פון קריעת ים סוף)

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 4:13 pm
דורך Gevald Geshrigen
סידיראם האט געשריבן:איך קען דעם ליאזנער שוין א לאנגע צייט, ביי מיר וואלט דאס נישט געווען דיסעפוינטינג, ווייל איך ווייס שוין יארן ווי קראנט זיינע זאכן זענען, ואי אפשר להאריך כאן כמובן. והמ"י.

ביי מיר בעצם אויך נישט ווייל איך קען עם שוין אויך א לאנגע צייט איך האב בלויז געהאפט אז אזוי ווי ער האט זיך אויפגעשטעלט ברבים אלס אן עמטליכע שיעור סיי פאר יונגעלייט און סיי פאר עלטערע יודן אין די ראמען פון א געהעריגע אירגון און אן עמטליכען שיעור אויף מ׳׳ב מסעות צו הערן עפעס נארמאל אפילו פון זיין אייגן פערספעקטיוו.
לדוגמא איתם בקצה המדבר וואלט ער כאטש עט ליעסט געדארפט ברענגן א פלאץ וואס זאל האבן אן ענליכן נאמען אדער א קארופטירטן נאמען אדער מאכן עט דהי מינימום א לשיטתי׳ אז עס איז יאנושהאז הסמוך להסאהארא ווייל... דערווייל האט ער נאר געברענגט א ביכל וואס האט א דיקשינערי פון היראגליפיקס און דארט שטייט די ווארט איתם דערמאנט אלס א שטאט און יעצט דארף יעדער קלאטשן
ער האט סך הכל דערמאנט אז אפאר שטעטלעך אינעם געגנט האבן כהיום ענליכע נעמען צו נעמען וואס ווערן דערמאנט אין די תורה און געגעבן אפאר דוגמאות (וואס איז ׳׳אגב׳׳ אמת) ואלו הם:
היסבאן - חשבון
דיבאן - דיבון
מא׳אן - מעון
האממא - חמת אדער לבוא חמת
באט דעטס איט

געשריבן: דאנערשטאג יולי 12, 2018 4:15 pm
דורך Gevald Geshrigen
פערשט האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:here you go

די רש"י רעדט נישט וואו די אידן זענען געגאנען . רש"י רעדט פון די ים סוף (און אויך נישט פון קריעת ים סוף)

איך האב נאר געברענגט זיין רש׳׳י אז ים סוף איז אויף למזרחו של ארץ ישראל

געשריבן: דינסטאג יאנואר 08, 2019 6:46 pm
דורך פערשט
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
פערשט האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:here you go

די רש"י רעדט נישט וואו די אידן זענען געגאנען . רש"י רעדט פון די ים סוף (און אויך נישט פון קריעת ים סוף)

איך האב נאר געברענגט זיין רש׳׳י אז ים סוף איז אויף למזרחו של ארץ ישראל

אגוטן ר' Gevald Geshrigen
שטייענדיג אין פרשת בא אפשר קען מען לערנען די רש"י?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 08, 2019 6:57 pm
דורך Gevald Geshrigen
קענסט דיך קומען משתתף זיין ביי מיין ליל ששי שיעור.
(אגב וועט מען מעגליך אויך לערנען די רש׳׳י)

געשריבן: מיטוואך יאנואר 09, 2019 12:03 pm
דורך פערשט
Gevald Geshrigen האט געשריבן:קענסט דיך קומען משתתף זיין ביי מיין ליל ששי שיעור.
(אגב וועט מען מעגליך אויך לערנען די רש׳׳י)

אוואו און ווען איז די שיעור

מקום הר סיני

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 6:45 pm
דורך פערשט
אויף קאלמע איז געווען 4 אינטערוויאס בנוגע הר סיני , 2 פאר שבועות און 2 פרשת נשא אויף 114
1)רב הולל פון בני ברק
2)ר' ישרא' ברוך לעבאוויטש פון קרית יוא'
3)רב דויטש
4)ר' יצחק זשארנאגל פון צפת
האט איינער עס אויסגעהערט?
איך וויל עס אביסל צונעמען
ביטע לאזט אייך הערן

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 6:57 pm
דורך וואס טוט זיך
פערשט האט געשריבן:אויף קאלמע איז געווען 4 אינטערוויאס בנוגע הר סיני , 2 פאר שבועות און 2 פרשת נשא אויף 114
1)רב הולל פון בני ברק
2)ר' ישרא' ברוך לעבאוויטש פון קרית יוא'
3)רב דויטש
4)ר' יצחק זשארנאגל פון צפת
האט איינער עס אויסגעהערט?
איך וויל עס אביסל צונעמען
ביטע לאזט אייך הערן

ביי קורצע אינטערוויוס? וועלכע טאג?

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 7:01 pm
דורך עפל קאמפאוט
פארוואס האט ער נישט אויך געהאט א אינטערוויו מיט שמואל פוקס? ער האט אויך א מיינונג אין די נושא

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 7:05 pm
דורך Gevald Geshrigen
פערשט האט געשריבן:אויף קאלמע איז געווען 4 אינטערוויאס בנוגע הר סיני , 2 פאר שבועות און 2 פרשת נשא אויף 114
1)רב הולל פון בני ברק
2)ר' ישרא' ברוך לעבאוויטש פון קרית יוא'
3)רב דויטש
4)ר' יצחק זשארנאגל פון צפת
האט איינער עס אויסגעהערט?
איך וויל עס אביסל צונעמען
ביטע לאזט אייך הערן


רב הולל (עכט האאל מיט א קמץ דגושה) : נישט קיין חידושים אין זיין שיטה
רב דזשונאגאל: נישט קיין חידושים אין זיין שיטה
ליאזני רבי: ער איז געווען עפעס זייער קעמפעריש אבער אויך נישט קיין עכטע חידושים. איין שינו: אנשטאט דזשאבאל אל לוז האט ער עפעס אן אנדער בארג דזשאבל מאקלא. עס איז אינעם געגנט פון דזשאבאל אל לוז אבער אפגערוקט בערך 7 קילאמעטער
רב לעבאוויטש האב איך נישט געהערט דערווייל

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 7:06 pm
דורך Gevald Geshrigen
עפל קאמפאוט האט געשריבן:פארוואס האט ער נישט אויך געהאט א אינטערוויו מיט שמואל פוקס? ער האט אויך א מיינונג אין די נושא



ר׳ שמואל האט מער א מיינונג ווי ״נישט״ און נישט אזוי ווייט ווי ״יא״

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 7:15 pm
דורך עפל קאמפאוט
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:פארוואס האט ער נישט אויך געהאט א אינטערוויו מיט שמואל פוקס? ער האט אויך א מיינונג אין די נושא



ר׳ שמואל האט מער א מיינונג ווי ״נישט״ און נישט אזוי ווייט ווי ״יא״


יא יא גערעכט... אבער נאך די שמועס פון רב דויטש וואלט שמואל פוקס ארויסגעברענגט צו דויטש איז בכלל א מיינונג דא.

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 7:20 pm
דורך פערשט
ליאזני רבי: ער איז געווען עפעס זייער קעמפעריש אבער אויך נישט קיין עכטע חידושים. איין שינו: אנשטאט דזשאבאל אל לוז האט ער עפעס אן אנדער בארג דזשאבל מאקלא. עס איז אינעם געגנט פון דזשאבאל אל לוז אבער אפגערוקט בערך 7 קילאמעטער
[/quote]יא איך האב עס אויך באמערקט אז ער האט געזאגט א נייע נאמען וואס איז טאקע פשט

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 7:40 pm
דורך וואס טוט זיך
Gevald Geshrigen האט געשריבן:
פערשט האט געשריבן:אויף קאלמע איז געווען 4 אינטערוויאס בנוגע הר סיני , 2 פאר שבועות און 2 פרשת נשא אויף 114
1)רב הולל פון בני ברק
2)ר' ישרא' ברוך לעבאוויטש פון קרית יוא'
3)רב דויטש
4)ר' יצחק זשארנאגל פון צפת
האט איינער עס אויסגעהערט?
איך וויל עס אביסל צונעמען
ביטע לאזט אייך הערן


רב הולל (עכט האאל מיט א קמץ דגושה) : נישט קיין חידושים אין זיין שיטה
רב דזשונאגאל: נישט קיין חידושים אין זיין שיטה
ליאזני רבי: ער איז געווען עפעס זייער קעמפעריש אבער אויך נישט קיין עכטע חידושים. איין שינו: אנשטאט דזשאבאל אל לוז האט ער עפעס אן אנדער בארג דזשאבל מאקלא. עס איז אינעם געגנט פון דזשאבאל אל לוז אבער אפגערוקט בערך 7 קילאמעטער
רב לעבאוויטש האב איך נישט געהערט דערווייל

אויב דו קענסט ביטע אראפברענגן פאר די עמיראצים וואס איז זייער שיטה??

געשריבן: זונטאג יוני 16, 2019 7:48 pm
דורך Gevald Geshrigen
א׳ סט. קטרינא/דזשאבאל מוססא - רב דזשונאגאל/ר׳ דן שווארץ בעל אלה מסעי - אינעם סיני פענינסולא צווישן די צוויי חלקים פונעם ים סוף המזרחי והמערבי
ב׳ דזשאבאל אל לוז/דזשאבאל מאקלא - ליאזני - אינעם היינטיגן סאודי אראביע צו רעכטס פון ים סוף המזרחי. די בערג זענען צו מזרח אבער מער ארויף נארט
ג׳ אינעם געגנט כאריבע - רב האאל - אויך אינעם היינטיגן סאודי אראביע צו רעכטס פון ים סוף המזרחי אבערדי בארג איז סך מער סאוט אינעם מדבר